ניגונים אדער חלק פון ניגונים וואס סאונד די זעלבע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן צו די גייסט מיט געפיצטע זילבערנע באקלס אויף די שיך אדער א קאפידיגן סייז 26 וואלענע טלית קטן און א ברייטן סעלקא ביבער היט, ווען איך קען דיר ווען געב איך דיר אזא גרויסן האג אז די האלבע שטאט וואלט זיך אויפגעוועקט פאר שמחה מ'דארף האבן לייקס דא איינמאל פאר אלעמאל מ'קען נישט אזוי.. שכח שכח שכח! א קאמפלימענט קען קיינמאל שאטן!
כ'רעד דא פון 2 אנדערע זאכן וועלכע האט דיך באוואויגן צו קאמענטירן?
לעצט פארראכטן דורך ריטער טויערדאנק אום דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

געקלערט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט איינגעפאלן, איך גלויב אז איינער האט שוין געטראכט דערפון.

ערשטע פאל פון הכל יודיך איז לעצטע פאל פון וימלא משאלותינו. (וועלכע? זינג אלע וועסטו שנעל כאפן).

מה אהבתי פאל פון אשריכם אשריכם ניגון, די זעלבע ווי קול קול קול קול ששון... דאכט זיך עס איז מוזדיץ - מהרה ה' אלוקינו, ישמע...
שטימט ;l;p-

זייער גוט זייער גוט!

וימלא איז אויך גוט אבער קול ששון איז אייזן!

פון ווי קומט דער וימלא? הכל יודיך איז פון יענקי דאסקאל אויף א וויזניצע טעיפ אויב איך האב נישט קיין טעות
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אריין ארויס
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין ארויס »

איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט איינגעפאלן, איך גלויב אז איינער האט שוין געטראכט דערפון.

ערשטע פאל פון הכל יודיך איז לעצטע פאל פון וימלא משאלותינו. (וועלכע? זינג אלע וועסטו שנעל כאפן).

מה אהבתי פאל פון אשריכם אשריכם ניגון, די זעלבע ווי קול קול קול קול ששון... דאכט זיך עס איז מוזדיץ - מהרה ה' אלוקינו, ישמע...

א שיינע כאפ
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

די ערשטע ווייסעך נישט וועלכע דו מיינסט, אבער די לעצטע שטימט געוואלדיג.

ומחמת טירדות השב"ק האחרון בשנה (הממשמש ובא עלינו לטובה) אקצר את הכתיבה בתכלית בעז"ה. מובא בחז"ל פארוואס ווערט די תורה אנגערופן ע"ש משה רבינו ע"ה (זכרו תורת משה עבדי), כיון שמסר נפשו עלי' נקראת על שמו, ולכאורה במקום אחר אחז"ל א"ל הקב"ה הואיל ומיעטת עצמך תקרא על שמך שנאמר זכרו תורת משה עבדי.

ויש ליישב עפ"י הידוע שמסירות נפש בא מכח האהבה, ואהבת התורה בא ע"י ענוה כידוע ואכמ"ל במקורות מחוסר הפנאי, שלכך אין התורה מתקיימת אלא במי שדעתו שפילה, און דעריבער דוקא מרע"ה שהוא הי' עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה האט זיך מוסר נפש געווען אויף די תורה ונקראת על שמו (ולכך זכה לפה שמדבר עם השכינה כי אצל גאוה אחז"ל אין אני והוא וכו', וקוב"ה ואורייתא וישראל חד).

ביי די דריי סעודות שב"ק וועלן מיר אי"ה זאגן און זינגען אתקינו סעודתא דמהימנותא וכו' און ביי מלוה מלכה וועלן מיר עס דריי מאל זינגען (ידוע מה שאומרים הבדחנים שלכך מזמרים אותו כמה פעמים שהוא ר"ת או. סי. די.), זאגט מען נאך פון הרה"ק משינאווע זי"ע ווייל ס'איז שוין נישט במנין השלש סעודות מדאורייתא (מדכתיב ג' פעמים היום כדאי' בגמ' על הפ' ויאמר משה אכלוהו היום) נאר סעודה רביעית של שב"ק, ודברי סופרים צריכין חיזוק, זינגט מען עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל.

די גמ' זאגט אין ברכות ארבעה דברים צריכין חיזוק און די ערשטע איז תורה, ולדרכינו מיינט דאס אויך התחזקות במדת הענוה. אפשר דערפאר זינגט מען מה מה מה אהבתי תורתך, ווייל מ'דארף זיך מחזק זיין במדת ענוה (כמשה רבינו שאמר ונחנו מה) כדי להשיג התורה ע"י מסי"נ.

ידוע אז שמחה מיט ענוה זענען כהדדי אזלי כמ"ש בספה"ק על ולשמחה 'מה' זו עושה (וידוע מה שמספרים על הרה"ק מצאנז זי"ע האיך שימח חתן בזו הפסוק), וי"ל אז דערפאר איז דער משמח חתן זוכה לתורה כדברי חז"ל בברכות, ווייל דורך די שמחה ברענגט ער דעם חתן למדת ענוה (שנחוץ לו מאוד כידוע), און ענוה איז די שליסל להשגת התורה.

די לשון הגמ' איז כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות שנאמר קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו את ה' צבאות, ואם משמחו מה שכרו אריב"ל זוכה לתורה שניתנה בחמשה קולות. אפשר דערפאר זינגט מען (אין מאדזשיצער ניגון) קול קול קול קול קול ששון וגו', לרמז על החמשה קולות, און אפשר דערפאר איז עס די זעלבע ווי מה מה מה אהבתי תורתך, מטעם הנ"ל.

ואסיים מיט ר' יו"ט ערליך ז"ל'ס ניגון אויפן טעיפ 'א שבת מיטן רבי'ן' ווי ער זינגט אויס דעם גאנצן לכה דודי אין אידישן גראם (ביי די ווערטער ישיש עליך אלקיך כמשוש חתן על כלה), פריילאך וועט זיין ביי אידן, יעדער איד וועט זיין צופרידן, און טאנצן אין גאסן קליין און גרויס. אזוי ווי די פרייד פון א חתן ווען מ'זינגט פאר אים קול ששון, און מיט די כלה פריידט ער זיך דורכאויס. לכה דודי לקראת כלה פני שבת נקבלה, קום מיין פעטער אנטקעגן דער כלה גיין, מקבל זיין דעם שבת זייער שיין.

א גוט שבת און א גוט געבענטשט יאר פאר אונז אלע.

אגב סיפר לי ידידי, שבבחרותו למד באיזה ישיבה ופעם בהיותו בחדר השינה זימר לעצמו איזה ניגון על קול מצהלות חתנים מחופתם, והגוי (העובד שם) שאל אותו מהיכן יודע הניגון, ולמחרתו הביא לו הגוי טעיפ מאיזה מכשיפה שמנגנת אותו הניגון ממש בשירי עגבים ולא בהתיבות קול מצהלות. יעזור השי"ת שמהרה ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה בביאת גוא"צ בב"א, כהניגון גלות גלות ווי גרויס ביזטו (שקנה הרה"ק מקאלוב זי"ע מרועה אחד).

יה"ר שנזכה כולנו לשנת גאולה וישועה וליום שכולו שבת, ולהשיג התורה שבשבת ניתנה בחמשה קולות, וכל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין לשמוע מאה קולות, לקיים מ"ש ורדפו מכם חמשה מאה. (אויף ומאה מכם רבבה ירדופו האב איך שוין נעכטן געשריבן ביים ווערן א שר מאה ווען טריסקער האט מגיב געווען אז ס'איז מאה פעמים מאה, עיי"ש באשכול בדיחותא) ונפלו אויביכם לפניכם לחרב.

נאכאמאל א גוט שבת, ונזכה לשנת ת'ורה ולשנת ש'מחה ולשנת ע'נוה ולשנת ז'מירות. א גוט שבת!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט איינגעפאלן, איך גלויב אז איינער האט שוין געטראכט דערפון.

ערשטע פאל פון הכל יודיך איז לעצטע פאל פון וימלא משאלותינו. (וועלכע? זינג אלע וועסטו שנעל כאפן).

מה אהבתי פאל פון אשריכם אשריכם ניגון, די זעלבע ווי קול קול קול קול ששון... דאכט זיך עס איז מוזדיץ - מהרה ה' אלוקינו, ישמע...

די ערשטע ווייסעך נישט וועלכע דו מיינסט, אבער די לעצטע שטימט געוואלדיג.
.......
א גוט שבת!

די רעיון איז עפעס נורא נוראות!! הפלא ופלא!!

לגבי דעם ערשטן ניגון, זינג די ווערטער וימלא משאלותינו אויפן טאן פון הכל יודיך, און ס'איבריגע וועט קומען פון זיך אליין.
ווארט מיר אויף א שיינעם רעיון אויף דעם אויכעט...
א גוטע וואך!
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

איסר האטלקי האט געשריבן:

יא אבער ער דארף קענען ביידע ניגונים צו כאפן דעם צושטעל און אויב האט ער פארגעסן דעם הכל יודיך וועט ער זיך מוטשענען אבער איינמאל מ'כאפט עס איז עס מורא'דיג. איסר ס'איז עטוואס קאמפליצירט און נישט מיין שניט וואס איך ברענג מיינס איז געווענליך אביסל לענגער פשוט ווייל איך טראכט אז דער עולם וועט עס נישט כאפן אבער ווי אמאל. מיר האט אויך גענומען א מינוט ביז כ'האב עס געכאפט ס'איז גוט פארשטעקט מ'דארף עס געבן אזא האסטיגן שלעפ דער ספיד פונעם שטראם זאל פאלאנגזאמט ווערן און ס'זאל זיך אנטפלעקן... א באהאלטן אוצר אין אונגאריש גערעדט..
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

אויסדריקליך חידושים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

Here's a classic

בעזרת השם, אוי בעזרת השם! בעזרת השם, השם יתברך נעשה ונצליח! [בערי וועבער]
מיר דאנקען דיר טאטע, מיר בעטן נאך און נאך טאטע, כגפן פורחת אסאך אידיש נחת בשעה טובה ומוצלחת [אייזיק האניג]
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

ניגון סקולען אויף אליהו הנביא איז כמעט די זעלבע ווי טאהש ברוך אל עליון וואס מ'זינגט פאר/נאך די שלש סעודות תורה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
מוזיק באנד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק באנד »

יודע בגוים מיט אני מאמין פון פינקי הייבן זיך אן ממש די זעלבע
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מוזיק באנד האט געשריבן:יודע בגוים מיט אני מאמין פון פינקי הייבן זיך אן ממש די זעלבע

מיינסט צו זאגן משה גאלדמאן.
מוזיק באנד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוזיק באנד »

איסר האטלקי האט געשריבן:
מוזיק באנד האט געשריבן:יודע בגוים מיט אני מאמין פון פינקי הייבן זיך אן ממש די זעלבע

מיינסט צו זאגן משה גאלדמאן.

מיר ליגט און קאפ אז פינקי האט עס פארפאסט קען זיין איך בין מיר טועה
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די נייע כאיל תערוג ענדיגט זיך מיט די אינטראו פון די אידישע ניגון אויף די סידי פון מרדכי בן דוד מיט שירה. שטימט?
פרישע הערינג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:25 pm

ענליכע ניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע הערינג »

איך ליין דא דורך די צוזאגעשטעלטע ניגונים און איך האב גאר שטארק הנאה, ס'איז ממש מורא'דיג, אבער לאמיך ענק זאגן מיין פוינט אוו וועיו, ס'קען זיין אמאל א גוטע ניגון און ס'איז גע'גנבעט פון אלע זייטן, און ס'קען אמאל זיין א ניגון וואס איז פון ערגעץ נישט גע'גנב'עט און ס'איז גארנישט ווערט, מ'דארף וויסן וויאזוי צו גנבענען, און ווי צו לייגן א געגנבעטע שטיקל, און אז מ'ווייסט עס וויאזוי צולייגן, קען עס ווערן א הערליכע זאך,
אזוי ווי יעדער פארשטייט אז א הערליכע ליקוט ספר איז אויך ווערט עפעס, פארשטייט זיך נאר אויב דער מחבר ווייסט וואס ער טוט, אבער אויב איז דער מחבר א בחור א זעצער, דעמאלט'ס איז אפילו א ספר מיט נייע חידושים גארנישט ווערט,
יעצט וועגן די ענין פון גנבענען תנועות, וויל איך ענק שרייבן א אינטערסאנטע זאך, איך האב אמאל גערעדט מיט א גויאישע קאמפאזער האט ער מיר געזאגט אז יעדע ניגון וואס ער פארפאסט גייט ער נעמען א זיגל נאטערי פאבליק, מיט א דעיט, און יאר, ווען ער האט עס פארפאסט, ווייל אויב ער טרעפט א ניגון וואס האט מער וויי צוויי באר'ס די זעלבע וויי זיין ניגון, און דער יעניגער האט עס ארויסגעגעבן נאך זיין דעיט פון באשאפונג, קען ער יענעם רופן און געריכט און יענער וועט מוזן באצאלן א פרייז,
איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט געארבעט די זעלבע וועג ביי אונז אידן, וואלטן מיר געהאט חידושים אויף חידושים, אין ניגינה, און יעדער קאמפאזיטער וואלט איבערגעטראכט און איבערגעארבעט יעדע איינציגע ניגון וואס ער קאמפאזירט צו ס'איז נישט געגאנבעט, און ס'וואלט געוועהן א אנדערע צורה אויף די ניגונים מארקעט,
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פרישע הערינג האט געשריבן:איך ליין דא דורך די צוזאגעשטעלטע ניגונים און איך האב גאר שטארק הנאה, ס'איז ממש מורא'דיג, אבער לאמיך ענק זאגן מיין פוינט אוו וועיו, ס'קען זיין אמאל א גוטע ניגון און ס'איז גע'גנבעט פון אלע זייטן, און ס'קען אמאל זיין א ניגון וואס איז פון ערגעץ נישט גע'גנב'עט און ס'איז גארנישט ווערט, מ'דארף וויסן וויאזוי צו גנבענען, און ווי צו לייגן א געגנבעטע שטיקל, און אז מ'ווייסט עס וויאזוי צולייגן, קען עס ווערן א הערליכע זאך,
אזוי ווי יעדער פארשטייט אז א הערליכע ליקוט ספר איז אויך ווערט עפעס, פארשטייט זיך נאר אויב דער מחבר ווייסט וואס ער טוט, אבער אויב איז דער מחבר א בחור א זעצער, דעמאלט'ס איז אפילו א ספר מיט נייע חידושים גארנישט ווערט,
יעצט וועגן די ענין פון גנבענען תנועות, וויל איך ענק שרייבן א אינטערסאנטע זאך, איך האב אמאל גערעדט מיט א גויאישע קאמפאזער האט ער מיר געזאגט אז יעדע ניגון וואס ער פארפאסט גייט ער נעמען א זיגל נאטערי פאבליק, מיט א דעיט, און יאר, ווען ער האט עס פארפאסט, ווייל אויב ער טרעפט א ניגון וואס האט מער וויי צוויי באר'ס די זעלבע וויי זיין ניגון, און דער יעניגער האט עס ארויסגעגעבן נאך זיין דעיט פון באשאפונג, קען ער יענעם רופן און געריכט און יענער וועט מוזן באצאלן א פרייז,
איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט געארבעט די זעלבע וועג ביי אונז אידן, וואלטן מיר געהאט חידושים אויף חידושים, אין ניגינה, און יעדער קאמפאזיטער וואלט איבערגעטראכט און איבערגעארבעט יעדע איינציגע ניגון וואס ער קאמפאזירט צו ס'איז נישט געגאנבעט, און ס'וואלט געוועהן א אנדערע צורה אויף די ניגונים מארקעט,

וואס איז א 'באר'?
פרישע הערינג
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:25 pm

וואס איז א 'באר'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע הערינג »

יעדע ניגון איז צוזאמענגעשטעלט פון חלקים, אויף די מוזיק שפראך ווערט אזא חלק אנגערופן א "באר"
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט איינגעפאלן, איך גלויב אז איינער האט שוין געטראכט דערפון.

ערשטע פאל פון הכל יודיך איז לעצטע פאל פון וימלא משאלותינו. (וועלכע? זינג אלע וועסטו שנעל כאפן).

מה אהבתי פאל פון אשריכם אשריכם ניגון, די זעלבע ווי קול קול קול קול ששון... דאכט זיך עס איז מוזדיץ - מהרה ה' אלוקינו, ישמע...

די ערשטע ווייסעך נישט וועלכע דו מיינסט, אבער די לעצטע שטימט געוואלדיג.

ומחמת טירדות השב"ק האחרון בשנה (הממשמש ובא עלינו לטובה) אקצר את הכתיבה בתכלית בעז"ה. מובא בחז"ל פארוואס ווערט די תורה אנגערופן ע"ש משה רבינו ע"ה (זכרו תורת משה עבדי), כיון שמסר נפשו עלי' נקראת על שמו, ולכאורה במקום אחר אחז"ל א"ל הקב"ה הואיל ומיעטת עצמך תקרא על שמך שנאמר זכרו תורת משה עבדי.

ויש ליישב עפ"י הידוע שמסירות נפש בא מכח האהבה, ואהבת התורה בא ע"י ענוה כידוע ואכמ"ל במקורות מחוסר הפנאי, שלכך אין התורה מתקיימת אלא במי שדעתו שפילה, און דעריבער דוקא מרע"ה שהוא הי' עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה האט זיך מוסר נפש געווען אויף די תורה ונקראת על שמו (ולכך זכה לפה שמדבר עם השכינה כי אצל גאוה אחז"ל אין אני והוא וכו', וקוב"ה ואורייתא וישראל חד).

ביי די דריי סעודות שב"ק וועלן מיר אי"ה זאגן און זינגען אתקינו סעודתא דמהימנותא וכו' און ביי מלוה מלכה וועלן מיר עס דריי מאל זינגען (ידוע מה שאומרים הבדחנים שלכך מזמרים אותו כמה פעמים שהוא ר"ת או. סי. די.), זאגט מען נאך פון הרה"ק משינאווע זי"ע ווייל ס'איז שוין נישט במנין השלש סעודות מדאורייתא (מדכתיב ג' פעמים היום כדאי' בגמ' על הפ' ויאמר משה אכלוהו היום) נאר סעודה רביעית של שב"ק, ודברי סופרים צריכין חיזוק, זינגט מען עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל.

די גמ' זאגט אין ברכות ארבעה דברים צריכין חיזוק און די ערשטע איז תורה, ולדרכינו מיינט דאס אויך התחזקות במדת הענוה. אפשר דערפאר זינגט מען מה מה מה אהבתי תורתך, ווייל מ'דארף זיך מחזק זיין במדת ענוה (כמשה רבינו שאמר ונחנו מה) כדי להשיג התורה ע"י מסי"נ.

ידוע אז שמחה מיט ענוה זענען כהדדי אזלי כמ"ש בספה"ק על ולשמחה 'מה' זו עושה (וידוע מה שמספרים על הרה"ק מצאנז זי"ע האיך שימח חתן בזו הפסוק), וי"ל אז דערפאר איז דער משמח חתן זוכה לתורה כדברי חז"ל בברכות, ווייל דורך די שמחה ברענגט ער דעם חתן למדת ענוה (שנחוץ לו מאוד כידוע), און ענוה איז די שליסל להשגת התורה.

די לשון הגמ' איז כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות שנאמר קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו את ה' צבאות, ואם משמחו מה שכרו אריב"ל זוכה לתורה שניתנה בחמשה קולות. אפשר דערפאר זינגט מען (אין מאדזשיצער ניגון) קול קול קול קול קול ששון וגו', לרמז על החמשה קולות, און אפשר דערפאר איז עס די זעלבע ווי מה מה מה אהבתי תורתך, מטעם הנ"ל.

מיט א קורצע צייט צוריק בין איך פארבעטן געווארן צו רעדן אויף א שבע ברכות און בתוך הדברים איבערגעזאגט דעם געדאנק וואס כ'האב דא געשריבן (בהיות ס'איז געווען א שיינע אויבן אן פון עטליכע קאלירטע בעקיטשעס האב איך גערעדט מער ערנסטע ווערטער ווי וויצן).

ביים נעמען לחיים דערנאך אויפן אויבן אן האט איינער פון די גרויסע זיידעס (מחשובי גדולי האדמורי"ם שליט"א, בן אחר בן פון הייליגן דברי חיים זי"ע) מיר געזאגט בצחות. אז א איד אין א"י האט געדרייווט א ווען מיט פופצן אידן (דער שאפער אריינגערעכנט), און א פאליציאנט האט אים אפגעשטעלט היתכן ווי מעג מען? ס'טאר נישט זיין מער ווי צען אין אזא טענדער, האט ער געזאגט ס'איז טאקע נישטא דא מער ווי צען פאסאנזשירן דא אין קאר, אז דו גלייבסט מיר נישט קענסטו זיי איבערציילן.

דער פאליצאנט נעמט זיך ציילן מיט די פינגער, הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם, הושיעה את עמך וברך את, ס'איז דא פופצן. זאגט דער דרייווער איך וועל דיר זאגן וויאזוי מ'ציילט, און נעמט זיך זינגען הושיעה את עמך, וברך את נחלתך, ורעם ורעם ורעם, ורעם ונשאם, ורעם ונשאם עד העולם.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איסר האטלקי האט געשריבן:
מוזיק באנד האט געשריבן:יודע בגוים מיט אני מאמין פון פינקי הייבן זיך אן ממש די זעלבע

מיינסט צו זאגן משה גאלדמאן.

ביי משה גאלדמאן איז דא אסאך אזעלכע ניגונים, אבער ער האט זיי אלע גוט ערזעצט, אז קיינעם גייט שוין נישט אן פון וואו ער האט עס גענומען... אזוי ווי פרישע הערינג איז עס גרינטליך מסביר.
נעם זיין אודה ניגון, לולא תורתך, יעדער זעט אז עס שמעקט פונעם סקולענער ניגון, נאר שיין אויסגעצויגן און גוט פארדרייט. אבער עס איז א שיינער שטיקל סיי ווי. אזוי אויך מיט זיין כאיל תערוג און נאך פילע, ער גייט אויפן זעלבן גאנג ווי די ניגונים אויף די זעלבע ווערטער, הגם ס'טאקע נישט קיין גע'גנב'טע תנועות, אבער דער געדאנק און גאנג איז שוין ערגעץ.
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

פרישע הערינג האט געשריבן:איך ליין דא דורך די צוזאגעשטעלטע ניגונים און איך האב גאר שטארק הנאה, ס'איז ממש מורא'דיג, אבער לאמיך ענק זאגן מיין פוינט אוו וועיו, ס'קען זיין אמאל א גוטע ניגון און ס'איז גע'גנבעט פון אלע זייטן, און ס'קען אמאל זיין א ניגון וואס איז פון ערגעץ נישט גע'גנב'עט און ס'איז גארנישט ווערט, מ'דארף וויסן וויאזוי צו גנבענען, און ווי צו לייגן א געגנבעטע שטיקל, און אז מ'ווייסט עס וויאזוי צולייגן, קען עס ווערן א הערליכע זאך,
אזוי ווי יעדער פארשטייט אז א הערליכע ליקוט ספר איז אויך ווערט עפעס, פארשטייט זיך נאר אויב דער מחבר ווייסט וואס ער טוט, אבער אויב איז דער מחבר א בחור א זעצער, דעמאלט'ס איז אפילו א ספר מיט נייע חידושים גארנישט ווערט,
יעצט וועגן די ענין פון גנבענען תנועות, וויל איך ענק שרייבן א אינטערסאנטע זאך, איך האב אמאל גערעדט מיט א גויאישע קאמפאזער האט ער מיר געזאגט אז יעדע ניגון וואס ער פארפאסט גייט ער נעמען א זיגל נאטערי פאבליק, מיט א דעיט, און יאר, ווען ער האט עס פארפאסט, ווייל אויב ער טרעפט א ניגון וואס האט מער וויי צוויי באר'ס די זעלבע וויי זיין ניגון, און דער יעניגער האט עס ארויסגעגעבן נאך זיין דעיט פון באשאפונג, קען ער יענעם רופן און געריכט און יענער וועט מוזן באצאלן א פרייז,
איך בין זיכער אז אויב ס'וואלט געארבעט די זעלבע וועג ביי אונז אידן, וואלטן מיר געהאט חידושים אויף חידושים, אין ניגינה, און יעדער קאמפאזיטער וואלט איבערגעטראכט און איבערגעארבעט יעדע איינציגע ניגון וואס ער קאמפאזירט צו ס'איז נישט געגאנבעט, און ס'וואלט געוועהן א אנדערע צורה אויף די ניגונים מארקעט,

אויף דיין ערשטע חלק הערינגל די ווארט גנב'ענען איז שוין נישט די גלייכע וועג, אז מ'קען גיין גראד פארוואס גיין קרום? אין אנדערע ווערטער טאמער דער מלחין איז מער מלקט ווי מחדש, דעמאלטס מאך ענדערש נישט קיין ניגונים, אזוי ווייט סענסעטיוו בין איך צו די גאנצע געדאנק, אמאל איז יא דא וואס מ'מנעמט און מ'כאפט זיך נישט אז מ'נעמט אדער מ'וויל נישט מודה זיין דערצו, און מ'פארקויפט עס אן זיך רעכענען מיט די וועלט מילא טראגן אסאך קאמפאזיציעס אזא פנים אבל וחפוי.. א צעקאלישטער אן אויסגעדראשענער הושענא...

די צווייטע חלק מיט דעם קאמפאוזער זייער אן אינטערסאנטער מהלך באט וואס טוט מען אויב יענער צד שכנגד געדענקט נישט ווען האט עס געמאכט? ער ווייסט אז ס'איז איבער צען יאר אלט למשל, קען דאך אויפמאכן א דעיט פונקט אזוי, האט ער נישט קיין פרוף איז וואס? נאר פארדעם געווינט דער וואס האט עס דאקומענטירט? ס'איז נישט קיין שפיל דאס איז א טיפע קעיס צו סאלוון, פאר א סיבה אין די גויאישע וועלט גייט יעדע קלייניקייט מיט א קאנטראקט, ביים קויפן פארקויפן ניגונים, א זינגער מוז גייו מיט א רעקארד קאמפעני ווייטער א קאנטראקט, יעדע זאך קען גיין אין קארט.

און הלוואי זאל זיין עפעס א שטיקל סיסטעם אין די היימישע מארקעט, דאס וואס זינגערס פאקן ארויס קליפס יעדן טאג און קאמפאוזערס באקומען נישט קיין קרעדיט, ווער רעדט פון ראעלטיס? עטס האטס אן השגה וואסערע ביזנעס דעס איז אין די אלגעמיינע גאס? אסאך זאכן ברויכן עטוואס א תיקון בלי ספק
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן: אסאך זאכן ברויכן עטוואס א תיקון בלי ספק

אויב וועט ריטער זיך געפינען דא אפטער אויפן וועלטל, עכ"פ מער ווי איינמאל א חודש וועט אלעס געשטעלט ווערן אין פלאץ!

שלום עליכם, שפירט אייך היימיש, מיר בענקן זיך.
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

מנחם מאשקאוויטש האט א ניגון את שם האל המלך הגדול די אינטערלאד איז געגנב'עט פון יומי לאווי'ס פן פן כן כן יוסי גרין
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

האט מיר א איד באמערקט די וואך
ר' בנציון שענקער'ס [לעצטנס באקאנטער] הרחמן הוא ינחילנו יום שכולו טוב, סאונד און איז באמת די זעלבע ניגון ווי דער באקאנטער צוה ישועות יעקב, דוק ותשכח....
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זבחי צדק האט געשריבן:האט מיר א איד באמערקט די וואך
ר' בנציון שענקער'ס [לעצטנס באקאנטער] הרחמן הוא ינחילנו יום שכולו טוב, סאונד און איז באמת די זעלבע ניגון ווי דער באקאנטער צוה ישועות יעקב, דוק ותשכח....

דו מיינסט דאס הויכע פאל, יא גערעכט!! עס איז מיר טאקע געווען אינטערעסאנט אז איך האב מיך עס אזוי שנעל אויסגעלערנט...
עס קומט אים נאכאלס קרעדיט פארן אויער-פארכאפנדן אויספיר "ויהי חלקנו עמהם". עס איז א שטיקל וואס מען האט נאכנישט געהערט.

אויך אזוי די צוזאמשטעל פונעם ערשטן פאל מיטן הויכע פאל, עס איז זייער זייער אויסגעארבעט, אפילו עס איז טאקע ווארשיינליך פון צוה ישועות.
Forkosh
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Forkosh »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:מנחם מאשקאוויטש האט א ניגון את שם האל המלך הגדול די אינטערלאד איז געגנב'עט פון יומי לאווי'ס פן פן כן כן יוסי גרין

וואס געגנבעט, ווען געגנבעט? ער האטצעך אראפגעזעצט טראכטן פון וועם קען איך נעמען א ניגון און זאגן ס'מיינס? דעי גאנצע אשכול איז טאטעל נאן סענס. ס'פאלט איינעם איין א תנועה און דערווייל האט ער שוין (יא אדער נישט) אמאל געהערט אזא תנועה און וועגן דעים איז עס עם איינגעפאלן. אבער גנבענען? איינער איז אינטערסירט אויסצופאפן מענטשען אז ער האט געמאכט א ניגון און באמת האט ער עס גענימען פון א צווייטן? דא שרייבט אויך איינער וועגן ב.צ. שענקער אז זיין הרחמן איז געגאנבעט. ווייל שענקער האט נישט אליינס געקענט קאמפאוזן האט ער דיסיידעט ער גייט נעמען א אלטע ניגון און קיינעם נישט אויסזאגן. אנבעליוועבעל.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

Forkosh האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:מנחם מאשקאוויטש האט א ניגון את שם האל המלך הגדול די אינטערלאד איז געגנב'עט פון יומי לאווי'ס פן פן כן כן יוסי גרין

וואס געגנבעט, ווען געגנבעט? ער האטצעך אראפגעזעצט טראכטן פון וועם קען איך נעמען א ניגון און זאגן ס'מיינס? דעי גאנצע אשכול איז טאטעל נאן סענס. ס'פאלט איינעם איין א תנועה און דערווייל האט ער שוין (יא אדער נישט) אמאל געהערט אזא תנועה און וועגן דעים איז עס עם איינגעפאלן. אבער גנבענען? איינער איז אינטערסירט אויסצופאפן מענטשען אז ער האט געמאכט א ניגון און באמת האט ער עס גענימען פון א צווייטן? דא שרייבט אויך איינער וועגן ב.צ. שענקער אז זיין הרחמן איז געגאנבעט. ווייל שענקער האט נישט אליינס געקענט קאמפאוזן האט ער דיסיידעט ער גייט נעמען א אלטע ניגון און קיינעם נישט אויסזאגן. אנבעליוועבעל.

האט איר שון אמאל געהערט דעם אויסדרוק, דער זכרון איז א גנב'?!
צו דו ווילסט יא צו נישט, עס איז די זעלבע תנועה, עס איז געליגן ביים קאמפאזירער אין קאפ, און בשעת'ן מאכן דעם ניגון, האט ער נישט געכאפט אז די תנועה איז א 'געסטארעדזשטע' תנועה אין מוח, נישט קיין נייע סחורה יעצט אריין געפלויגן אין קאפ פון הימל...
נאטינגד בעד, אבער דאס איז די מציאות...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ויושע מיט חסל סידור פסח הערן זיך די זעלבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”