מסכת פסחים - הערות והארות בעמוד היום

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

מסכת פסחים - הערות והארות בעמוד היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

זע איך אז די פריעדיגע אשכולות פון די קשיות און הערות אויפן מסכת האט נישט אנגעהאלטן לאנג, אבער ווען איינער וויל פרעגן פונעם שיעור דארף ער האבן, עפען איך אויף דעים אשכול

וויל איך פרעגן פונעם ערשטן שיעור א קשיא וואס סאיז מיר נישט אזוי קלאר,

ווער ס'הייבט אן פסחים זאל אויפהייבן די הענט.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פרעג, וואס איז דיר שווער?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אידיש גערעדט האט געשריבן:זע איך אז די פריעדיגע אשכולות פון די קשיות און הערות אויפן מסכת האט נישט אנגעהאלטן לאנג, אבער ווען איינער וויל פרעגן פונעם שיעור דארף ער האבן, עפען איך אויף דעים אשכול

וויל איך פרעגן פונעם ערשטן שיעור א קשיא וואס סאיז מיר נישט אזוי קלאר,

ווער ס'הייבט אן פסחים זאל אויפהייבן די הענט.

קושיות והערות על פרק אור לארבעה עשר (מחבורת תורתך שעשועי):
viewtopic.php?f=93&t=23229

(זאל מען אהערברענגען די 'פסחים' אשכולות?)
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

אלף בית האט געשריבן:פרעג, וואס איז דיר שווער?


מיר איז אביסל פארנעפלט וואס דא גייט פאר מיטן משמעות פון "אור" (וואס אין די הוא אמינא איז א מחלוקה פון ר''ה און ר''י,) און די ערשטע קשיא פון די גמרא, אויף ר''י,פארשטיי איך נישט אזוי, אז ווי אזוי קען זיין די אפטייטש פון "אור" לעכטיג, און די שם דבר בלייבט ווייטער לילי, האט עס דען צוויי טייטשן?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דו האסט עס זייער גוט ארויס.
יא, ווען אור וועט געניצט אלס א ״פעולה״ איז עס טייטש ליכטיגקייט.
ווען אור ווערט געניצט אלס א ״שם דבר״ איז עס טייטש נאכט.

דאס איז נישט נאר לויט די הוה אמינא, דאס איז למעשה די מסקנת הגמרא.
לאמיר אפלערנען די משנה: ״אור״ - (שם דבר) די נאכט, לארבעה עשר - צום פערצענטן טאג, בודקין את החמץ - זוכט מען אויף דעם חמץ, ״לאור״ - (פעולה) צום ליכטיגקייט, נר פון א ליכט.


אידיש גערעדט,
איך קען זאגן: איך וויל דיר יעצט נישט ״שטערן״ (פעולה) אינמיטן די ארבייט.
אדער קען איך זאגן: נעכטן נאכט האבן איך געזעהן א גרויסע ״שטערן״ (שם דבר).
די ווארט ״שטערן״ האט גענצליך אן אנדערע משמעות ווען עס איז א פעולה אדער ווען ס׳איז א שם דבר.
(אריין אין שפראך פארום...)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

א שטארקע כח הסברה!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

וועלכע דף האלט די חבורה ? איך וויל מיך נאך מיטכאפען בעזר השי"ת.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

היינט מיטוואך עקב לערנט מען דף ה ע״ב.
די קומענדיגע פארהער וועט אי״ה זיין זונטאג כי תצא, אויף די ערשטע 10 בלעטער פון מס׳ פסחים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

וועל איך אראפברענגן א רשי' ,פון דעים זבולון אינגערמאן,
    אכיף ימא אסיסני ביראתא. אתקן בירונות, אם היו לי פלטין לבנות לא הייתי קובעם אלא על שפת הים ותמיד היה משתבח בשפת הים. ובתשובות הגאונים מצאתי אכיף ימא אסנא בראתא, ופירוש, כך היה משתבח בשפת הים ואומר תמיד סנאים שעל שפת הים ברושים הם במקומות אחרים ולשון זה הגון. סנה בלשון ארמי אסנה ברוש ברותא,
וואס מיינט סנאים
און ברושים
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

סנאים איז א לשון פון סנה
ברושים מיינט גרויסע ביימער
דערנער ביים ים איז ווי גרויסע ביימער ביים יבשה ערגעץ אנדערש.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

בעו מיניה מרב נחמן בר יצחק: המשכיר בית לחבירו בארבעה עשר, על מי לבדוק על המשכיר לבדוק, דחמירא דידיה הוא או דלמא על השוכר לבדוק, דאיסורא ברשותיה קאי
תא שמע: המשכיר בית לחבירו - על השוכר לעשות לו מזוזה
התם - הא אמר רב משרשיא: מזוזה - חובת הדר היא הכא מאי
אמר להו רב נחמן בר יצחק: תנינא: המשכיר בית לחברו, אם עד שלא מסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על המשכיר לבדוק, ואם משמסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על השוכר לבדוק.


וואס בלייבט די גמרא וועלכע צד פון די איבעיא איז גערעכט
וויאוי דרינגט מען זיך אויף
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

סשטייט קלאר ארויס, זאגסט דאך אליין
אמר להו רב נחמן בר יצחק: תנינא: המשכיר בית לחברו, אם עד שלא מסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על המשכיר לבדוק, ואם משמסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על השוכר לבדוק. בניחותא
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אידיש גערעדט האט געשריבן:סשטייט קלאר ארויס, זאגסט דאך אליין
אמר להו רב נחמן בר יצחק: תנינא: המשכיר בית לחברו, אם עד שלא מסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על המשכיר לבדוק, ואם משמסר לו מפתחות חל ארבעה עשר - על השוכר לבדוק. בניחותא


די גמרא בלייבט ס'האט צוטון מיט מסירת המפתח
די צדדים אין די הוא אמינא איז געווען וועמענס חיוב ס'איז

סא די גמרא איז בוחר אין די תירוץ א דריטע צד?
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

אויף די איבעא וועמענס חיוב איז, די טירחא וואס די חכמים האבן ארויפגעלייגט צו בודק זיין און ס'נישט געניג צו מבטל זיין די חמץ,

אויף דעם ענטפערט די גמ' אז סווענט זיך ווען סאיז פארגעקומען דעים מסירת המפתח, גיט?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אידיש גערעדט האט געשריבן:וואס מיינט סנאים
און ברושים

סנאים איז פשוט סנה - דערנער
ברוש איז א חשוב׳ע בוים

אויב בוזטו שטארק נייגעריג וואס איז א ברוש, זעה דא.
עץ ברוש
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אידיש גערעדט האט געשריבן:אויף די איבעא וועמענס חיוב איז, די טירחא וואס די חכמים האבן ארויפגעלייגט צו בודק זיין און ס'נישט געניג צו מבטל זיין די חמץ,
אויף דעם ענטפערט די גמ' אז סווענט זיך ווען סאיז פארגעקומען דעים מסירת המפתח, גיט?

שכח
יעצט האב איך געטראפען די חידושי הר"ן וואס ברענגט קלארער ארויס די מסקנא
אז לעולם זענען ביידע צדדי האיבעיא אמת עס איז אויף ביידען אי אויפען שוכר אי אויפען משכיר דא א חיוב בדיקה,
נאר די הכרעה בלייבט ווער עס האט די רשות כניסה און גרינגערע עקסעס צום דירה דער זאל למעשה טון די חיוב הבדיקה.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

פשיהא! זייער שיין
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רצון טוב האט געשריבן:
אידיש גערעדט האט געשריבן:אויף די איבעא וועמענס חיוב איז, די טירחא וואס די חכמים האבן ארויפגעלייגט צו בודק זיין און ס'נישט געניג צו מבטל זיין די חמץ,
אויף דעם ענטפערט די גמ' אז סווענט זיך ווען סאיז פארגעקומען דעים מסירת המפתח, גיט?

שכח
יעצט האב איך געטראפען די חידושי הר"ן וואס ברענגט קלארער ארויס די מסקנא
אז לעולם זענען ביידע צדדי האיבעיא אמת עס איז אויף ביידען אי אויפען שוכר אי אויפען משכיר דא א חיוב בדיקה,
נאר די הכרעה בלייבט ווער עס האט די רשות כניסה און גרינגערע עקסעס צום דירה דער זאל למעשה טון די חיוב הבדיקה.

לאמיר דאס אביסל אויסקלארן.
רש״י לערנט אז די חיוב הבדיקה ליגט אויפן בעה״ב פונעם הויז.
איז ווער עס איז בעל הבית אויפן הויז בשעת עס איז חל דעם חובת הבדיקה דער מוז בודק זיין.
און מסירת המפתח איז דער קנין, דעריבער ווענדט זיך דאס אויב די מסירת המפתח איז איז געווען פארן ס׳איז חל געווארן די חובת הבדיקה צו נאך.

תוס׳ פרעגט אויף רש״י, אז מסירת המפתח איז נישט פון די אופני הקנינים? וועגן דעם זאגט תוס׳ אז חובת הבדיקה איז פאר ווער ס׳האט דעם שליסל ווייל ער האט עקסעס צום הויז.
דעם חידושי הר״ן ווואס דו ברענגסט אראפ, גייט מיט שיטת התוס׳.
אבער לויט שיטת רש״י איז די מסקנא אז דער חיוב ליגט אויף ווער עס געווען בעה״ב בשעת ס׳איז געווארן חל דעם חובת הבדיקה.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

אופס.... דער לערנט קלאר ,,, ער לאזט זיך נישט פאפן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שכח הרב אלף בית
זייער קלאר.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

ווען די גמ' פרעגט אויף דף ד: אינטן, אויפן פסוק אך ביום הראשון,, ואימא לרבות לילי חמשה עשר לביעור דסלקא דעתך אמינא ימים כתיב ימים אין לילות לא, איז די קשיא אז אלע נעכט פון פסח וואלט איך נישט געוויסט? אדער נאר אויף די ערשטע נאכט ליל חמשה עשר?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נאר די ערשטע נאכט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

ו' עמוד א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

די גמרא זאגט אז אפילו פין ראש השנה אז מען גייט אוועק איז דא אחיוב צו בודק זיין אויב מען קומט נישט צוריק בעפאר ראש השנה

אין רש"י שטייט אז מען איז חושש ווען ער וועט אהיימקימען וועט ער זען א שטיקל חמץ און ער וועט עובר זיין דערויף
אינעם חת"ס שטייט א ביאור דערויף אז אויב ער קומט צוריק בעצם ימי הפסח און ער האט א צופריענהייט פין א שטיקל חמץ איז ער עובר דערויף ווייל ער איז זוכה מן ההפקר
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווי אזוי די זכיי' מן ההפקר ארבעט
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

האלט איך נאכנישט ביי דף ו'
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

לערנט מען יעצט וויכטיגע יסודות בהלכות קידוש שבת קודש.

ווייסט איינער פארוואס ביי אונז מאכן די פרויען א בורא פרי הגפן נאך קידוש?
לכאורה ווי עס איז משמע פון די גמ' רשב"ם און תוספות דף ק:, לשיטת רב, ידי קידוש יצאו ידי יין לא יצאו, איז עס א ברכה לבטלה וויבאלד מען איז לכל הדעות יוצא פונעם מקדש.
די וואס פירן זיך אויסצורעדן צווישן קידוש און טרינקן קען מען נאך פארשטיין, וויבאלד טרינקן איז נאר א לכתחילה און מען קען יוצא זיין אן טרינקן אויך, דעריבער רעדט מען צו מאכן א שטיקל הפסק. אבער די וואס זענען "מקפיד" נישט אויסצורעדן, וואס איז פשט פון די ברכה?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”