אלעס צוזאם - איר פארשטיייט מסתם - בלויז אויפן גראם!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דו טוסט אזוי וויינען און ברעטשן
אין דיין קאפ דו טוסט זיך שוין מעטשן

אז איך מאך א ביי ביי
און פון אייוועלט איך גיי

א שאד זאלסט זיך מוטשען
און צו מיין אוועקגיין זיך רישן

איך האלט נאכנישט ביים פאקן פעק
ס'האלט נאכנישט ביים אוועקגיין בעק

פשוט מיינע פלענער אויף ווייטער כ'טו שפעקולירן
אז די באשלוס וועט לויטן פארמעסט זיך טון באזירן

האלט אייך רואיג מאכט נישט קיין פראטעסטן
זייט גערישט אויף אלעם און האפט אויפן בעסטן...

דערווייל לאמיר גראמען אינאיינעם
און נישט פארשמירן דעם אשכול די שיינעם

א שאד צו דעבאטירן נארישקייטן
און זיך באציען מיט טעראר איינער צום צווייטן!

כ'האב צו גראמען יעצט נישט קיין צייט
אבער כ'פארשטיי נישט פשט
וואס איז אויב די האסט נישט די מערסטע פואיטס געהאט
ביסטו עפעס ווייניגער אפילו א מעט?
נו האסטו נישט געווינען
אבער פארוואס זאלסטו שלעכטע געפילן באקומען
פריי דיר אז ביסט מיט אזאלעכע גיטע שרייבער ארום גענומען
און פריי דיר פאר דער וואס פאר דיר יא געטוען שטומען
אקעי איך יאג מיר וועלן מיר רעדן מער באריכות א צווייטע מאל
עללער בשם כל הקהל
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שמעלקא גוט א גט
פון אייוועלט ער שפעט

איך וועל זיך מיט אים נישט קריגן
איך וועל אים עניווע נישט באזיגן

מאך נישט דעם עולם צודרייט
גיי געזונטערהייט

איך וועל מיך אפילו נישט בענקען
קוים וואס איך וועל דיר געדענקען (נע שטותים...)

אקעי, איך סטאפ גראמען וויל איך גיי צו דיר רעדן פון הארץ.. (נישט פון מוח)
שמעלקא עס טוט מיר ווי דיר צו זעהן גיין, גלייב מיר עס איז אונז נישט גרינג... אייך זאך נאר שמעלקא, ווען עווער די דיסיידס צוריק צו קומען זאלטע וויסן אז דער עולם דא.. יא טאקע דא אין פארברענגען, ווי איך פלעג הנאה האבן פון דיין זיסקייט... איז אלוועס רעדי פאר יאר ריטורן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

די אשכול איז אראפ געפארן
מ'טוט מער נישט קיין וועטער צאמפארן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אןן יעצט איז עס ארויף געקומען
ווייל איך האב געטראפן צוויי ווערטער וואס שטומען
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אנטשולדיגט אז כ'פאררעכט דיר
האסט גראדע געטראפן פיר...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך מיין אז איך ווייס וואס דא איז געשעהן
ווען רביש איז נאך דא געווען
האט מען די אשכול אייביג געזעהן
אבער יעצט ווען ער איז אנטלאפן פלעין
איז עס אראפ געפארן אין דרעין
מען דארף אים צוריק שלעפן מיט א קרעין..........
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

מ'דארף קיין קרעין נישט ניצן
נאר מיט אביסל גראמען באפוצן
און מער וועט עס אונטען נישט זיצן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מען דארף מיט א קרעין ברענגען @רביש
ער זאל זיך נישט פילן אזוי נעביש
נאר ער זאל זיין פעדער צוזאמקלייבן
און צוריק אנהייבן שרייבן
אונז מהנה צו זיין
מיטזיינע ווערטער מלא חן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די מצב איז פיל מער קאמפליצירט
ער האט דאך דעם אשכול אזוי שטארק באצירט
פלוצים האט ער זיך פון דא אוועקשפאצירט
און עס בלייבט דא אלעס אומבארירט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

איך וויל נישט רעדן צופיל פון זעך
אבער איך זעה אז רביש איז געווארן א גאנצע שפרעך
אבער איך פארשטיי נישט די געשרייעריי
איך ווייס נישט וואס טוט אייך וויי
ווען איך זעה זאפטי פאקטען טריסקער מיט טשולענט
ס'כאילו איך רעד צו די ווענט
און ווען איך זעה ענק אין דעם מאמענט
הייב איך מיינע הענט
מה אני ומה חיי
ווי אזוי בין איך געווארן די ערשטע אין די רייע

אבער אז מ'פרעגט שוין ווי איך בין פארשווינדען
וויל איך נישט אייערע נייגערקייט אנצינדען
נאר איך וועל אייך זאגן
כדי איר זאלט אויפהערן קלאגן
קודם די עיקר
אז מ'קען נישט אייביג זיצען און טרינקען ליקר
מ'דארף ענטפערן און ארויסברענגען און אויסמאלען
די קשיא פון כסף מנלן
מ'קען נישט טון נאר וואס מ'האט ליב
מ'דארף אויך ברנגען פרנסה אין שטוב
אמאל מעג מען טאקע אראפנעמען אביסל פרעשור
אבער "ביזנעס איז ביפאר פלעזשור"
איז אז מ'דארף אביסל געלט
פאקט מען אוועק אייוועלט
אבער דאס וועט נישט צולאנג דויערן
איך האב נאכנישט פארשפארט די אייוועלט מויערן
און איך קום צוריק אויף ענק הויערן

(דרך אגב נאך וויל איך דערציילן
פארוואס איך האב אייך געלאזט פארוויילן
ווייל איך האב באקומען א שטארקער זעץ
ביים פארמעסט האב איך מיר געפילט ווי א לץ
ווי א נער האב איך געהאט א שפיר
ווען וואוטס האב איך באקומען נאר צוויי הונדערט און פיר
האב איך געגעבן א קוק
ווי באקום איך יעצט חיזוק
האב איך פאר אפאר טאג אוועקשפאצירט
אזוי האט די עוילעם פארפירט
און מ'האט מיר אלאמירט
אז מ'וויל מיר שטארק צוריק
און איך בין א שטארקער ניק
האב איך באקומען גענוג חיזוק.... :lol: :lol: )
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

יא, מיט ווערטער פאסיג
איז מען דיר מחזק
מען טאר נישט לאזן גיין אזא ניק
וואס איז אזויפיל מהנה, ברענגט אונז פיל מיט גליק
פון גאנצעטע בלעטער די מחבר
גאר א געלונגענע שרייבער
צו איז עס א גראם אדער א נייעס
אייביג מיט אזא חיות

מיר באלעקן זיך מיט א עדע טראפ
הרב רביש, "קיעפ איט אפ"...
אויפגעטראכט
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעטראכט »

וויל איך דאך נישט אריינפאלן אין קיין גריב,
בעהט איך אייך טוט מיר ביטע צוליב,
אין שרייבט מיר אפאר גראמען אויף שטוב.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

דיין שאלה איז אין דעם אשכול א אויסנאם
ס'דאך שוין דא אשכולאיך זיך א גראם...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

הלאו מיסטער רביש
זיי נישט אזוי נעביש

איך האב פאר דיר געשטימט
און ברבים זיך מיט דעם בארימט

און דו האסט נאך א קלער?!
מיין שטימע איז ווי טויזנט און אפילו מער!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שעפעלע האט זיך צופיפן
מיט א קלארע שטימע אויסגערופן
ער איז יעצט בגילופן
לאמיר צוזאמען הרב רביש רופן!

רביש דיין חן עס פעלט
וואס האסטו געטון מיט אייוועלט
דיינע גוטע סחור כסדר צוגעשטעלט
און אצינד זוכן מיר דיין געהיימע געצעלט

מיר וועלן דיר נאכלויפן אין די מאסן
נאך דיינע תגובות מיר טוען זיך רייסן
זע איך זאל נישט ווערן קיין כעסן
בעסער קום צוריק וואויל און געלאסן!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

כשרונות 2 - בדחנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יעדער האט שוין געהערט מן הסתם
פון די נייע אויפגעכאפטע פראגראם
פון MK מיט שניצלער און קולמא צוזאם
א זאך וואס די עולם איז פארנומען דערמיט מיט פלאם
בקיצור ס'האט א גיטע נאך טעם
וואס דאס איז דאך פארשטייט זיך די כשרונות
וואס אפילו כ'פארשטיי נישט זייערע חשבונות
איז עס אבער זיכער מיט גיטע רעיונות
וואס אונז אלע ביי וואון עס
איז עס זייער א גיטע זאך "כמעט אן חסרונות"

נאכדעם וואס מיט די קאמפעזיטערס איז מען שוין פארטיג
געווען א פראגראם מעכטיג און גרויסארטיג
יעדער האט אריין געשיקט זייער שענסטע ניגונים אזוי מייסטערהאפטיג
און נאך אויפגעשפילט מיט מוזיק אזוי זאפטיג
און נאך די גרויסע וואלן די עולם האט גענדיגט שטומען
זענען די גרויסע הויכגעשעצטע מבינים ארויפגעקומען
און יעדער האט דאך מיטגעהאלטן וואס דארט איז פארגעקומען
איינער האט געטוען אויסלויבן און די צווייטער האט געטוען קרומען
א שמוץ אריבער און זיי זענען שוין ביי יוסי גרין געווען
וואס יעדער האט די שיינע אינטערוויא געזעהן
אזוי שיין אראפגעשפילט די ניגונים נישט פלעין
מיט זיינע טיפע און שיינע הגהות. וויאזוי זאגט מען ס'איז געווען זייער שעהן

נו יעצט האט אונז ר'וועלוועל אנטפלעקט
אז די נעקסטע כשרונות האט מען שוין אויך געדעקט
וואס דאס גייט זיין בדחנות ! כ'האב פאר דעם גרויס רעספעקט
און וועגן דעם האב כ'מיר דא אויפגעוועקט
אבער פאר אלעס דארף איך דא זאגען
אז רביש מיט זיין כשרונות וואס ער טוט פארמאגן
האט עס שוין גראד פון אנפאנג געטוען פארשלאגען
זעהט אויס אז זיינע ווערטער האבן געטוען ווייט טראגען.
כ'האלט באמת אז כשרונות האט גאר אסאך מעלות
ווי אלע אנדערע גיי איך פון התפעלות
אפילו כ'פארשטיי נאך נישט אלעס
און איך האב נאך אפאר שאלות
ווי למשל וואס די כלל איז
פון וועלעכע נושא די גראמען זיין זאל איז
דארף יעדער אראפלייגען ווי מ'גראמט אויס די חתן און כלות ?

אויף א גרויסע סוקסעס איז מיין אויסקוק
וויפיל גראמערס ס'איז יעצט דא איז נישט גענוג
ס'איז דאך דא אזויפיל יונגע שטיק
וואס זענען עפעס ספעשיל יוניק
מיינע שענסטע וואונטשען דא איך שוק
און אז נייע שטערנס זאלן ארויפקומען ארויס איך קוק
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

כשרונות 2 בדחנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אינמיטן שמועסן האט מיר א חבר געבעטן
אז כ'זאל אויף די נייע כשרונות אויפטרעטן
האב כ'אים געטוען פארשטעלן
אויף א אופן א שנעלען
פארוואס כ'טו נישט וועלן
האב כ'געטראכט עס אהער אויך ארויפשטעלן
כ'האף ס'וועט אייך געפעלן.

די ווערטער גייט אויף די ניגון ארויף
פון דער בעש"ט, שבת נעמט אויף..
(פארוואס פונקט אויף די ניגון
און וואס פונקטליך ס'טוט אין דעם ליגן
דארף מען ר'וועלוועל שמעלצער'ס הקדמה הערן
דארט טוט ער עס ערקלערן.)

(ערשטע פאל)
נאכן באגריסן, אינמיטן שמועסן, הער איך ווי מיין חבר טוט מיר בעטן.
מיט א קול א שארפן, אז דו טוסט דארפן, אויף די נייע כשרונות אויפטרעטן.
כ'פארשטיי נישט וואס דו טיסט , אז א גראמער יא דו ביסט ,
פארוואס נישט דורך קול מבשר ווערן , די נייע צוקנופטיגע שטערן .
געב ארויס דיין טאלאנט די בעסטען , און ארויפגיין אויף די פארמעסטן ,
און דער עולם וועט עס טוען טעסטען , און עס אנעמען אלץ די שענסטען ..

(צווייטע פאל)
אז גאט האט דיר געגעבן. די טאלאנט פון גראמען קלעבן ,
פארוואס זאל עס בלייבן באהאלטען .
מיט די ביישנות הער שוין אויף , אויף קול מבשר ברענג עס ארויף ,
דורך די כשרונות שפאלטען..

(הויכע פאל)
איי איי איי איי
אבער מיין טייערע חבר כ'זאג דיר די אמת , מיינע ווערטער אן נעם עס ,
איך ווייס דו ביסט 100 פערצענט גערעכט .
אבער לויט ווי יעצט כ'פיל , וויל איך זיך נאך האלטן שטיל,
כ'האלט נאך נישט ביים אויף זיין קיין נעכט.

אוי אוי אוי אוי...
אז גאט וועט מיר באשערען , אז כ'זאל א גראמער ווערן ,
וועט ער מיר די ריכטיגע שטופ געבן .
און כ'זאל פלוצלונג וועלן , זיך פארן עולם צו געפעלן ,
און דאס זאל זיין די פרנסה פאר מיין לעבן..

(פערדע פאל)
אבער לויט ווי כ'שטיי יעצט , לאז איך דאס צום לעצט ,
און מיט מיין זעלבע זשאב פארבלייבן.
און זיך פון די זייט צוהערן , ווי די עולם טוט זיך פארהערן ,
און זעהן וועם די עולם טוט אויס קלייבן.....
לעצט פארראכטן דורך eller אום דינסטאג פעברואר 07, 2017 5:58 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אומגלויבליך אהערגעשטעלט
עללער פון אייוועלט
דער געווינער פונעם פארמעסט
ער איז דאך די בעסט
ער שפרייט אויס א האנט
פול מיט טאלאנט
נישט פון היינט
אזוי מעכטיג עס גראמט
גיי ווייטער אן
אניש ווייסעכניש וואס דיר צו טאן
ביסט דאך בעסער פון גוט
זיי ממשיך די מינוט!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

אין אזא טאג ווי היינט מיט מיין פנים שטראל-איך
היינט איז דאך ג' בשלח
די טאג פון "געלט" א יום המסוגל
פונעם שערי פרנסה עפענט מען דעם ריגל
מען דארף נאר טוהן א קליינע פעולה
זאגן 'פשת המן' רבי ר' מענדעלס א סגולה
שנים מקרא ואחד תרגום
דערנאך מיין גאנצע ביזנעס איך פאר'פארק-אים
זיך זעצן מיטן פיס ארויף אויפ'ן 'ריקליינער'
און די געלט זאל אריינשווימען ווי ביים פרעזידענט דעם פיינער

יעדער זאל מיר זיין מקנה
איך דארף מיר נישט שלעפן יעדן צופרי ניינע
אדער אין חדר לערנען א"ב און עברי'ן
אדער גאר שווערע באקסעס שלעפן און דעליווער'ן
און די אינגערמאן וואס שטייט אין געשעפט
יעדער מיט זיין ווערק וואס נאר ער טרעפט

אויף'ן ריקליינער איך ענדיג מיין שרייב
האט איינער פאר מיר א דזאב?...
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

eller האט געשריבן:אינמיטן שמועסן האט מיר א חבר געבעטן
אז כ'זאל אויף די נייע כשרונות אויפטרעטן
האב כ'אים געטוען פארשטעלן
אויף א אופן א שנעלען
פארוואס כ'טו נישט וועלן
האב כ'געטראכט עס אהער אויך ארויפשטעלן
כ'האף ס'וועט אייך געפעלן.

די ווערטער גייט אויף די ניגון ארויף
פון דער בש"ט, שבת נעמט אויף..
(פארוואס פונקט אויף די ניגון
און וואס פונקטליך ס'טוט אין דעם ליגן
דארף מען ר'וועלוועל שמעלצער'ס הקדמה הערן
דארט טוט ער עס ערקלערן.)

(ערשטע פאל)
נאכן באגריסן, אינמיטן שמועסן, הער איך ווי מיין חבר טוט מיר בעטן.
מיט א קול א שארפן, אז דו טוסט דארפן, אויף די נייע כשרונות אויפטרעטן.
כ'פארשטיי נישט וואס דו טיסט , אז א גראמער יא דו ביסט ,
פארוואס נישט דורך קול מבשר ווערן , די נייע צוקנופטיגע שטערן .
געב ארויס דיין טאלאנט די בעסטען , און ארויפגיין אויף די פארמעסטן ,
און דער עולם וועט עס טוען טעסטען , און עס אנעמען אלץ די שענסטען ..

(הויכע פאל)
איי איי איי איי
אבער מיין טייערע חבר כ'זאג דיר די אמת , מיינע ווערטער אן נעם עס ,
איך ווייס דו ביסט 100 פערצענט גערעכט .
אבער לויט ווי יעצט כ'פיל , וויל איך זיך נאך האלטן שטיל,
כ'האלט נאך נישט ביים אויף זיין קיין נעכט.

אוי אוי אוי אוי...
אז גאט וועט מיר באשערען , אז כ'זאל א גראמער ווערן ,
וועט ער מיר די ריכטיגע שטופ געבן .
און כ'זאל פלוצלונג וועלן , זיך פארן עולם צו געפעלן ,
און דאס זאל זיין די פרנסה פאר מיין לעבן..

(דריטע פאל)
אבער לויט ווי כ'שטיי יעצט , לאז איך דאס צום לעצט ,
און מיט מיין זעלבע זשאב פארבלייבן.
און זיך פון די זייט צוהערן , ווי די עולם טוט זיך פארהערן ,
און זעהן וועם די עולם טוט אויס קלייבן.....


זייער גוטע גראמען אבער זיצט נישט גוט אויף דעם ניגון. און דאס האט ר' וועלוועל געמיינט... דזאסט סעיעינג
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

גראמער האט געשריבן:
זייער גוטע גראמען אבער זיצט נישט גוט אויף דעם ניגון. און דאס האט ר' וועלוועל געמיינט... דזאסט סעיעינג

אקעי קוידעם האב איך עס זייער שנעל געמאכט
אן צופיל ארבעט און האבן געטראכט
אבער ווען כ'האב עס פרובירט צו זונגען
איז עס 99 פערצענט געלונגען
מ'דארף עס גיט קענען בעפאר
אז ס'זאל ארויס קומען קלאר
און אויב כ'וואלט עס געוואלט אריין שיקן
וואלט איך מיר געטוען בעסער אויסדריקן
און גראדע יעצט באמערקט בכלל
אז כ'האף פארגעסן צו לייגן די צווייטע פאל
כ'האב עס יעצט צוגעליייגט
כ'האף אז ביסט יעצט איבערצייגט

אז ס'קען יא גאנץ גיט שטומען
אין אז ס'טוט יא גיט אריין קומען
עניוועי א דאנק פארן זיך לאזן הערן
ס'טוט מיר בכלל נישט שטערן.
איין זאך יא כ'בין נישט רעדי פאר קיין פארהערן..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

נישט קיין חילוק וואס דו טוסט
גוט דו ביסט
האלט אן מיין פריינט
האסט א טאלאנט
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שטייענדיג היינט זינטיג
א געשמאקע וועטער נישט קאלט נאר אביסל ווינטיג
נו זיך געקומען אביסל אויסטשוכען
און נאך אביסל זיך ארומקרוכען
און עפעס אינטערסאנט אויפזוכען
ביז כ'בין צום דרייע ווערטער אשכול אנגעקומען
נו נישט זייענדיג אזוי פארנומען
האט מען זיך געטוען אביסל אויסגעבן
פאר די מנהלים זאלן לעבן
מיט גראמען געציילטע אפאר
פון דריי ווערטער נאר
וואס ווי יעדער וואס טרייט
אליין פארשטייט
די טיפע באדייט
אז ס'קומט נישט אזוי גרינג אן
עס צו קענען טאן
אבער למעשה איז ארויסגעקומען
א גיטע סימן
די מנהלים צו בעדאנקען דארט
אויף יענעם ארט
כ'גיי אייך נישט הייסן אהין גיין זאפארט
טא וועל כ'עס אראפברענגען דא
אין זאל יעדער וואס האט פון דעם וועלטעל השפעה
זאל אויך ארויס ברענגען זייער הנאה
פאר די מנהלים וואס געבן אוועק אזויפיל שעה
און זיי אפגעבען זייער פארדינטען
מיט א שכח א געזינטען
אז זיי זאלן נישט נאר ווערן באגאסען
פון יודן וואס זענען פארדראסען
נאר אויך אביסל לויב און געזאנג
וואס קומט זיך זיי שוין פון לאנג
זייער אמתדיגע פארדינטען דאנק !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גערעכט עללער גערעכט
אזוי דארף יעדער זאגן
עס קומט זיך זיי עכט
א דאנק זיי אנטראגן
זיי פארדינען דאס ערליך
פאר זייערע הארוואניע וואס זיי לייגן אריין
זיי מאכן דאס פלאץ ריין און הערליך
און באדינען יעדן איינעם בכל עת וזמן
א דאנק אייך אלע
פאר אייער געטרייע דינסט
ה' משאלותיכם ימלא
און זאלט איר קומען אויף אייער פארדינסט!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ווער האט נאך געדענקט
ווען סיי ווער ס'איז אים געווארען אביסל גענגט
האט ער גראד צו מייזל צום קאמפיוטערל געברענגט
און ארויף אויפן חשובע וועלטעל וואס מ'האט אונז געשענקט
אן מ'האט פארשטייט זיך גראד זיך צום גראמען אשכול געבענקט
און מ'האט דארט אזוי שיין און געשמאק פארברענגט
און פארשטייט זיך ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין הסבירים
מ'האט זיך דא מיט די געטראפען מיט אזוינע חשובע חבירים
יעדער וואס האט געוואלט האט גראד קיין התירים
אריין צורעדן דא מיט דיינע דבירים
קיינער האט זיך נישט געפילט דא ווי קיין גרים
יעדער וואס האט נאר געטראכט אדער געפלאנט
אז ער האט די טאלאנט
האט עס געקענט מאכן צושטאנד
מיטן זיך מאכן באקאנט
מיט די חשובע און געטרייע פריינט
וואס ליידער ליידער ליידער זענען שוין נישטא היינט

די לופט איז אזוי געשמאק געווען
נישט עפעס סתם פלעין
יעדער האט דאך עס אליין צוגעזעהן
אבער פלוצלונג איז עפעס שוידערליך געשעהן
ס'איז ליידער געקומען די צייט
ווען די צוויי גרעסטע און געלונגעסטע לייט
האבן פלוצלונג אראפ פון די וועב זייט
מיר האבן דאך פון זיי אזויפיל הנאה געהאט

אנגעפאנגען פון הרב שמעלקע זאפטיגער
וויפיל איך וועל נאר אנפאנגען צו רעדן פון ער
וועט עס נישט קענען געבן אפילו א שטיקל ערקלער
ער האט דאך געפענט די אשכול , אנגעצינדען די נר
צו רעדן פון אים איז מיר גאר שווער
ס'ברענגט מיר צו בענקעדיגע געפילן מיט טרער
אבער דאך מיינע געפעלן דא איך שער
אזויפיל צוגעגעבן צו די וועלטעל דא
אים צוהאבן דא איז געווען א נחת יעדע מינוט און שעה
יעדער האט דאך פון געהאט אזויפיל הנאה
ער האט געלאזט אויף אונז אזא השפעה
וואלטן מיר זיך אויפגעפירט כראוי
וואלט ער נאך אפשר נישט געמאכט די הצאה
וויפיל איך וועל נאר ראדן פון אים איז נישט גענוג
איך ווייס נישט צו ס'איז נאך געווען אזא ניק
וואס האט געהאט אין זיך אלע שטיק
און נאך געווען אזוי ספעשיל יוניק
ער האט אלעס געמאכט און א אויגן בליק
יעדע מאל וואס מ'האט נאר געדארפט א גיט ווארט אדער חיזוק
האט ער גראד געגעבן א שיק
יעדע ווארט וואס כ'זאג איז איבריג
ווען יעדער קען דאך נאך עס געבן א קוק
אקעי כקען נישט רעדן ווייטער וויל פון טרערן איך שטיק....

(האף מיר אז אויב ער וועט טאקע נישט צוריקקומען
וועלן מיר ליידער מוזן מיטשטומען
און דעמאלס אויב איך וועל נישט זיין פארנומען
וועט א הספד פארקומען)

און אוודאי במקום שאין איש
אפילו איך פיל מיר ליידער ביי די כוחות ניש
צו רעדן פאר ניק מיט אזא גרויסע חוש
דאס איז כ"ק הרב רעביש
יעדן טאג געקומען אזוי פריש
און געשטעלט זיינע הערליכע זאכען צום טיש
מיט זיינע רייכע רעיונות און ידועות
דערמאנען דא כ'טו עס
מיט אזא רבישע געשמאק ממש א פליע איז
און ליידער ער איז אראפ פון מציאות

איך האב נישט קיין ווערטער צו זאגען
ווען אזאלעכע געלונגענע יודן וואס מיר האבן געטוען פארמאגען
האבן זיך ליידער געטוען אפטראגען
כ'ווייס נישט וויאזוי צו קלאגען
מיט שווערע מחשבות כ'טו מיר שלאגן

איך האף אין איך בעט
אז ס'איז נאכנישט צו שפעט
און זיי וועלן מאכן א צוריקטרעט
און צורייסן די גט

און מיט א פרישקייט צוריק אויפלעבן
און אונז פון זייערע געלונגענע כשרונות געבן
און ווייטער שיינע תגובות וועבן
מיט הערליכע גראמען קלעבן
און ווייטער בלייבן דא דערנעבן
וואס דאס איז אונזער שטרעבן....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”