פראבלעמען מיט קאמפיוטער זינטן אפגרעידן צו ווינדאוס 10

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

פראבלעמען מיט קאמפיוטער זינטן אפגרעידן צו ווינדאוס 10

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אסאך האבן פראבלעמען, אויב האט איר א פראבלעם, קענט איר דא פרעגן, און זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.

---

איך האב א ערענסטע פראבלעם, אז די קאמפיוטער האלט מיר אין איין קראכען.

אמאל זאגט עס אז די מעמארי איז לאו, אמאל קומט די "בלויע סקרין פון טויט" (עפעס וואס איך האב שוין נישט געזעהן יאאאררן) און אמאל דאס אויך נישט.

איך וועל לייגן די מערסטע אינפארמאציע וואס שייך צו קענען דייעגנאוזן די פראבלעם.

עס געשעט געווענדליך ווען די קאמפיוטער איז זייער אנגעשטרענגט. דאס הייסט אז די רעם איז ביי פול קעפעסעטי. אנשטאט עס זאל ארביערגיין צו די קעש אדער הארד דרייוו קראכט עס.

אמאל געשענט עס אויך נישט דוקא ווען עס איז אנגעשטרענגט, וואס מאכט מיר קלערן אז עס האט נישט ממש מיט דעם.

געווענדליך וועט די קאמפיוטער בעצם נישט קראכען אינגאנצן - עכ"פ אזוי מיין איך - נאר די סקרין גייט שווארץ.

צומאל איז די סקרין טויט, און אמאל קען מען זעהן די קערסער. און אינטערעסאנט איז, אז נאך אזא קראך וועט די קערסעראבער נישט גיין אזוי ברייט ווי די סקריםן איז בעצם, נאר כאילו מען האט שמאלער געמאכט די סקרין אין די דיספלעי סעטינגס. אזוי אויך, ווען די קאמפיוטער ווערט ריסטארטעד, וועלן די אייקאנס אויפן דעסקטאפ זיין צופארן כאילו די סקרין איז געווען שמאל. אבער דאס געשעט נישט ביי יעדע קראך, צומאל נאך א ריסטארט איז די דעסקטאפ מסודר געהעריג.

מען האט שוין געמאכט א טעסט אויפן מעמארי און עס איז גוט. מען האט שוין געמאכט א גאנצע טוץ מיט אנטי-וויירוס\מעלוועיר סקענס און קיינער ווייזט נישט גארנישט.

מען האט חושד געווען אז עס איז א גראפיקס פראבלעם, ווייל עס איז אסאך מאל נאר די סקרין, און לויט ווי די סימפטאמען בעפאר, אבער די פראבלעם איז אז HP האט נישט קיין נייע גראפיקס דרייווער פאר וונדאוס 10.

איב האט איינער געהאט אזא פראבלעם, אדער קען טראכטען פון וואס די פראבלעם קען זיין. איי וואולד עפרישיעט איט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
Hope so
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hope so »

Yes I got this error excel get closed
http://prntscr.com/9vb1pd

My IT told me is a Known error with windows 10
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

לכתחילה די סימנים ווייזן שטארק אויף די גרעפיקס דרייווער, קענסט נישט טוישן גרעפיקס קארד? אדער איז עס א לעפטאפ
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

leiby האט געשריבן:לכתחילה די סימנים ווייזן שטארק אויף די גרעפיקס דרייווער, קענסט נישט טוישן גרעפיקס קארד? אדער איז עס א לעפטאפ

עס איז א לעפטאפ. טראכסט עס איז די קארד, אדער די דרייווער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

External optical cd drive ארבייט נישט מיט'ן אפגרעיד פון 8.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

זייט איך האב אפגרעיטעד פון windows 8.1 צו 10 ארבייט נישט מיין external dvd/cd drive, מען זעהט עס אויך נישט ביי דיווייס מענעדזשער אבער ווען איך פלאג עס איין אין די usb slot באקומט עס פאוער אין מ'הערט ווי ס'דרייט זיך און נאכדעם בלייבט עס שטיל, איך האב שוין פראבירט דאס צי פאסטן reg.exe add "HKLM\System\CurrentControlSet\Services\atapi\Controller0" /f /v EnumDevice1 /t REG_DWORD /d 0x00000001 אין א CPA ווי דא דערמאנט http://www.tenforums.com/drivers-hardwa ... d-all.html און ס'האט נישט געהאלפן. פליז העלפ א יישר כח פון פאראויס
איך האב א acer laptop 64bit
שמח לעזור
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמח לעזור »

די ענטפער אויף רוב פראבלעמען ביי אפגרעיד איז, אז רוב IT חברה וועלן ממליץ זיין נישט אפציגרעידן נאר clean install, ד"מ boot'ן צו א USB און איסטאלן פון דארט (דארך Format'ן די הארד דרייב) דעמאלסט רובא דרובא ארבעט עס א מחיה.
יענקיטעק
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 04, 2016 2:15 am

Graphics Driver

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקיטעק »

Hope so האט געשריבן:Yes I got this error excel get closed
http://prntscr.com/9vb1pd

My IT told me is a Known error with windows 10


a lot of drivers are not compatible since the upgrade from windows 7/8 the best way to do it is to go to device manager uninstall the driver and also uninstall the software restart the computer it should install the compatible windows 10 driver as im saying it should not always
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

היינט האט זיך מיין ווינדאוס 10 אפדעיטעד און קוויק בוקס 2011 האט אויפגעהערט ארבעטן..
פשט?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך האב אפגרעידעט צו די פרישע ווערסיע פון ווינדאוס 10, און די "ריסענט דאקומענטס" פאלדער אין די סטארט מעניו איז גענצליך אוועקגעפלויגן.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

Creators Update

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

פאר די אלע וואס נוצן ווינדאוס אנגעשטעלט מיט די סיסטעם לאוקעל פאר היבראו (געוויסע אידישע פראגראמען - למשל DBS און תורת אמת - זענען גיבריש אן דעם), קוקט אויס אז דער נייער ווינדאוס 10 אפדעיט קומט זיך נישט אויס דערמיט און געוויסע פראגראמען ווערן מאדנע עי בי סיס אנשטאטס וואס דארף שטיין.

https://answers.microsoft.com/en-us/win ... 803&auth=1

https://superuser.com/questions/1194667 ... -some-apps

ווי אויך די אלע וואס נוצן די גענטעק פילטער דורך טעג, גדר אדער משומר זאלן דערווייל נישט אפדעיטן. די פילטער קאמפעני האט געבלאקט די אפדעיט אבער נישט איבערקלוגן די פילטער, א חוץ אויב איר ווילט באקומען א BSoD...
...
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

זייט מיין לעצטע אפדעיט אין ווינדאוס 10 פון זונטאג apr 23 וואס האט אינסטאלט די אפדעיט:Update for Windows 10 Version 1607 for x64-based Systems (KB3150513)
האב איך שוין באקומען צוויי נייע בלו סקרין.
האט איינער באגעיגענט דאס זעלבע?
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

טייטל האט געשריבן:זייט מיין לעצטע אפדעיט אין ווינדאוס 10 פון זונטאג apr 23 וואס האט אינסטאלט די אפדעיט:Update for Windows 10 Version 1607 for x64-based Systems (KB3150513)
האב איך שוין באקומען צוויי נייע בלו סקרין.
האט איינער באגעיגענט דאס זעלבע?

יא
האסט א פילטער?
הק׳ טעקעלע
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

K9
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

טייטל האט געשריבן:K9

לכאורה איז עס k9 , געזעהן מענטשן רעפארטן אזוי
קיק אין Windows event viewer, אדער http://www.nirsoft.net/utils/blue_screen_view.html
הק׳ טעקעלע
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

tech yid האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:K9

לכאורה איז עס k9 , געזעהן מענטשן רעפארטן אזוי
קיק אין Windows event viewer, אדער http://www.nirsoft.net/utils/blue_screen_view.html

כ'האב געטוישט מיין א"וו (avg) בעצתו של אחד מהחברים פה, וואס די k9 מיט איהם זענען לעצטנס געווארן א שווערע שידוך, און כ'האף אז עס וועט מער נישט געשעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”