מיללער האט געשריבן:נאך א שיינע הערה מענינא דיומא, זעה איך בקובץ הערות לרבי אלחנן זצ"ל-הי"ד (סי' י"ז אות ב'), ער פרעגט פארוואס ביי די הלכה אין פסחים קח. בן אצל אביו צריך הסיבה זאגן די ראשונים די טעם ווייל סתם אב מחיל ליה ליקריה גבי בנו, ווייזט אויס אז אויב דער טאטע איז יא מקפיד טאר דער זון זיך נישט אנלאנען משום כיבוד אב, לכאורה די גמ' זאגט דאך דא אין יבמות ה: אז כיבוד אב איז נישט דוחה קיין שום מצוה (ואפי' מצוה דרבנן כמבואר ברמב"ם הל' ממרים פ"ו הי"ב), ונשאר שם בקושיא.
דער לשון השאילתות דארט איז, 'בן אצל אביו צריך הסיבה, סתמא דמילתא לא קפיד עליה'. בפשטות איז דער פשט אז וועגן דעם האבן איהם די חכמים מחייב געווען בהסיבה ווייל עס איז נישט דער דרך פון די טאטע מקפיד צו זיין אויף דעם, און ס'איז מותר אפילו א גאנץ יאהר, אויב וואלט געווען די דרך פון'ם טאטן מקפיד צו זיין, וואלטן איהם די חכמים נישט מחייב געווען מיט דעי מצוה
יעצט למעשה איינמאל ער איז שוין מחוייב, האלט דער חק יעקב באמת אז אפילו ער איז מקפיד בטלה דעתו אצל כל אדם, ווייל די סדר איז נישט מקפיד צו זיין
[איך פארשטיי זיינע ווערטער אזוי, אז דאס איז זיכער בכל השנה אויב דער טאטע איז מקפיד איז נישט שייך ביי דעם בטלה דעתו, נאר דא איז די שאלה, צו זאג איך אז ווי באלד דער דרך פון זיין טאטע איז צו מקפיד זיין, איז ער קיינמאל נישט נתחייב געווארן מיט מצות הסיבה לגבי זיין טאטע, אדער בטלה דעתו, און ממילא קען איהם דער טאטע נישט הייסן נישט צו מסיב זיין, אזוי ווי ביי אלע מצות, און דער חק יעקב האלט טאקע אז בטלה דעתו, ממילא איז עס אנדערש ווי א גאנץ יאר]
נאר די פרמ"ג איז יא עפעס חושש בצירוף דעת הראבי"ה אז עס איז נישטא היינט קיין חיוב הסיבה
עכ"פ לענ"ד כד מעיינת היטב בשורש הך דינא בסי' תע"ב אין כאן מקום קושיא כלל