אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

לעצם הענין, ס'באקאנט וואס רביה"ק מסאטמאר האט געזאגט אויפן חת"ס אז ווען ער וואלט געווען און מירון און מיטגעהאלטן דאס התלהבות, וואלט ער זיך נישט מתנגד געווען דערצו.

היינטיגע צייטן רעדט מען טאקע נישט פונעם חת"ס מיט רביה"ק, אבער פאקט איז אז די אלע באטייליגטע ביי די ערענסטע מעמדי הדלקות וועלן עדות זאגן אז מען שפירט אן התרוממות, ס'איז אן ערנסטע מעמד, אידן טאנצן מיט התרוממות הנפש, מיט א דביקות דקדושה, מיט פארמאכטע פארטרעטע אויגן, און מיט רשפי התעוררות.

ס'איז זייער גרינג אוועקצומאכן און זאגן אז ס'איז בלויז עמאשאנס, איינגערעדטע קדושה פילינגס וכו', אבער יעדער וואס האט דאס מיטגעהאלטן וועט דיר זאגן אז יש דברים בגו. ורשב"י לכל. והנח להם לישראל אם לאו נביאים הם, בני נביאים הן. יא, ווען מיר זענען געגאנגען אין גלות האט אונז דער באשעפער מזכה געווען די יו"ט שני של גליות, און היינט ווען די דורות זענען געווארן נאך שוואכער האט אונז השי"ת צוגעגעבן נאך א יו"ט.

צוביסלעך וועט עס טאקע אי"ה ווערן נאך מער אויסגעשפרייט און די יו"ט ל"ג בעומר וועט באקומען איר פולן גלאנץ ביי יעדן איינציגן קהלה בכל אתר ואתר.

הוא מאירת עינינו, ואפי' לפחותים!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

צו זאגן אז השי"ת האט אונז צו געגעבן א יום טוב איז גאנץ א געוואגטע סטעיטמענט פאר א ניק אויף אייוועלט אום 16'
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך הער אלע צדדים חוץ די וואס האלטען א חילוק פון א"י (נישט מירון) און חו"ל
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

להודיע האט געשריבן:צו זאגן אז השי"ת האט אונז צו געגעבן א יום טוב איז גאנץ א געוואגטע סטעיטמענט פאר א ניק אויף אייוועלט אום 16'


כ'וועל זיין אביסל מער געוואגט און צולייגן נאך א נקודה.

אויב האט כלל ישראל נישט גענוג ניסיונות, קומט נאך צו די נסיון פון זיך שעמען מיט אונזער אידישקייט. במשך כל הדורות זענען געווען אירע וואס האבן געזוכט קאלט צו מאכן אידישע קינדער און חוזק געמאכט מכל הקודש לנו. על פי רוב איז דאס געווען די משכילים, וועלכע האבן זיך פארקויפט צו זיין קלוגע און פארשטענדליכע מענטשן, מיט 'אפענע אויגן' וואס זעהן 'ברייטער'. עס איז זיי ליידער גוט געגאנגען ווייל מען האט זיי ארויף געקוקט, זיי האבן געהייסן די 'בעסערע קלאס' מענטשן, די וואס פארשטייען בעסער, זיי זענען מער 'אויפגעקלערט' און האבן אן אייגענעם דעה.

היינט איז אבער דא די וואס טוהן דאס בלבוש פון פרומקייט. די חברה וואס האלטן זיך אויף א העכערע לעוועל ווי אונז, זיי זענען נענטער צום באשעפער און דינען איהם בלויז מיט תורה ועבודה כ"ד שעות היום, און דאס וואס אונז טוה מיר איז בלויז נארישקייטן אהן קיין שום שייכות צו עבודת השם. זיי קומען אויך און מאכן חוזק מכל הקודש לנו, און מען קוקט זיי אויך נאך ארויף אלס אויפגעקלערטע און 'באזעסענע' מענטשן. צוליב די בושה מיט אונזער אידישקייט בלייבט מען שטיל, מען שעמט זיך צו ווערן אנגערופן מצומצם'דיגע תמימות'דיגע שעפעלעך וואס נוצן נישט דעם שכל.

ווען זאל מען אריינפלאנצן אין אונז אביסל מער גאוה דקדושה, אביסל מער עזות ארויסצוקומען און זאגן די וואס איז וואר, וואלט כלל ישראל מער געגלאנצט און מער געבליהט.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

האסט מחדש געווען א נייעם יום טוב און יעצט ביזטו גאר דער העלדישער בעל מסי"נ וואס שעמט זיך נישט מיט דיין ניי געבוירענע אידישקייט. מוטשע נישט.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אוי גייט רב שפוזמן זיך דארפן בייסן די ליפן דיר נישט צו ענטפערן..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

[.
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום פרייטאג מאי 27, 2016 9:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

להודיע האט געשריבן:האסט מחדש געווען א נייעם יום טוב און יעצט ביזטו גאר דער העלדישער בעל מסי"נ וואס שעמט זיך נישט מיט דיין ניי געבוירענע אידישקייט. מוטשע נישט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

חוץ וואס עס איז א ערענסטע בל תוסיף צו זאגן אזוי,
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מוטשע נישט האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:צו זאגן אז השי"ת האט אונז צו געגעבן א יום טוב איז גאנץ א געוואגטע סטעיטמענט פאר א ניק אויף אייוועלט אום 16'


כ'וועל זיין אביסל מער געוואגט און צולייגן נאך א נקודה.

אויב האט כלל ישראל נישט גענוג ניסיונות, קומט נאך צו די נסיון פון זיך שעמען מיט אונזער אידישקייט. במשך כל הדורות זענען געווען אירע וואס האבן געזוכט קאלט צו מאכן אידישע קינדער און חוזק געמאכט מכל הקודש לנו. על פי רוב איז דאס געווען די משכילים, וועלכע האבן זיך פארקויפט צו זיין קלוגע און פארשטענדליכע מענטשן, מיט 'אפענע אויגן' וואס זעהן 'ברייטער'. עס איז זיי ליידער גוט געגאנגען ווייל מען האט זיי ארויף געקוקט, זיי האבן געהייסן די 'בעסערע קלאס' מענטשן, די וואס פארשטייען בעסער, זיי זענען מער 'אויפגעקלערט' און האבן אן אייגענעם דעה.

היינט איז אבער דא די וואס טוהן דאס בלבוש פון פרומקייט. די חברה וואס האלטן זיך אויף א העכערע לעוועל ווי אונז, זיי זענען נענטער צום באשעפער און דינען איהם בלויז מיט תורה ועבודה כ"ד שעות היום, און דאס וואס אונז טוה מיר איז בלויז נארישקייטן אהן קיין שום שייכות צו עבודת השם. זיי קומען אויך און מאכן חוזק מכל הקודש לנו, און מען קוקט זיי אויך נאך ארויף אלס אויפגעקלערטע און 'באזעסענע' מענטשן. צוליב די בושה מיט אונזער אידישקייט בלייבט מען שטיל, מען שעמט זיך צו ווערן אנגערופן מצומצם'דיגע תמימות'דיגע שעפעלעך וואס נוצן נישט דעם שכל.

ווען זאל מען אריינפלאנצן אין אונז אביסל מער גאוה דקדושה, אביסל מער עזות ארויסצוקומען און זאגן די וואס איז וואר, וואלט כלל ישראל מער געגלאנצט און מער געבליהט.


טייערע מוטשע נישט כשמך כן תהלתך דעי מוטשע נישט אויס דריק קומט גראדע פין די משכילים

קודם לאמיר רעדן וועגן די הדלקות אין אויך וואס @מחותן איז געווען ברוגז אין מיט רעכט אז ווי אזוי שפוזמאן קען זיין אזוי שארף ווען רבנים חשובי ופני העדה טוען דאס
שפוזמאנס פראבלעם איז פארוואס מען דארף היינט צוקומען צו הדלקות אוודאי האבן טייל רבנים איינגעזען אז עס פעלט אויס, אבער פארוואס, פארוואס 20-30 יאר צירוק האט עס נישט אויס געפעלט אין היינט יא, דאס זענען די רבנים נישט שולדיג דאס איז אונזער פראבלעם, פונקט ווי ווען מען האט אנגעהויבן אידישע צייטונגען אוודאי האבן דאס די רבנים געמאכט, אבער די זעלבע צייט געבליטוגט פארוואס מען דארף עס מאכן, אין איך האב שוין כמה פעמים גערעדט צו דיינים ורבנים וואס האבן פארשטאנען אז מען דארף היינט מער צושטעלן אינטערטעמענט אידישקייט אין ווען מען טוט עס איז עס נישט קיין עוולה אבער על אלה אני בוכיה
טייל וואס שפילן דא בת היענה, אין ווען מען דארף צולייגן קראטשעטס צו אונטער האלטען אונזער אידישקייט דארף מען נאך זיין גרויס דערמיט גאוה דקדושה, אין טאמיר איינער איז דיר מסביר ר' איד דיין פיס איז צובראכן שרייסטו מוטשע נישט, די האלטס דיך גרויס אז די דארפסט נישט קיין קראטשעס, די טוסט נאר עבדות ה', ניין ניין ר' איד נישט "נאר" נאר אויב אויב מאך א פייער פאר ר' שמעון וועל איך אינזין האבן 90% די ענין דערפין אין 10% די פאן אין היינט 70% אמעריקאנע פייערס איז די כוונה 90% קאשער אינטערטעמענט, אין די זיי שטאלץ דערמיט
דאס איז אלעס געזאגט געווארן פאר איך האב באמערקט דעי תגובה
מוטשע נישט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן: יבוא יומו וואס מען וועט מיינען אז עס איז הלכה למשה מסיני וכל המרבה הרי זה משובח.


זארג נישט, כלל ישראל איז געבענטשט מיט אנדרייער און פארפירער וועלכע וועלן אלס שטיין אויף די וואך אונז צו דערמאנען און מעורר זיין אז אונזערע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן, משוגעת'ן, קינדערישקייטן, ירידת הדורות, שפל המצב, נייע זאכן, חדש אסור, פראפעגאנדע, וכו' וכו',

אין @שפוזמאן איז די משכיל אין @מוטשע נישט דער ארטעדאקס איך ווייס נישט צו לאכן צו וויינען
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

דיס טיים בין איך פולי איינשטימיג מיט @פרידן. און פארשטייט זיך מיט ידיד נפשי וידיד כל בית ישראל הרב @ספוזמען. (אנטשולדיגט, יעדעס מאל ספעיל איך אייער נאמען אויך אן אנדערן וועג :lol: )
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שאינו יודע האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האסט מחדש געווען א נייעם יום טוב און יעצט ביזטו גאר דער העלדישער בעל מסי"נ וואס שעמט זיך נישט מיט דיין ניי געבוירענע אידישקייט. מוטשע נישט.

עס ווערט שוין דערמאנט אין שלחן ערוך מִסְתַּפְּרִין בְּיוֹם ל''ג וּמַרְבִּים בּוֹ קְצָת (ד) שִׂמְחָה, פארפיר נישט וועגן א נייע יו"ט עס איז אלע מאל געווען א סעודה מיט מיוזוק די גאנצע רעדע איז נאר צו מען זאל אויך אנצינדען א פייער אדער נישט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דו האסט נישט אפגעליינט מוטשע נישט סתם געשריבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק הרב פרידן פאר זאגען וואס עס האט געדארפט געזאגט ווערען, אבער אלץ והייתם נקיים (איינער האט דאך מיר באשולדיגט פאר שרייבען כאחד הריקים) מוז איך אדרעסירען און קלאר שטעלען אז איך האב קיינמאל נישט אטאקירט רבנים וואס מען פארופט זיך "נישט ריכטיג" אויף זיי אז זיי האבען עס איין געפירט.

ס'זעהט אויס ווי מאנכע האבען געמיינט (איך ווייס נאך אלץ נישט פארוואס - עס איז היפך מיין סטעיטעד גאול דא) אז איך אטאקיר רבנים; ווען איך האב קלאר עטליכע מאל דייקא געזאגט אז נישט, און פינקט פארקערט געזאגט (און געגאנגען אוט אוו מיי וועי צו זאגען) אז איך פארשטיי זיי. דא האט איר א דוגמא:
SPUSMN האט געשריבן:אוודאי אויב דער דור מוז עס האבען זאל מען נאכגעבען (און די רבי'ס האבעם שוין היינט נישט קיין ברירה און מוזען נאך געבען די חסידים), אבער איך מוז נישט מיט טאנצען.

SPUSMN האט געשריבן:דער תירוץ איז "בדלית ברירה"; דער יוגענט פירט די עלטערע ביי די נאז. די חסידים ווילען און דער רבי גיבט נאך. ווילאנג עס איז נישט א עבירה, און ווי איינער האט געזאגט נישט א פירצה, נו גיי שלאג זיך...

SPUSMN האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דער אשכול צילט; מיין ציל איז צו שרייבען דברים כהוייתן ובמקום שאין איש (ווייניג פון מיין דור דא) זיך צו לאזען הערען. און אויב רבי'ס וועלען אנהייבן מאכן הדלקות ווי זיי האבען שוין אנגעהויבען, וועל איך זיי נישט שטערען, אבער וויסען דארף מען דער אמת אז עס איז געשעהן "בדלית ברירה" ווייל דער איגענט מאנט עס און פארלאנגט עס און אפשר דארף עס טאקע; אבער נאכאמאל זיך נישט נער'ן.

SPUSMN האט געשריבן:איך ווייס אז איך גיי עס נישט סטאפען און מסתמא טאר איך עס נישט סטאפען (אויב וואלט געווען בידי); ווייל אויב די משפיעים היינט האלטען אז עס איז וויכטיג און היינטיגע ציייטען שטארק נויטיג, זאל עס זיין, אבער נער'ן טאר מען זיך נישט.

און צום לעצט:
SPUSMN האט געשריבן:... די קינדער פלעג איך יא נעמען, זאלען זיי זיך ענדזויען, ווייל זיי וועלען מיר נישט פארשטיין און זאלען זיי נאכטוהן יעדען...

ואני את נפשי הצלתי.

איך בין נישט א דעת יחידי, און א דאנק פאר אלע וואס האבען מיר פארשטאנען און געמאכט זיכער אז איך ווייס עס (דא און אין אישי).

תם ונשלם; טשולדיקטס טייערע ידידים אויב איינער האט זיך געשפירט געטראפען; איך מעג אמאל האלטען טאטאל אנדערש ווי ענק. גוט שבת.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

פרידן, איך זעה נישט פארוואס זינגען קדיש תתקבל מוצאי יוה"כ זאל זיין ווייניגער 'אינטערטעינמענט' ווי טאנצן מיט התלהבות לכ' רשב"י.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מוטשע נישט האט געשריבן:פרידן, איך זעה נישט פארוואס זינגען קדיש תתקבל מוצאי יוה"כ זאל זיין ווייניגער 'אינטערטעינמענט' ווי טאנצן מיט התלהבות לכ' רשב"י.

שוין פריער גענפערט "דיין" קשיא
יעצט וועל איך ענפערן "די" קשיא
עס איז א גרויסע חילוק פין פראקטעצירן אידישקייט מיט חיות שמחה,אינשוימענט אזוי צו זאגן, פין פראקטעצירן אינשוימענט מיט אידישקייט
אין אנדערע ווערטער עס איז א גרויסע חילוק פין מאכן אידישקייט אינטערסאנט ווי מאכן אינטערסאנטע זאכן אידישקייט
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צום פינטעל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דער אשכול האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול
viewtopic.php?p=1028702#p1028702
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

ועל זה אנו דנין, צו דאס איז 'אידישקייט' צו נישט. ביי אייך איז דאס נישט מער ווי א חב"ד סורקיס, ביי מיר איז דאס די זעלבע אידישקייט ווי זינגען זמירות לשבת, טאנצן הקפות, וכו'. ס'איז א הייליגע מנהג, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל נוגע זיין נאר אין מירון.

ס'איז א שאד די טעהנ'עריי, הזמן יעשה את שלו, נאך אביסל וועט דאס ווערן א נחלת הכלל, און ווי שנעלער ס'וועט פאסן זיך מיטצוכאפן מיטן התלהבות פון כלל ישראל אלס שנעלער וועט איר שפירן דעם טעם פון א רקידה בדביקות לכ' רשב"י, טעמו וראו כי טוב.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

צום קעפל וואס איז אנדערש א"י ווי חו"ל ? (איר רעד נישט פון מירון)
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מוטשע נישט האט געשריבן:ועל זה אנו דנין, צו דאס איז 'אידישקייט' צו נישט. ביי אייך איז דאס נישט מער ווי א חב"ד סורקיס, ביי מיר איז דאס די זעלבע אידישקייט ווי זינגען זמירות לשבת, טאנצן הקפות, וכו'. ס'איז א הייליגע מנהג, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דאס זאל נוגע זיין נאר אין מירון.

ס'איז א שאד די טעהנ'עריי, הזמן יעשה את שלו, נאך אביסל וועט דאס ווערן א נחלת הכלל, און ווי שנעלער ס'וועט פאסן זיך מיטצוכאפן מיטן התלהבות פון כלל ישראל אלס שנעלער וועט איר שפירן דעם טעם פון א רקידה בדביקות לכ' רשב"י, טעמו וראו כי טוב.

קודם האב איך הנאה פארן ניצן א נארמאלע שפראך, אז די רעדסט נארמאל וועל איך אויך
דער ענין פין הדלקות איז נישט היינט געבורען ווען יא האב מיר זיך אפי' נישט וואס צו טענען, אין אלע אונזערע רבי'ס האבן דאס געויסט אין עפ"כ האבן זיי עס נישט געטון אין חוץ לארץ,
די סיבה וואס מען טוט עס היינט יא איז נישט ווייל מען איז געקומען צו די הכרה וואספארא גרויסע ענין דאס איז, נאר פשוט ווייל מען האט געשפירט אז דער עולם דארף עס האבן אין סתם אויפבאקען יעצט אז מען זאל מאכן א פייער ג' בשלח איז אינגאנצען אוט אף מיינד, נעמט מען א ענין וואס איז דא אין מען מאכט דערפין אזאך, קיים שום שאלה עס האט א תועלת דער עולם דארף עס היינט האבן אין אויף דעם וויין מער פארוואס מען דארף עס האבן,
אין פאקט רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פין די פייער, פשוט מען האט עס ליב איינער קוקט וואספארע עולם עס איז דא, אין איינער האט פלען ליב די קאנצעפט עפעס ברענט מען טאנצט מיט מיוזיק,

שאץ מאך די מעכטיגער שרייבער דא אויף איי וועלט האט אמאל געהאט א ארטיקל איבער דעם אז היינט איז ביי אסאך פלען אידישקייט נישט אינטערסאנט, עס מוז זיין אנדערשט מען וועט שלאפען נאכמיטאג אין אויף זיין א גאנצע נאכט אין לערנען ברציפות 6 שעה, אין 3 ביינאכט וועט מען גייון אין וואלד זינגען קה אכסוף, יא עס איז א אינטערסאנטע פילינג אין מען מיינט נאר ווען מען האט יענע פילונג דינט מען דעם אייבשטער, והייני טעמא פין די שבטאנס, משפיעים, הדלקות, וכו' וכו' יעצט למעשה דער עולם דארף עס אין אן דעם וועל אסאך נישט האבן די ריכטיגע חיזוק אין טעם אין אידישקייט אבער צו זאגן אז די שורש איז נישט קיין פראבלעם אין א גרויסע פראבלעם איז נאריש
אויב איינער קען ביטע לינקען צו שאץ מאץ ארטיקל
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום פרייטאג מאי 27, 2016 2:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

פרידן האט געשריבן:אין פאקט רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פין די פייער, פשוט מען האט עס ליב איינער קוקט וואספארע עולם עס איז דא, אין איינער האט פלען ליב די קאנצעפט עפעס ברענט מען טאנצט מיט מיוזיק,



און אנדערע האבן פשוט ליב די קאנצעפט צו זען, ווי אזוי עס שטייען תמימות'דיגע אידן, ברענען אריין, טאנצן און פלאקערן ארום דעם פייער, בשעת עס איז קיין שום ענין נישט פאראן דערביי... ס'איז פשוט'ע אינטערטעימענט, אבער אידן פלאקערן פאר רבי שמעון! - איי, וואס רבי שמעון? - וואס ווילסטו פון אים פונקטליך? - דאס ווייסט ער נישט. אבער מען שטייט ארום דעם פייער לכבודו פון רבי שמעון, און מען קאכט אריין דערין...

מענטשן (ואני ביניהם) האבן דאס ליב צוצוקוקן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דער אשכול האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול
viewtopic.php?p=1028702#p1028702

שכח פארן צולינקן יענע אשכול.

זייער אינטערעסאנט.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שוין וועל איך עס אליין טוען
viewtopic.php?f=3&t=16204&hilit=
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הגם סאיז פארשטענדליך די ווייטאג פון א געוויסע טיפ מענטשן, בפרט אזעלכע אלד טיימערס ווי שפוזמאן, וואס קוקן זיך צו מיט בייז וואונדער אויף די נייע ערשיינונג. האט חסדי אבות פארט א שטארקע פוינט, סאיז קלאר פארהאן אזעלכע זאכן וואס זענען במשך הזמן נשתרבב געווארן ביי כלל ישראל טראץ דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין געהעריגע באזיס בעפאר. בפרט טאקע די ענינים וואס איז נוגע פנימיות התורה איבערהויפט אין די דורות האחרונים לפני התנוצצות אור דלעתיד. ובראותינו כי לא לנו הדעה והיכולת חוזר הענין למרא דשמיא מרא קמא והמשכיל בעת ההוא ידום.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”