אנקעטע - גייט טראמפ בויען דעם וואנט?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

גייט טראמפ בויען דעם וואנט

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:14 am

ער האט קיינמאל נישט עכט געפלאנט צו בויען די וואנט, ער האט עס נאר גענוצט פאר א קאמפיין אישא.
41
47%
ער וויל עכט בויען די וואנט, אבער ס'וועט קיינמאל נישט צושטאנד קומען ווייל ס'גייט זיין צופיל קעגנערשאפט פון קאנגרעס, סענאט און די פאבליק.
12
14%
ער גייט עס בויען, אבער מעקסיקא גייט עס נישט באצאלן
17
19%
ער גייט עס בויען און מעקסיקא גייט עס באצאלן
18
20%
 
סך הכל שטימען: 88

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לכאורה האט געשריבן:עצה פאר פרעה:

אויב ס'פעלט ציגל פון די וואנט, קען מען אריינשטעלן די מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן


:cry: :cry: :cry:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לכאורה האט געשריבן:עצה פאר פרעה:

אויב ס'פעלט ציגל פון די וואנט, קען מען אריינשטעלן די מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן


לכאורה האט געשריבן:פעלט מיין אפציע: וועלכע וואנט?

:?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישטא אפילו איינער פון די 53 ניקס וואס זאל ארויסקומען זאגן "יא כ'האב מיך טועה געווען".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב געשטימט אויף די צווייטע אפציע :oops:
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

זאכליך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישטא אפילו איינער פון די 53 ניקס וואס זאל ארויסקומען זאגן "יא כ'האב מיך טועה געווען".

זיי קענען פשוט נישט פעיסן פעקטס!

אזויווי זיי קענען נישט פעיסן די פעקט אז טראמפ איז לעגאל געווארן אריינגעוועלט אלס פרעזידענט, אזוי קענען זיי נישט פעיסן די פעקט אז זייער וואוט איז א טאטאלע טעות.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זאכליך האט געשריבן:די גזירה איז ארויס!...


ווער ס'וויל אנטלויפן קיין מעקסיקאו דארף עס שנעל טון פאר די גזירה גייט אריין אין קראפט


(קאנאדע נעמט נישט יעדעם אן)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך האב געוועלט נאמבער דריי, ער גייט עס בויען אבער מעקסיקא גייט נישט באצאלען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

לכאורה האט געשריבן:עצה פאר פרעה:

אויב ס'פעלט ציגל פון די וואנט, קען מען אריינשטעלן די מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן

כי כי כי כי כי

(קרעדיט: לכאורה...)
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טראמפ אויף טוויטער

The U.S. has a 60 billion dollar trade deficit with Mexico. It has been a one-sided deal from the beginning of NAFTA with massive numbers...

of jobs and companies lost. If Mexico is unwilling to pay for the badly needed wall, then it would be better to cancel the upcoming meeting.

-----
אָר יא רעדי?!

- יא!!!!

אקעי! ווערט גייט צאלן פאר די וואנט?!

- אמעריקע!!!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

האאאלאו... דאס איז א חלק פון די נעגאושיעישאנס מיט מיקסיקאו, דו הערסט זיך נאר אונטער... שווייג שטיל ביז נאכן מיטונג.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

@יש

מ'גייט בויען א וואנט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

יש ברירה האט געשריבן:טראמפ אויף טוויטער

The U.S. has a 60 billion dollar trade deficit with Mexico. It has been a one-sided deal from the beginning of NAFTA with massive numbers...

of jobs and companies lost. If Mexico is unwilling to pay for the badly needed wall, then it would be better to cancel the upcoming meeting.

-----
אָר יא רעדי?!

- יא!!!!

אקעי! ווערט גייט צאלן פאר די וואנט?!

- אמעריקע!!!


דאס איז געווען זיין פלאן מתחלה, אז אויב מעקסיקא גייט נישט וועלן באצאלן מיט גוטנ'ס (וואס דאס איז די פשטות) דאן וועט מען עס נעמען מיט בייזן, וואס דאס מיינט מיטן אפ האקען די 'פרייע בהאנדל ' אפמאך מיט מעקסיקא.

די קשיא איז נאר, אז איבערמאכן די אפמאכן, וועט ער סיי ווי סיי טוהן, איז מיט וואס הייסט עס באצאלט פארן וואנט.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די כאפסט די טיפשות פון דעם גאנצן סומעטוכע?

זיי האבן דעם געטוען עפעס איליגעל מיטן טרעיד אגרימענט? וואספארא חטא האבן זיי געטוען אז אמעריקע זאל זיי באשטראפן?

דאס האב איך געשריבן א לאנגע צייט צוריק
איך האב געזאגט אז אמעריקע טאר נישט טוען דאס "מינדעסטע"?! אוודאי זאל מען בויען א וואנט

אבער ווייל ער האט זיך איין טאג אויפגעוועקט מיטן משיגענעם געדאנק אז מעקסיקא גייט באצאלן דערפאר גייט ער געהעריג גיין אין קריג אויסציפירן וואס זיין לינקע פאה האט אים אריין גערוימט אין די אויערן איין רעגענדע נאכט?

אמעריקע גייט באקומען א ארכי שונא ביי א טויזענט מייליגע גרעניץ בלויז ווייל פאר אים איז בייגעפאלן אז מעקסיקא דארף באצאלן פאר עפעס וואס בענעפעטירט זיי נישט



און רבוש"ע, פארוואס בוליט ער א אלאירטע לאנד אויף טוויטער?!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ס'שטימט האט געשריבן:וואס דאס מיינט מיטן אפ האקען די 'פרייע בהאנדל ' אפמאך מיט מעקסיקא.

די קשיא איז נאר, אז איבערמאכן די אפמאכן, וועט ער סיי ווי סיי טוהן, איז מיט וואס הייסט עס באצאלט פארן וואנט.

אפהאקן וועט קיינמאל נישט פאסירן עס וועט קאסטן מיליאנען אמעריקאנע דזשאבס אויסער וואס עס וועט פארקריפלן מעקסיקאו

און דאס איז איינמאל זיכער אז ער וועט זיכער מאכן אז די המון עם זאל גלייבן אז מעקסיקאו האט באצאלט אפגעזעהן אויב עס איז אמת
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש ברירה האט געשריבן:
און דאס איז איינמאל זיכער אז ער וועט זיכער מאכן אז די המון עם זאל גלייבן אז מעקסיקאו האט באצאלט אפגעזעהן אויב עס איז אמת



כככ...

די פראטעקסט זיך שוין....

ס'וועט דיר גארנישט העלפן
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

8.)
וואס קען איך טוען אז זיינע חסידים לאזן זיך פארטושן די מוחות פון יעדע זאך...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יש ברירה האט געשריבן:די כאפסט די טיפשות פון דעם גאנצן סומעטוכע?

זיי האבן דעם געטוען עפעס איליגעל מיטן טרעיד אגרימענט? וואספארא חטא האבן זיי געטוען אז אמעריקע זאל זיי באשטראפן?

דאס האב איך געשריבן א לאנגע צייט צוריק
איך האב געזאגט אז אמעריקע טאר נישט טוען דאס "מינדעסטע"?! אוודאי זאל מען בויען א וואנט

אבער ווייל ער האט זיך איין טאג אויפגעוועקט מיטן משיגענעם געדאנק אז מעקסיקא גייט באצאלן דערפאר גייט ער געהעריג גיין אין קריג אויסציפירן וואס זיין לינקע פאה האט אים אריין גערוימט אין די אויערן איין רעגענדע נאכט?

אמעריקע גייט באקומען א ארכי שונא ביי א טויזענט מייליגע גרעניץ בלויז ווייל פאר אים איז בייגעפאלן אז מעקסיקא דארף באצאלן פאר עפעס וואס בענעפעטירט זיי נישט



און רבוש"ע, פארוואס בוליט ער א אלאירטע לאנד אויף טוויטער?!

זע אינעם אנדערן אשכול, איי עגרי וואן האנדערט פראצענט מיר דיר אויף דעם אישו.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאכליך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז נישטא אפילו איינער פון די 53 ניקס וואס זאל ארויסקומען זאגן "יא כ'האב מיך טועה געווען".

איך האב געוואויט פאר די ערשטע אפציע, איך האב מיר נישט טועה געווען ווייל די וואנט שטייט נאך נישט, יעצט אבער גלייב איך אז איך גיי מער האבן טועה געווען.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב געשטימט אויף די צווייטע אפציע :grin:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אבאמא (אבא ווער?!) זאגט אז די וואלן זענען העכסט געהיים און מען גיבט נישט ארויס קיין וואוטינג רעקארדס.... סאו כ'קעניש זאגן וועלכע אפשען כ'האב געוואוט.

#אלטערנעטיוו פאקט.
(עכט האב איך פשוט נישט געקוקט וועלכע ליין ס'איז ביי מיר היילייטעד...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:די גזירה איז ארויס!...


ווער ס'וויל אנטלויפן קיין מעקסיקאו דארף עס שנעל טון פאר די גזירה גייט אריין אין קראפט


(קאנאדע נעמט נישט יעדעם אן)

מעקסיקא אויך נישט - די אומגעוואונטשענע חברה שיקט מען ווייטער, אריבער די גרעניץ...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נע, נאר אמעריקע שיקט ארויס רעפיודזשיס פון לענדער ווי זי זענען אין סכנה.

מעקסיקאו אלס נארמאל ציוויליזירט לאנד וועט זיכער אנעמען אלע אמעריקאנע פליטים וואס אנטלויפן פון די מסוכנ'דיגע אמעריקע מיטן שרעקעדיגן פרעזידענט
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

צום קעפל: ניין! טראמפ גייט עס זיכער נישט בויען, ער גייט אבער באפעלן מען זאל עס בויען...

און ווער גייט עס בויען?
ווארשיינליך אפאר מעקסיקאנע גויים...
אזוי קוקט אויס פון דא
IMG_0316.JPG

(קרעדיט: יהודי)
דו האסט נישט קיין ערלויבעניש צו זען די אטעטשמענטס פון די תגובה.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יש ברירה האט געשריבן:די כאפסט די טיפשות פון דעם גאנצן סומעטוכע?

זיי האבן דעם געטוען עפעס איליגעל מיטן טרעיד אגרימענט? וואספארא חטא האבן זיי געטוען אז אמעריקע זאל זיי באשטראפן?

דאס האב איך געשריבן א לאנגע צייט צוריק
איך האב געזאגט אז אמעריקע טאר נישט טוען דאס "מינדעסטע"?! אוודאי זאל מען בויען א וואנט

אבער ווייל ער האט זיך איין טאג אויפגעוועקט מיטן משיגענעם געדאנק אז מעקסיקא גייט באצאלן דערפאר גייט ער געהעריג גיין אין קריג אויסציפירן וואס זיין לינקע פאה האט אים אריין גערוימט אין די אויערן איין רעגענדע נאכט?

אמעריקע גייט באקומען א ארכי שונא ביי א טויזענט מייליגע גרעניץ בלויז ווייל פאר אים איז בייגעפאלן אז מעקסיקא דארף באצאלן פאר עפעס וואס בענעפעטירט זיי נישט



און רבוש"ע, פארוואס בוליט ער א אלאירטע לאנד אויף טוויטער?!

ווייל די 'אליאירטע' לאנד נעמט די טויזנטער קרימינאלן און גענג מעמבערס וואס קומען דארט אן פון דרום אמעריקע און שיקט זיי אריבער די גרעניץ קיין אמעריקע.
עס איז דאקומענטירט אז די מעקסיקאנער רעגירונג העלפט זיי אנקומען צום גרעניץ.
און עס איז אויך דאקומענטירט אז עס איז דא טויזנטער קרימינאלן, רוצחים און גענג מעמבערס צווישן זיי. (ווען נישט וואלט דאך אבאמא נישט געקענט זאגן אז ער גייט פאוקעסן אויף דעפארטירן די חברה...)

נישט אז איך בלעים זיי, מעקסיקא דארף טוען וואס איז גוט פאר מעקסיקא, און דאס איז - זיי פארשיקן פון דארט ווי שנעלער.
דאס מיינט אבער נישט אז אמעריקע דארף עס אראפשלינגען. לאמיר זיך אויסשלאגן און זען ווער עס איז שטערקער.
און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אמעריקע איז בארעכטיגט צו פארלאנגען אז מעקסיקא זאל עס באצאלן - אמער זיי זענען די סיבה וואס האט געצוואונגען אמעריקע עס צו בויען.
(נישט אז איך האלט אז זיי גייען צאלן דערפאר, אבער איך בין שוין נישט אזוי זיכער ווי איך בין געווען ביים שטימען פאר נומער דריי - נעמענדיג אין באטראכט זיין ווירטשאפט ביז איצט.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יש ברירה האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:ס'איז דא אפאר סברות.

1. מעקסיקאו וויל אויך אז די דראג ביזנעס אין איר לאנד זאל קומען צו אן ענדע. זיי גלייבן אז מיט א שטארקערע גרעניץ, וועט די דראג ביזנעס שטארק רעדיצירט ווערן.

2. אמעריקע האט גערעכטע טענות אויף מעקסיקאו, און מעקסיקאו דארף צוקומען צו אמעריקע. ווען די שטעלסט צוזאם די 2 זאכן בלייבט נישט מער פאר מעקסיקאו ווי זיך צו צושטעלן.

3. א גרעניץ צווישן 2 לענדער איז ביידנס (נדוו"פ) טובה.

נומער איינס און דריי מאכט נישט קיין סענס... קענסט נישט צווינגען א לאנד צו טוען עפעס וואס זיי ווילן נישט ווייל די האלטס אז עס איז זייער טובה, ער איז נישט דיין קינד

אפשר זאל מען צווינגען קאנאדע צו איינפלאנצן מער ביימער ווייל עס קלארט די לופט...

נומער צוויי זייט מער מסביר

ווייל מעקסיקא נעמט די טויזנטער קרימינאלן און גענג מעמבערס וואס קומען דארט אן פון דרום אמעריקע און שיקט זיי אריבער די גרעניץ קיין אמעריקע.
עס איז דאקומענטירט אז די מעקסיקאנער רעגירונג העלפט זיי אנקומען צום גרעניץ.
און עס איז אויך דאקומענטירט אז עס איז דא טויזנטער קרימינאלן, רוצחים און גענג מעמבערס צווישן זיי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”