פסח: מנהגים וואס די טעם איז בטל געווארן

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מנהג פון מאנכע נישט צי עסען פיש פסח, האט עס כהיום א פשט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ׳וויל דא ארויס שטעלן פארן עולם וואס עס ליגט מיר אופן הארצן,

וועגען די מנהג וואס מאנכע עסען נישט אויף פסח קיין פיש, צו האט דאס א משמעות און א תוקף? און צו איז אויסגעהאלטען אזוי צי טיען?

לאמיר גיין צו שטייטלעך,

יעדער איז מסכים צי מיר אז א מנהג אדער מסורה וואס איז געבויט אויף א טעות איז קיין מנהג נישט. איא? אקעי.

שלב ב׳, לאמיר ברענגען א דוגמה, לסבר את האוזן.

אז די העלט דיפארטמענט וועט זאגען אז ס׳איז ארויס געקימען קלארע באווייזען אז אייער האט א שרעקליכע מסוכן׳דיגע דיזיז, און גאנץ אמריקע וועט אויפהערען צי עסען אייער, פאר גאנצע 50 יאר, יעצט ענדליך נאך 50 יאר וועט די סכנה האבען אריבער געגאנגען, און זיי וועלען פעסט שטעלן אז מען מען מעג שוין ציריק עסען אייער, יעצט, אבער בשעת די 50 יאר וועט ווערען די מנהג צי עסען פאר שלחן עורך פאלשע אייער, האלט איינער אז פון דעם ווערט א מסורה און מנהג, אז מען עסט פאלשע אייער, ביי שלחן עורך?

איך מיין אז יעדער וועט פארשטיין, אז אויב און שלחן ערוך שטייט אז די מנהג איז צי עסען אייער, איז אה׳נ אז פאר 50 יאר האט מען נישט געקענט עסען קיין אייער, ווייל ס׳איז געווען א סכנה, איז אבער די מנהג פון עסען אייער נישט בטל געווארען, און ס׳איז דא א חוב אויף יעדער יוד צי מקיים זיין וואס ס׳שטייט און הלכה. און די לעצטע 50 יאר פון נישט עסען אייער, איז כאולי לא היה.

איז אויב אזוי ווי אזוי פארשטייט מען, די מנהג פון מאנכע נישט צי עסען קיין פיש אויף פסח?

דאס וואס זייערע זיידעס האבען נישט געקענט עסען קיין פיש, איז ווי יעדער ווייסט, די סיבה געווען, ווייל מען האט געברענגט די פיש פון ווייטע מקומות, און כדי צי האלטען פריש האט מען עס אריין געלייגט און עלקעהאל, ממילא האט מען נישט געקענט עסען קיין פיש פסח, ווייל ס׳איז געווען חמץ. אבער היינט וואס צי האלטען פריש דארף מען נישט ניצן קיין עלקעהאל, ווי קען זיין אז ס׳איז געווארען פון דעם א מנהג, און א מסורה? איך פארשטיי דאס נישט.

והשנית ווי מעג מען זיך אזוי פירען, אויב שטייט געשריבען אז שבת און יו״ט עסט מען בשר ודגים, און כהיום הזה איז נישט דא קיין שום חשש חמץ צי עסען פיש, ווי מעג מען נישט עסען פיש און פסח?

לאמיר הערען וואס חברים האבען צי זאגען אויף דעם.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז דא עפעס א מעשה אין זמירות דברי יואל אז איינמאל האט זיך געמאכט עפעס א מכשול ביי די פיש און דער רבי האט עס תולה געווען אז ער האט אנגעהויבן צו עסן פיש, און זינט דאן האט ער צוריק אנגעהויבן צו עסן פאלשע פיש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:

יעדער איז מסכים צי מיר אז א מנהג אדער מסורה וואס איז געבויט אויף א טעות איז קיין מנהג נישט. איא? אקעי.

.

נישט מסכים
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דו האלטסט צוויי טעג יו"ט? פארוואס?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

יעדער איז מסכים אז זיך אנלאנען בשעתן עסן איז קיים שום דרך חירות היינט צוטאגס (ולא אלא כהיום ממש אלא בימי הראשונים נמי לא היה דרך חירות עיין בראשונים) נישט דאך דארף מען זיך אנלאנען אין לויט טייל פוסקים איז מען נישט יוצא די צמוה פין משה אין ד כוסות אויב מען לאנד זיך נישט אן

והשנית לו יהא יהי' כדבריך איז עס געזאגט געווארן פאר דע ערשטע דור וואס איז געקומען אויף אמעריקע אז זיי האבן געקענט צירוק אנהייבן עסן אבער אונז וואס אזוי האט מען געטון ביי אונזערע עלטירן שוין דא אין אמעריקע קענען נישט טוישן
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 25, 2016 12:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פארוואס נישט האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:

יעדער איז מסכים צי מיר אז א מנהג אדער מסורה וואס איז געבויט אויף א טעות איז קיין מנהג נישט. איא? אקעי.

.

נישט מסכים

גא"מ - האב איך וואס צו ליינען ווייטער?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פרידן האט געשריבן:יעדער איז מסכים אז זיך אנלאנען בשעתן עסן איז קיים שום דרך חירות היינט צוטאגס (ולא אלא כהיום ממש אלא בימי הראשונים נמי לא היה דרך חירות עיין בראשונים) נישט דאך דארף מען זיך אנלאנען אין לויט טייל פוסקים איז מען נישט יוצא די צמוה פין משה אין ד כוסות אויב מען לאנד זיך נישט אן

והשנית לו יהא יהי' כדבריך איז עס געזאגט געווארן פאר דע ערשטע דור וואס איז געקומען אויף אמעריקע אז זיי האבן געקענט צירוק אנהייבן עסן אבער אונז וואס אזוי האט מען געטון ביי אונזערע עלטירן שוין דא אין אמעריקע קענען נישט טוישן

וועגען זיך אנליינען, איז מחלו׳ הראשונים און די רבי״ה האלט טאקע אז מען ליינדט זיך טאקע נישט אן כהיום ווייל ס׳איז היינט נישט די דרך חירת, איך מיין אבער אז די רשונים וואס האלטען יא פון זיך אנליינען, איז נישט וועגען מנהג אדער מסורה, נאר וועגען א דרך פון חירת וואס אפי כהיום איז נישט די דרך זיך אנציליינען ברענגט עס נאך אלטס ארויס חירת.

און וועגען וואס די שרייבסט דערנאך, בין איך מסכים מיט הינדערט פאר ענו מיט דיר. אז אינז דארפען נישט זיין קליגער ווי אינזערע עלטערען, אבער דאס טאקע פרעג איך, פארוואס האבען זיי נישט ציריק געטוישט צי עסען פיש? איך מיין צי זאגען די צדיקים און מנהגים?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יוראפ האט געשריבן:

איך וויל קלאר מאכען אז איך רעדט זעכער נישט פון א מנהג אדער מסורה וואס פריעדיגע צדיקים אדער גדולים, האבען איינגעפירט, אפי׳ ס׳זאל זיין געבויט אויף א טעות אדער וואס, פירט מען זיך כדבריהם אן זיך אוועק צי רירען פון זייערע וועגען.

איך רעדט פון סתם עמך יודן, זאלען זיך עפעס פירען, אבער ס׳איז געבויט אויף א טעות, וואס מען ווייסט קלאר אז ס׳איז א טעות. ספעציעל דא איז די סיבה פון די מנהג געבויט אויף א דבר זמני, וואס היינט איז קלאר נישט דא דעם סיבה מער.

איז אויב איז די סיבה זמני בטל געווארען דארף לכורה אויך די מנהג צי בטל ווערען, ניין?

אנלאנען איז נאר געווען א משל, אין די ראבי"ה שיטה איז אז די תקנה איז געווען זיך צפירן דרך חירות אין וועגן דעם האט מען זיך אנגעלאנד אין נישט אז די תקנה איז געווען אנלאנען אין די אנדערע ראשוינים האלטן אז די תקנה איז געווען אנלאנען אין די טעם איז דרך חירות אבער היות מען האט אזוי מתקן געווען אפי' די טעם איז מער נישטא איז די תקנה יא דא

אין פארוואס זיי האבן נישט צירוקגעדרייט איינס מען האט אלעס אויסגעריסן אין חרוב געמאכט אין אונזערע עלטערן האבן ווי מער געוואלט בלייבן קאנעקטעט צון עבר צו די לעבן אינדערהיים, ניין זיי האבן נישט געוואלט אנהייבן עסן פיש ווייל מען איז אין א נייע פלאטץ א נייע מציאות דאס איז געווען פאר זיי א שטאך אין הארטץ, דעס איז די טעם אפילו מען זאל ווען מעגן טוישן,
אבער למאי נפרא מיני אויב די פארשטייסט אז אונז למעשה וואס אונזערע עלטירן האבן נישט געגעסן אפי' ווען מען האט נישט געפאקט פיש אין אלקהאל, קענען אין טארן נישט טוישן
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פרידן האט געשריבן:פארוואס זיי האבן נישט צירוקגעדרייט איינס מען האט אלעס אויסגעריסן אין חרוב געמאכט אין אונזערע עלטערן האבן ווי מער געוואלט בלייבן קאנעקטעט צון עבר צו די לעבן אינדערהיים, ניין זיי האבן נישט געוואלט אנהייבן עסן פיש ווייל מען איז אין א נייע פלאטץ א נייע מציאות דאס איז געווען פאר זיי א שטאך אין הארטץ, דעס איז די טעם אפילו מען זאל ווען מעגן טוישן

בקיצר וואס די שרייבסט איז אז אינזערע עלטערען האבען נישט געטוישט, ווייל זיי האבען געוואלט בלייבן קאנעקטעד צי די היים, וואס איך פארשטיי דאס אינגאנצען נישט. די ווילסט אז איך זאל מסכים זיין אז אונזערע עלטערען זענען געווען נאריש?

איך זאג אז אויב די סיבה פון די מנהג איז בטל געווארען, דארף מען ווען לכורה, ציריק צי אנהייבען עסען פיש, ווייל שבת ויו״ט עסט מען פיש, עכטע פיש, נישט פאלשע!

סא זאגסטו מיר אז זיי האבען אבער געוואלט בלייבן קאנעקטעד... סארי איך קויף דאס נישט.
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

עפעס זאגסטי עפעס זאגסטי
האסט א נקידה׳לע
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זייער א שטארקע אמת'ע סברא וואס פרידן זאגט. פארשטייט זיך אז זיין אויספיר אז אונז דארף מיר עס נאכטון האט נישט קיין זין און קיין האפט; ווער עס וויל דוקא עסן פיש קען רואיג עסן. עס איז א געפיל אזא וואס - אונזערע - אידן האבן, ספעציעל בעניני פסח, נישט צו טוישן פון די עלטערן. און דער עולם טוט היפש אזוי.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:פארוואס זיי האבן נישט צירוקגעדרייט איינס מען האט אלעס אויסגעריסן אין חרוב געמאכט אין אונזערע עלטערן האבן ווי מער געוואלט בלייבן קאנעקטעט צון עבר צו די לעבן אינדערהיים, ניין זיי האבן נישט געוואלט אנהייבן עסן פיש ווייל מען איז אין א נייע פלאטץ א נייע מציאות דאס איז געווען פאר זיי א שטאך אין הארטץ, דעס איז די טעם אפילו מען זאל ווען מעגן טוישן

בקיצר וואס די שרייבסט איז אז אינזערע עלטערען האבען נישט געטוישט, ווייל זיי האבען געוואלט בלייבן קאנעקטעד צי די היים, וואס איך פארשטיי דאס אינגאנצען נישט. די ווילסט אז איך זאל מסכים זיין אז אונזערע עלטערען זענען געווען נאריש?
איך האלט אז עס איז נאריש צו טראכטן אז עס איז נאריש אז א יוד וואס איז דורך געגאנגען א מלחמה אין עס איז גארנישט געבליבן אין ער האט נישט געטוישט א מנהג פין ווי אזוי מען האט געטן ביים אים אינדערהיים ווען ער קען ווען אפשר טרעפן א סיבה צו טוישן ווייל ער האט געשפירט אז עס מוז טון ווי זיין טאטע ווייל אן דעם פארלירט ער זיין שייכות

איך זאג אז אויב די סיבה פון די מנהג איז בטל געווארען, דארף מען ווען לכאורה, ציריק צי אנהייבען עסען פיש, ווייל שבת ויו״ט עסט מען פיש, עכטע פיש, נישט פאלשע! איך וויל קודם פארשטיין פין וועלכע מנהג רעדסטו עס איז דא וואס עסן נאר קארפ פיש ווייל דאס קען מען האבן לעבעדיג, אין עס איז דא וואס עסן דאס אויך נישט אפי' קארפ האט נישט דעי חששות סא די צוויטע סארט האבן דאך אפי' אמאל ווען מען האט געמאכט דעי מנהג אויך נישט מתיר געוען קארפ איז דאך בכלל נישט דא דיין קשיא, אין אויב רעדסטו פין די וואס עסן קארפ עסט מען דאך פיש ווי יעדע שבת ויו"ט צו וואס טוישן א מנהג ס"ה צו עסן דירעקט סעלמאן

סא זאגסטו מיר אז זיי האבען אבער געוואלט בלייבן קאנעקטעד... סארי איך קויף דאס נישט.

למעשה האבן אונזערע מנהיגין אין עלטערין אין אמעריקא זיך אזוי געפירט טראץ עס איז מער נישט געווען די אלטע חששות מוז מיר עס עני וועי אזוי טוען איז למאי נפרא מינה?
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 25, 2016 1:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מי חכם האט געשריבן:ווער עס וויל דוקא עסן פיש "קען" רואיג עסן.

מען רעדט נישט צי עס איז א עבירה נאר יא עס איז א עוולה צו עסן אויב דיינע עלטערן האבן נישט געגעסן
עס איז א געפיל
מאדנע אויסדריק אויף צאו לך בעקבי הצאן
דיין טאטע האט אויך געוויסט אז היינט איז אנדערשט דיינע רבנים דיינים ומנהיגים האבן אויך געוויסט אז היינט איז אנדערשט אין אויב זיי האבן נישט געטוישט אין די מיט דיין יודש (קרעדיט טראמפ) חכמה אנדעקסט אז היינט איז מער נישט דא דעי אלטע חשש אין הייבסט אן עסן טוסטו א גרוסע עוולה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרב @פרידן איך וויל נישט גיין און סירקעלס, איך האב דיר שוין געשריבען פריער אז איך רעדט פון אינזערע רבי׳ס און מנהיגים, אויף זיי ווינדער איך זיך, און וויל פארשטייען, פארוואס האבען זיי נישט ציריק איינגעפירט צי עסען פיש? עכטע, נישט פאלשע!

אויב שבת וי״ט עסט מען בשר ודגים, ווי קען זיין אז וועגען עפעס וואס די ריפסט, ווילען זיין קאנעקטעד... זאל מען נישט עסען פיש?

זאגסטו אז וועגען געפילען פון קאנעקטעט האבען זיי מעדיף געווען, נישט צי עסען קיין דגים און יו״ט? איך קען דאס נישט קויפן.

איך רעדט פון די וואס עסען בכלל נישט קיין פיש, פון די וואס עסען קארפ, אויף זיי קען מען זיך טאקע בלויז ווינדערען...

וואס די נ״מ איז? צי פארשטיין א מנהג קודש, פון א טייל ישראל קדושים.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

מי חכם האט געשריבן:זייער א שטארקע אמת'ע סברא וואס פרידן זאגט. פארשטייט זיך אז זיין אויספיר אז אונז דארף מיר עס נאכטון האט נישט קיין זין און קיין האפט; ווער עס וויל דוקא עסן פיש קען רואיג עסן. עס איז א געפיל אזא וואס - אונזערע - אידן האבן, ספעציעל בעניני פסח, נישט צו טוישן פון די עלטערן. און דער עולם טוט היפש אזוי.

אויב איז די גאנצע זאך נאר א געפיל
איז א געפיל נישט שטערקער ווי א הלכה אין שו"ע אז מען דארף עסען פיש
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ביי דעי וועי אז מען רעדט שוין איך האב מיך איבער דעם געטענעט מיט איינעם בערך 3 יאר צירוק, יענער איז געווען ביזי אז די אלע חומרות וואס גייט שוין היינט נישט אן מאכט נישט קיין סענעס וכו' היי יאר איז יענער ב"ה זוכה געווען צו א געוואלדיגע חירות ער איז געפארן אין א האטעל פיינע פיש אן די אלע מאדנע חומרות כשרן, לייגן סילבער פעפער אין אויף דעם א הארטע פלעסטיק, אין נישט ניצן חמת'דיגע כלים אפי' מען כשרט, חומרות קלוגער ווי די שלחן ערוך, אין ער האט אויפגעהערט מיט דעי ביליגע רשעות פין הייסן די אפגעמישעטע פרויען פסחדיג מאכן,
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @פרידן איך וויל נישט גיין און סירקעלס, איך האב דיר שוין געשריבען פריער אז איך רעדט פון אינזערע רבי׳ס און מנהיגים, אויף זיי ווינדער איך זיך, און וויל פארשטייען, פארוואס האבען זיי נישט ציריק איינגעפירט צי עסען פיש? עכטע, נישט פאלשע!

אויב שבת וי״ט עסט מען בשר ודגים, ווי קען זיין אז וועגען עפעס וואס די ריפסט, ווילען זיין קאנעקטעד... זאל מען נישט עסען פיש?

זאגסטו אז וועגען געפילען פון קאנעקטעט האבען זיי מעדיף געווען, נישט צי עסען קיין דגים און יו״ט? איך קען דאס נישט קויפן.

איך רעדט פון די וואס עסען בכלל נישט קיין פיש, פון די וואס עסען קארפ, אויף זיי קען מען זיך טאקע בלויז ווינדערען...

וואס די נ״מ איז? צי פארשטיין א מנהג קודש, פון א טייל ישראל קדושים.

אויב רעדסטו פין דעי וואס עסן בכלל נישט איז דאך קשיא מעיקרא ליתא ווייל אפי' אינדערהיים ווי עס איז יא געווען די חשש איז עס נישט געווען אויף לעבעדיגע קארפ, אין דאך האבן זיי זיך געפירט גארנישט צו עסן אין מבטל געווען די ענין פין דגים בשבת ויו"ט סא פארוואס זאל היינט זיין אנדערשט

איבער ענין פין בלייבן מיט א שייכות צום אלטן היים האט דעמאלטס זייער וויכטיג אויסגעפעלט אויף צו קענען בויען צירוק אידישקייט אין יא דאס איז וויכטיגער פין בשר ודגים
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 25, 2016 1:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
פארוואס נישט האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:

יעדער איז מסכים צי מיר אז א מנהג אדער מסורה וואס איז געבויט אויף א טעות איז קיין מנהג נישט. איא? אקעי.

.

נישט מסכים

גא"מ - האב איך וואס צו ליינען ווייטער?

איך וויל קלאר מאכען אז איך רעדט זעכער נישט פון א מנהג אדער מסורה וואס פריעדיגע צדיקים אדער גדולים, האבען איינגעפירט, אפי׳ ס׳זאל זיין געבויט אויף א טעות אדער וואס, פירט מען זיך כדבריהם אן זיך אוועק צי רירען פון זייערע וועגען.

איך רעדט פון סתם עמך יודן, זאלען זיך עפעס פירען, אבער ס׳איז געבויט אויף א טעות, וואס מען ווייסט קלאר אז ס׳איז א טעות. ספעציעל דא איז די סיבה פון די מנהג געבויט אויף א דבר זמני, וואס היינט איז קלאר נישט דא דעם סיבה מער.

איז אויב איז די סיבה זמני בטל געווארען דארף לכורה אויך די מנהג צי בטל ווערען, ניין?

ניין!
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איז ווי יעדער ווייסט

עכ"פ דו ווייסט זיכער נישט...
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פרידן האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:הרב @פרידן איך וויל נישט גיין און סירקעלס, איך האב דיר שוין געשריבען פריער אז איך רעדט פון אינזערע רבי׳ס און מנהיגים, אויף זיי ווינדער איך זיך, און וויל פארשטייען, פארוואס האבען זיי נישט ציריק איינגעפירט צי עסען פיש? עכטע, נישט פאלשע!

אויב שבת וי״ט עסט מען בשר ודגים, ווי קען זיין אז וועגען עפעס וואס די ריפסט, ווילען זיין קאנעקטעד... זאל מען נישט עסען פיש?

זאגסטו אז וועגען געפילען פון קאנעקטעט האבען זיי מעדיף געווען, נישט צי עסען קיין דגים און יו״ט? איך קען דאס נישט קויפן.

איך רעדט פון די וואס עסען בכלל נישט קיין פיש, פון די וואס עסען קארפ, אויף זיי קען מען זיך טאקע בלויז ווינדערען...

וואס די נ״מ איז? צי פארשטיין א מנהג קודש, פון א טייל ישראל קדושים.

אויב רעדסטו פין דעי וואס עסן בכלל נישט איז דאך קשיא מעיקרא ליתא ווייל אפי' אינדערהיים ווי עס איז יא געווען די חשש איז עס נישט געווען אויף לעבעדיגע קארפ, אין דאך האבן זיי זיך געפירט גארנישט צו עסן אין מבטל געווען די ענין פין דגים בשבת ויו"ט סא פארוואס זאל היינט זיין אנדערשט

איך ווייס נישט פון דעם... אדרבה די האלטסט אז די וואס עסען בכלל נישט קיין פיש איז נישט וועגען די עלקעהאל פראבלעם? נאר וואס? זיי האבען פלעין מבטל געווען די ענין פון עסען דגים אויף יו׳ט, אן קיין טעם?

איי דאנט טינג סא, פון וואס איך ווייס האט זיך עס געוואנדען צי די שטאט האט געהאט דערנעבען א וואסער ווי צי כאפען פיש, אויב ס׳האט געהאט, האט מען געגעסן פיש, נאר אויב ס׳האט נישט געהאט, און מען האט געברענגט פיש פון די מרחקים, איז געווען די עלקעהאל-חמץ פראבלעם, האט מען נישט געגעסען קיין פיש. אז די ווייסט אנדערע, פליז זאג.

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די פראבלעם מיסודו איז נישט געווען אלקהאל, נאר טייל האבן צילוב דעם זיך אינגאנצען מונע געווען צו עסן אפי' לעבעדיגע פיש, אין קארפ איז די מעלה אז מען מוז נישט זיין נעבן א וואסער, ווייל עס לעבט זייער לאנג אן וואסער
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווישוואש האט געשריבן:דו האלטסט צוויי טעג יו"ט? פארוואס?

האט בכלל נישט מיט קיין מנהג טעות, נאר אלס גזירת חכמים שמא יטעו,
אזוי ווי די גמרא זאגט בפירש הזהרו במנהג אבותיכם בידיכם זמנין דגזרו המלכות גזרה ואתי לאקלקולי.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פסח איז כל כולו מסורת האבות. אפגעזעהן די טעם דערביי, האלט מען זיך צו די מנהגים וואס מען האט געזעהן ביי די עלטערן. דאס איז די תירוץ אויף דיין שאלה.

אויב דו האסט שטארק חשק צו עסן פיש, עס געזונטערהייט. אבער זיי נישט מטיל בספק מנהגן של ישראל קדושים, א גוטן מועד.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז דא נאך ענינים פון נישט עסן פיש, און טאקע דאס איז די סיבה פון נישט מבטל זיין קיין מנהג ווייל דא באציט מען זיך צו איין סיבה וואס איז טאקע שוין היינט נישט שייך אבער מען כאפט זיך נישט אז עס איז דא נאך סיבות א שטייגער ווי וואס האט די פיש געגעסען, וואס איז נאך נישט פארדייט געווארן, וכדו' [עס איז דא וואס עסן נישט קיין בהמה פלייש אויך נישט משום האי טעמא]
לאמיר אראפ ברענגען די גמרא אין מס' ביצא
אף מתקנת רבן יוחנן בן זכאי ואילך ביצה אסורה מ''ט הוי דבר שבמנין וכל דבר שבמנין צריך מנין אחר להתירו אמר רב יוסף מנא אמינא לה [רש"י מנא אמינא לה. דכל דבר הנאסר במנין צריך מנין אחר להתירו ואפילו אירע דבר שאתה יכול להורות בו היתר ולומר אין תקנת מנין הראשון עומדת כי הכא אפילו הכי אסור עד שיתירוהו בפירוש בקבוץ חכמים]דכתיב {דברים ה-ל} לך אמור להם שובו לכם לאהליכם ואומר {שמות יט-יג} במשוך היובל המה יעלו בהר (ותניא) כרם רבעי היה עולה לירושלים מהלך יום אחד לכל צד וזו היא תחומה (עלת) מן (הצפון) ועקרבת מן (הדרום) לוד מן המערב וירדן מן המזרח ואמר עולא ואיתימא רבה בר בר חנה א''ר יוחנן מה טעם כדי לעטר שוקי ירושלים בפירות ותניא כרם רבעי היה לו לר' אליעזר במזרח לוד בצד כפר טבי ובקש להפקירו לעניים אמרו לו תלמידיו רבי כבר נמנו עליך חבריך והתירוהו מאן חבריך רבן יוחנן בן זכאי טעמא דנמנו הא לא נמנו לא רש"י טעמא דנמנו הא לא נמנו לא. ואע''ג דממילא ליתא לתקנתא קמייתא דהא כדי לעטר שוקי ירושלים הוא דהוה וכיון דחרבה מה לנו לעטרה לצורך הנכרים ואפילו הכי צריך מניןמאי ואומר ה''ק מכדי כתיב {שמות יט-טו} היו נכונים לשלשת ימים אל תגשו אל אשה {דברים ה-ל} לך אמור להם שובו לכם לאהליכם למה לי שמע מינה כל דבר שבמנין צריך מנין אחר להתירו וכי תימא למצות עונה הוא דאתא ת''ש {שמות יט-יג} במשוך היובל המה יעלו בהר מכדי כתיב {שמות לד-ג} גם הצאן והבקר אל ירעו אל מול ההר ההוא במשוך היובל למה לי שמע מינה דבר שבמנין צריך מנין אחר להתירו וכי תימא הני מילי בדאורייתא אבל בדרבנן לא ת''ש כרם רבעי והא כרם רבעי דרבנן וקאמרי ליה כבר נמנו עליך חבריך והתירוהו.
גמרא פסחים
דברים המותרים ואחרים נהגו בהן איסור אי אתה רשאי להתירו בפניהם, אפילו די גמרא זעצט עס איין בכותאי [מקום שאין חכמים וחיישינן שאים יתיר את זה יבא להתיר אחרים שאסורים באמת] איז שני תשובות בדבר 1] אזוי ווי היינט איז ליידער נישט דא קיין כבוד חכמים ואין שומעים לדבריהם זענען מיר ככותאי דמיא אזוי ווי די גמרא זאגט והני בני מדינת הים נמי כיון דלא שכיחי רבנן גבייהו ככותים דמו. 2] דעס אלעס איז ביי א מנהג טעות משא"כ ביי א מנהג כהוגן אלא שבטלה הדבר זאגט שוין די גמרא אין ביצא אז עס איז נישט בטל סתם ווייל עס איז בטלה הדבר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

בוידעם האט געשריבן:פסח איז כל כולו מסורת האבות. אפגעזעהן די טעם דערביי, האלט מען זיך צו די מנהגים וואס מען האט געזעהן ביי די עלטערן. דאס איז די תירוץ אויף דיין שאלה.

אויב דו האסט שטארק חשק צו עסן פיש, עס געזונטערהייט. אבער זיי נישט מטיל בספק מנהגן של ישראל קדושים, א גוטן מועד.

;l;p- פיין געזאגט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”