מנינים לשחרית, מנחה, מעריב
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
אויב איך געדענק גוט אויסנווייניג, אויב מ'האט פארגעסן צו זאגן ותן טל ומטר, ביי ברך עלינו, און מ'דערמאנט זיך פאר תקע, זאגט מען דארט ותן טל ומטר לברכה און מ'דאווענט ווייטער, אויב מ'האט דארט אויך פארגעסן זאגט מען ביי שמע קולינו פאר כי אתה שומע, אויב מ'האט דארט אויך פארגעסן קען מען נאך זאגן פאר יהיו לרצון, אויב מ'האט שוין געזאגט יהיו לרצון דארף מען איבער דאווענען, אזוי מיין איך, איך האף אז איך מיש נישט אויס די הלכה מיט עפעס ענליכס.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
- לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג
איך הער, אזוי ווי איך זעה, אז דו האסט יא אדורך געלערנט די הלכות ותן טל ומטר, האב איך דיך געוואלט פרעגן צו איך האב גוט געטוען היינט ביי שחרית.
אזוי ווי יאך בין (פערצופאל) געווען דער שליח ציבור, און איך האב פארגעסן צו זאגן "ותן טל ומטר" ביי שטילע שמונה עשרה, און אזוי ווי איך האב נישט דורך געלערנט הלכות ש"צ (ווייל עס איז מיר כמעט נישט נוגע) האב איך געקלערט צו מיר, אז דער ש"צ דארף מסתמא נישט עקסטער איבערדאווענען, נאר ער זאגט די הויעכע שמונע עשרה, און עס איז גענוג,
איך הער, האב איך ריכטיג געטוען?
אזוי ווי יאך בין (פערצופאל) געווען דער שליח ציבור, און איך האב פארגעסן צו זאגן "ותן טל ומטר" ביי שטילע שמונה עשרה, און אזוי ווי איך האב נישט דורך געלערנט הלכות ש"צ (ווייל עס איז מיר כמעט נישט נוגע) האב איך געקלערט צו מיר, אז דער ש"צ דארף מסתמא נישט עקסטער איבערדאווענען, נאר ער זאגט די הויעכע שמונע עשרה, און עס איז גענוג,
איך הער, האב איך ריכטיג געטוען?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
- לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג
קרעמער, איך האב געמיינט פארקערט, אז איך האב א שטייטע חיתוך הדיבור, ווייל ביי די יום איז שוין א חלק פון די מנין געווען אינדרויסן.
אגב, האט מיך איינער געפערליך נערווירט נעכטן ווען איך האב געדאווענט פאר'ן עמוד, ווען איך האב שוין געהאלטן ביי ויברך דוד, האט ער זיך געשטעלט אונטער מיר, און אנגעהויבן ידיד נפש מיט א געוואלדיגע ברען, אז עס האט אויסגעקוקט כאילו עס שטעלט זיך דא עפעס א פרישע מנין...
(איך האב געטראכט צו מיר, אז בל"נ ביז די נעקסטע מאל ווען מען וועט אנהייבן צו זאגן ותן טל ומטר וועל איך מער נישט צו גיין צום עמוד...)

- יעקב אלי בראך
- שר חמש מאות
- תגובות: 673
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am