קדושת בית המדרש, האט גארנישט מיט קיין סמארטפאון צו טון!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

קדושת בית המדרש, האט גארנישט מיט קיין סמארטפאון צו טון!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פארציילט מיר א חבר, אז ער האט לעצטנ'ס איינגעטוישט זיין סמארטפאון אויף א בעיסיק פאון מיט טעקסט,

איז ער געזעצן איין טאג אין בית מדרש ביי שחרית, און דער טלפון זיינער האט זיך צוקלינגען, זעהט ער אז אנשטאט ווי ער איז געווען צוגעוואוינט ביז היינט, אז ווען ער נעמט ארויס זין סמארטפאון ווערט ער באשייגעצט, האט מען אים דאס מאל קוים געשאנקען א בליק, און זעהענדיג אז ס'איז א 'כשר'ע' טעלעפאון האט מען אים צוריה געלאזט.

שפעטער האט ער געטעקסט אינמיטן דאווענען, און דער טעלעפאון האט געמאכט נויז ביים דריקן די באטענס, און קיינער האט אים קיין פיפסט נישט געזאגט

פרעגט ער מיר, וואס איז געשעהן, א פשוט'ע טעלעפאון מעג מען יא ארויס נעמען אינמיטן דאווענען.

און דער אמת איז, אז ליידער צוליב די מערכה קעגן דעם סמארטפאון, איז אפגעקילט געווארן דעם 'קדושת בית המדרש', ווען אמאל האט מען געוויסט אז קיין שום טעלעפאון האט נישט קיין פלאץ אין א מקום קדוש, איז היינט געווארן א וועלט, וואס אויב האט מען נישט קיין סמארטפאון וועט מען שוין מער נישט מעורר זיין.

צייט צו אויפוועקן דעם עולם, אז ס'דא צוויי עקסטערע זאכן, איינ'ס קדושת בית המדרש, נישט אריין ברענגען קיין סאלפאון אדער דאס האלטן פארלאשן, והשנית, נישט ארויס נעמען קיין סמארטפאון אין פאבליק פלעצער (גראסערי פונקט ווי אין בית מדרש, נאר אין בית מדרש איז דא א רב וואס פארלאנגט דאס, און אין די גראסערי'ס דערווייל נאכנישט).

בקיצור, קדושת בית המדרש האט גארנישט מיט קיין סמארטפאון צו טון.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אבער עס איז אויך דא אן ענין פון כבוד בית המדרש, אז מען ברענגט נישט אריין קיין שמוציגע זאכן, למשל: ווען איינער זאל אריינברענגען א גוי'אישע מאגאזין מיט נישט איידעלע בילדער, אפילו נישט אינמיטן דאווענען, וועט א יעדער שפירן אז אזא עקלהאפטיגע זאכן, טאר נישט ווערן אריינגעלאזט, אין א מקום קדוש, אקעגן אן ארון קודש, וכו', אפילו ווען עס איז נישט אינמיטן דאווענען.
א סמארטפאון, וויבאלד עס איז א כלי צו מקבל זיין כל מיני אומאיידעלע בילדער, אפילו אויב עס איז געפילטערט, האט עס א געוויסע ענליכקייט, מה שאין כן א פשוט'ע טעלעפאן.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

געהאלטן אינמיטן שרייבן
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

וויל זיין גוט האט געשריבן:אבער עס איז אויך דא אן ענין פון כבוד בית המדרש, אז מען ברענגט נישט אריין קיין שמוציגע זאכן, למשל: ווען איינער זאל אריינברענגען א גוי'אישע מאגאזין מיט נישט איידעלע בילדער, אפילו נישט אינמיטן דאווענען, וועט א יעדער שפירן אז אזא עקלהאפטיגע זאכן, טאר נישט ווערן אריינגעלאזט, אין א מקום קדוש, אקעגן אן ארון קודש, וכו', אפילו ווען עס איז נישט אינמיטן דאווענען.
א סמארטפאון, וויבאלד עס איז א כלי צו מקבל זיין כל מיני אומאיידעלע בילדער, אפילו אויב עס איז געפילטערט, האט עס א געוויסע ענליכקייט, מה שאין כן א פשוט'ע טעלעפאן.

זאגט, די יצר הרע איז עפעס באשאפען געווארען צוזאמען מיט די סמארטפאון? די גאר פשוט'ע טעלעפאון'ס זענען נישט אינטערשטעליג מיט'ן יכולת מקבל זיין כל מיני אומאיידעלע... מיט טעקסט, גרופס, אדער רעדן.

אפשר זאל מען נישט אריין לאזען קיין מענטשען אין בתי מדרשים וויבאלד זיי קענען מקבל זיין.....

וועיק אפ!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חלילה, איך טראכט נישט קיין סקונדע, אז מ'מעג אריין נעמען א סמארטפאון אין א מקום קדוש, אדער מיינען אז א סמארטפאן איז פונקט אזוי ווי א פשוט'ע טעלעפאון, איך רעדט נאר פון דעם אז אמאל האט מען גלייך מעורר געווען אויף א טעלעפאון וואס זינגט אינמיטן דאווענען און היינט שוין נישט

נאכדעם וואס יענער האט מיר דאס געזאגט, האב איך דאס שוין אליינ'ס אויך אויפגעכאפט, זייענדיג אין בית מדרש, אז ווען א טעלעפאון קלינגט גייט קיינער אים נישט מעורר זיין דערויף, ווען אין א געוויסע זין, ווען זיין טעלעפאון זינגט ביים דאווענען שטערט ער אלעמען ארום, אבער אויב זיצט ער אונטער זיין טלית און שפילט זיך מיט זיין קליינעם סוער (סמארטפאון בלע"ז) איז אסאך א קלענערע בזיון ביהמ"ד.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

די גאנצע איבערדרייעניש מיט סמארטפאון'ס אין ביהמ''ד האט קיין שום שייכות מיט קדושת ביהמ''ד . יעדער פארשטייט אז דאס איז א וועג צו איינצוימען די סמארטפאון באנוץ ביי אונזער עולם. איר האלט אז דאס איז די מהלך, נישט קיין פראבלעם! פארקויפט אבער נישט פאר די ציבור אז איר מיינט דא קדושת ביהמ''ד אדער אנדערע שיינע זאכען וואו קוואלעטי צייט מיט די ווייב און קינדער. א נייע דערהער!
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

מן הסתם מיינט יעדער זיך פאר זייער אייגענע הנאה לאזן זיי נישט קיין סמארטפאונס אבער פשוטע יא...
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:די גאנצע איבערדרייעניש מיט סמארטפאון'ס אין ביהמ''ד האט קיין שום שייכות מיט קדושת ביהמ''ד . יעדער פארשטייט אז דאס איז א וועג צו איינצוימען די סמארטפאון באנוץ ביי אונזער עולם. איר האלט אז דאס איז די מהלך, נישט קיין פראבלעם! פארקויפט אבער נישט פאר די ציבור אז איר מיינט דא קדושת ביהמ''ד אדער אנדערע שיינע זאכען וואו קוואלעטי צייט מיט די ווייב און קינדער. א נייע דערהער!

וויל זיין גוט האט שוין געשריבן דערוועגן און אויב וועסטו אריינטראכטן וועסטו זעהן אז ער האט א שטארקע נקודה.
וויל זיין גוט האט געשריבן:אבער עס איז אויך דא אן ענין פון כבוד בית המדרש, אז מען ברענגט נישט אריין קיין שמוציגע זאכן, למשל: ווען איינער זאל אריינברענגען א גוי'אישע מאגאזין מיט נישט איידעלע בילדער, אפילו נישט אינמיטן דאווענען, וועט א יעדער שפירן אז אזא עקלהאפטיגע זאכן, טאר נישט ווערן אריינגעלאזט, אין א מקום קדוש, אקעגן אן ארון קודש, וכו', אפילו ווען עס איז נישט אינמיטן דאווענען.
א סמארטפאון, וויבאלד עס איז א כלי צו מקבל זיין כל מיני אומאיידעלע בילדער, אפילו אויב עס איז געפילטערט, האט עס א געוויסע ענליכקייט, מה שאין כן א פשוט'ע טעלעפאן.

דאס וואס דו שרייבסט וועגן ס'נעמט אוועק צייט פון די ווייב און קינדער, אז נישט דאס איז די סיבה.דאס איז טאקע נישט די סיבה פארוואס מ'מעג עס נישט האבן, אבער דאס איז א שטארקע נקודה! עס איז אמת ויציב! איז פארוואס זאל מען עס נישט שרייבן?!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לאמיר זאגן אז מענטשן האבן 'זיך איינגערעדט' אז דאס איז ענליך צו א שמוציגע מאגאזין, דעמאלט פארשטייט זיך -דאכט זיך- יא, אז דאס באלאנגט נישט אין אזא מקום קדוש.

דער צושטעל צו א בעיסיק טעלעפאן וואס מען קען רעדן טעקסטן וכו', און די נארישקייט צו צולייגן דאס נישט אריינלאזן מענטשן, איז אזוי, עס קען זיין אז א מענטש וואס זיין בחירה איז בטל, ער לאזט אריין אין זיך אלע שמוץ וואס איז מעגליך, קען זיין אז ער דארף אויך נישט זיין אין בית המדרש, עיין היטב הלכות תפילין, במי שאין יכול לשמור מחשבתו וכו', אבער כל זמן א איד איז נישט מופקר, ער לאזט נישט אריין קיין שמוץ אין זיך, און אפילו ער פאלט אמאל דורך, מאכט ער זיך גדרים וסיגים, אזא איד, איז אויסדריקליך נישט קיין שמוציגע כלי.

נאך א משל, א קינדערישע טוילעט, ווי ריין עס זאל נאר זיין טאר מען אקעגן דעם נישט דאווענען, מיר בעטן פון אלע יונגע היציגע מיטגלידער: ביטע פארשטייט אז עס איז דא אן ענין פון 'הייליגקייט', א שוהל איז הייליג, א איד איז הייליג, דער שבת איז הייליג, וכו'
אם לא עכשיו אימתי
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איינער ווייסט דא פון א הלכה אין הלכות בית הכנסת מען זאל נישט אריינגיין אין שוהל מיט א בייטל פון געלט? [עי' בית יוסף סי' קנ"א], כ'ווייס נישט הלכה למעשה, ווייל מען פירט זיך יא צו קומען אין ביהמ"ד מיט א בערזל, אבער עס האט יא א שטארקע מקור אז מיט א חפץ של ביזנעס זאל מען נישט קומען אין ביהמ"ד
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

לענינינו?
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

טויגליכער איד האט געשריבן:לענינינו?

סמארטפאנינו
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

לענינינו

דארף מען צוריק אויסקלארן די זאך
אין בית מדרש ברענגט מען נישט אריין קיין סעלפאון בכל אופן שהוא, פון כשר ביז טרייף

סמארטפאון איז א מערכה פאר זיך אן קיין שייכות צו ביהמ"ד
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
דער צושטעל צו א בעיסיק טעלעפאן וואס מען קען רעדן טעקסטן וכו', און די נארישקייט צו צולייגן דאס נישט אריינלאזן מענטשן, איז אזוי, עס קען זיין אז א מענטש וואס זיין בחירה איז בטל, ער לאזט אריין אין זיך אלע שמוץ וואס איז מעגליך, קען זיין אז ער דארף אויך נישט זיין אין בית המדרש, עיין היטב הלכות תפילין, במי שאין יכול לשמור מחשבתו וכו', אבער כל זמן א איד איז נישט מופקר, ער לאזט נישט אריין קיין שמוץ אין זיך, און אפילו ער פאלט אמאל דורך, מאכט ער זיך גדרים וסיגים, אזא איד, איז אויסדריקליך נישט קיין שמוציגע כלי.

א איד מיט א סמארטפאון - וואס מ'דארף אננעמען מיט א פשטות אז עס איז געפילטערט - איז נישט קיין מופקר. פיריעד.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

באזני שמעתי הוראה מפ"ק של הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א, אויב קען מען נישט קומען אין ביהמ"ד אן דעם סעלפאן, זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי איידער דאווענען בציבור אין ביהמ"ד מיטן סעלל.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

שמו האט געשריבן:לענינינו

דארף מען צוריק אויסקלארן די זאך
אין בית מדרש ברענגט מען נישט אריין קיין סעלפאון בכל אופן שהוא, פון כשר ביז טרייף

סמארטפאון איז א מערכה פאר זיך אן קיין שייכות צו ביהמ"ד

ערשטע חלק, וואלט ווען געדארפט אזוי זיין.
צווייטע חלק, ריכטיג.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זבחי צדק האט געשריבן:באזני שמעתי הוראה מפ"ק של הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א, אויב קען מען נישט קומען אין ביהמ"ד אן דעם סעלפאן, זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי איידער דאווענען בציבור אין ביהמ"ד מיטן סעלל.

כמובן מיינט ער א כשר'ע סעלל (למען הדיוק)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
גראמער
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

איך פלעג נישט ארויסנעמען מיין כשר'ע סעלפאון אין שוהל בשעת התפילה שוין עטליכע יאר, ווען איך האב לצורך פרנסה גענומען א 'סמארט פאון' (ליין: טפשות פאון) האב איך געטראכט צו קויפן א כשרע פאון פאר דעם בית מדרש, אבער איך מיין אז עס וואלט געווען א שטיקל בזיון אז איך קויף א פאון דוקא צו קענען רעדן אין שוהל, וואס איך בין דארט געווענליך נאר בשעת דאווענען אדער לערנען, האב איך טאקע נישט געקויפט.
איך מיין אז עס איז א גרויסע "בזיון" אז מען שטייט אין שוהל מיט'ן טלית ותפילין און מען פלאפערט די ביזנעס... דאס ביסל צייט וואס דו ביזט שוין אין שוהל לאז אפ דעם קראנקען מאשינקל... נישט קיין חילוק פשוטע צו א סמארט...
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

גראמער האט געשריבן:איך פלעג נישט ארויסנעמען מיין כשר'ע סעלפאון אין שוהל בשעת התפילה שוין עטליכע יאר, ווען איך האב לצורך פרנסה גענומען א 'סמארט פאון' (ליין: טפשות פאון) האב איך געטראכט צו קויפן א כשרע פאון פאר דעם בית מדרש, אבער איך מיין אז עס וואלט געווען א שטיקל בזיון אז איך קויף א פאון דוקא צו קענען רעדן אין שוהל, וואס איך בין דארט געווענליך נאר בשעת דאווענען אדער לערנען, האב איך טאקע נישט געקויפט.
איך מיין אז עס איז א גרויסע "בזיון" אז מען שטייט אין שוהל מיט'ן טלית ותפילין און מען פלאפערט די ביזנעס... דאס ביסל צייט וואס דו ביזט שוין אין שוהל לאז אפ דעם קראנקען מאשינקל... נישט קיין חילוק פשוטע צו א סמארט...

עגרי,

איך וויל צולייגן איין נקודה וואס אסאך אירע פארזעען.

מ'פרובירט צו לעיבלן דעם ס"פ אלץ א ביזנעס געצייג, און וועגן דעם רעזערווירט זיך דער גבאי די רעכט איינעם פארצוהאלטן פארוואס ער ברענגט דאס אפי' אריין אין סמעדרעש אמער? מ'טאר דאך נישט טוהן ביזנעס אין א שוהל ?, אויב דער פליפ פאון אינגערמאן נוצט זיין כשרע פאון פאר ביזנעס, איז עס נישט ווייניגער ביזנעס טול ווי דער ס"פ פון זיין חבר דער ס"פ-אינגערמאן.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

סדא א שטיקל חילוק צווישן א פלאמבער וואס וועט מיטברעגען זיינע געצייג (אפילו צוזאמגעראלט אין א בעג), צו דער מיטן קורצן רעקל מיט זיין קליינעם סוט קעיס
איך באצו מיך אויפן אשכול
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
yid101
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 31, 2014 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid101 »

;l
שמו האט געשריבן:לענינינו

דארף מען צוריק אויסקלארן די זאך
אין בית מדרש ברענגט מען נישט אריין קיין סעלפאון בכל אופן שהוא, פון כשר ביז טרייף

סמארטפאון איז א מערכה פאר זיך אן קיין שייכות צו ביהמ"ד

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נישט די פליפ פאון און נישט די סמארט פאון זענען די מזלזל פון קדושת בית המדרש. דאס אנלייגן צעטלעך אויף די טישן, אנקלעבן די ווענט מיט כל מיני אדווערטייזמענטס, דבר יום ביומו, ערב שבת קישקע, אווערנייט קוגל פיקעלס מיט ביר, נר מצוה חנוכה סטענד, פורים וויין פארקויפעריי, מעמבערשיפ קאמפיין, גענעראל פארזאמלונג, קרן חתנים גורל איז פונקט אזא זלזול בקדושת בית המדרש. אויף אלעם פארשטייט זיך האט מען א תירוץ אז ס'איז לצורך מצוה אבער מיט די אלע תירוצים מאכט עס אז א בית המדרש פארלירט די חשיבות.

מ'קומט אריין אין שול זיצן א טיש מיט בחורים און מאכן קולות צו שטיצן היימישע חתנים און די ווענט זענען אנגעקלעבט פון אויבן ביז אראפ מיט שרייענדע פלאקאטן ,דבר יום ביומו'ס וואלגערן זיך אויף די ערד. אביסול אריינציר איז דא א סאדע מאשין און דערנעבן א ווענדיג מאשין (א מיני וואלמארט) ווי מ'קען קויפן אלעס פון זשאמבא קוקיס, טיילענאל, שיך בענדל, נעגל שניידער, גארטל, בעטעריס ועוד.

ביים סינק הענגט איינלאדענונגס פאר שמחות און מי שברך פאר די וואס זענען מנדב קאפי און קליינע הלכה ולא למעשה צעטלעך. און היכל ביהמ"ד איז אנגעלייגט מיט גליונות און באשרייבאכצער איבער אן אלמנה מיט זיבן יתומים בייגעלייגט מיט א בילד ווי א יונגעלע ווישט זיך א טרער, די מערכה קעגן גיוס מיט בילדער פון פראטעסטן אויף כיכר השבת, ועוד ועוד.

פארוואס זאל איינער האבן א גילטי קאנשעס ארויסצונעמען דעם טעלעפאן און פרעגן ביים חברותא ווען ער קומט? אדער ביים לערנען א שטיקל גמרא און מ'וויל עפעס זוכן מיט גוגל?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

דריידל האט געשריבן:נישט די פליפ פאון און נישט די סמארט פאון זענען די מזלזל פון קדושת בית המדרש. דאס אנלייגן צעטלעך אויף די טישן, אנקלעבן די ווענט מיט כל מיני אדווערטייזמענטס, דבר יום ביומו, ערב שבת קישקע, אווערנייט קוגל פיקעלס מיט ביר, נר מצוה חנוכה סטענד, פורים וויין פארקויפעריי, מעמבערשיפ קאמפיין, גענעראל פארזאמלונג, קרן חתנים גורל איז פונקט אזא זלזול בקדושת בית המדרש. אויף אלעם פארשטייט זיך האט מען א תירוץ אז ס'איז לצורך מצוה אבער מיט די אלע תירוצים מאכט עס אז א בית המדרש פארלירט די חשיבות.

זאגסט זייער א גוטע פוינט אבער די שטעלסט צונאזאם הודו מיט קוש. דאס אלעס וואס די האסט אראפ געברענגט איז טאקע א 'בזיון' בהמ''ד וואס מ'קען דעבאטירן אויף דעם ווייל למעשה איז עס נישט קיין בית הכנסת וואס מ'טאר גארנישט טון חוץ דאווענען אונזערע בתי מדרשים איז אויסגעשטעלט אלץ א פלאטץ פאר אלע אידישע אקטיוויטעטן און ס'איז דא טאקע בתי מדרשים וואס לאזן טאקע נישט אויסשפרייטן קיין שום צעטיל אין היכל התפלה אבער דאס ציגלייכן צי 'קדושת' בהמ''ד האלטן 'הייליג' דאס פלאץ ?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיט אלע גוטע תירוצים ווי ס'איז נישט קיין בית הכנסת און עפ"י הלכה מעג מען ברענגט עס נאכאלץ אראפ די ניווא פון קדושת בית המדרש און ווען מ'וואקט אריין דארט קען מען מיינען אז מ'וואקט אריין אין א מארק, און מ'שפירט זיך נישט ארויס פון פלאץ מיט אויסנעמען א טעלעפאן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

צום קעפל איך בין זיך מחולק מיט דיר
ס'האט יא א שיכות צו קדושת ביהמ"ד איי וואס גייט פאר מיט א פשוטע טעלעפאון
טאקע דאס איז דער פראבלעם מיט די סמארטפאון
ווער ס'גדענקט פאר ס'האט זיך אנגעהויבן די סאמעטוכע מיט די סמארט פאון'ס
האט מען יא פראבירט אינגאנצן פראבירט אינגאנצען אויסצוראומען טעלעפאונ'ס פון ביהמ"ד
נאר היות ס'איז אינטערגעקומען די פראבלעם מיט סמארטפאונ'ס וואס איז למעשה א גרעסערע בזיון הבימ"ד
האט מען זיך גענומען איבער דעם אין אויפגעהערט צו רעדן פון פשוטע פאון'ס
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”