די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
IMG_20160329_111745.jpg


אויך איז יעצט ארויסגעקומען א ווידעא פון א סוירוועילענס קאמערע וואס צייגט קלאר אויף 100% אז עס איז טאקע לעוואנדאווסקי.

אוי וויי, ווער דארף די פאקטן....

סעפטעמבער 11 איז קיינמאל נישט געווען.

#קאנספיראציעס.

טראמפ שטיצער, וואס זאגט איר יעצט? @צווייפעל? זענט איר צופרידן ווי אזוי טראמפ באהאנדעלט-גייט באהאנדלען זיין קאמפיין מענעזשער?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טראמפ זאגט אז ער גייט נישט אריינגעבן א לאו סוט איבער די דעלעגאטן וואס זענען נישט געגאנגען לויט זיין געשמאק, איי ער האט געסטראשעט אז ער גייט יא, מ׳סתם איז דאס די זעלבע מין סטראשע פון די 45% טעריף אויף טשיינע....

(שא זיי ווייסן נישט.... )

און דערנאך וועט ער זיך אפרעדן אז יעדער לאכט אמעריקע אין פנים
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פאר די וואס כאפן נאך נישט וואס דא גייט פאר, טראמפ'ס קאמפיין מענעזשער "ארעסטירט". א פרישע שטופע אין אמעריקאנער פאליטיק

JUST IN: Corey Lewandowski, @realDonaldTrump's campaign manager, arrested; charged with misdemeanor battery of ex-Breitbart reporter.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אין צווייפל׳ס דעפענס, ער האט נישט פארטיידיגט דעם מענעדזשער׳ס אויפפירונג.

איך ווייס נישט צו עס איז פארבינדן, אבער דער מענעדזשער האט היינט געטוויט אן ארטיקל מיטן העדליין, ״ראש לימבאו׳ס שטיצע פאר טראפ הארגעט קאנסערוואטיזם״. מיר איז עס פארגעקומען אלץ מאדנע אז א טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטער זאל פארשפרייטן אזא ארטיקל.

די מידיע דארף פרעגן טראמפ צו ער איז מסכים מיט די פאקט אז ער - מיט די שטיצע פון לימבאו - האט אפגעהארגעט די קאנסערוואטיווע מאוומענט.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום דינסטאג מארטש 29, 2016 11:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ווען מען ארעסטירט ווען טראמפ אליין וואלט גוט געווען
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:אין צווייפל׳ס דעפענס, ער האט נישט פארטיידיגט דעם מענעדזשער׳ס אויפפירונג.

איך פרעג אבער צו ער איז צופרידן פון טראמפ'ס מהלך פון "לייקענען פאקטן"...?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זיכער... עס איז דאך ׳נישט פאליטיקלי קארעקט׳
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

א נייע נעשינעל פאול פון פי פי פי
טראמפ 42
קרוז 32
קעיסיק 22

---

Kasich voters would prefer Cruz over Trump 51/23, creating effectively tied race nationally if Kasich got out: publicpolicypolling.com/main/2016/03/t…
לעצט פארראכטן דורך פער בריסטאו אום דינסטאג מארטש 29, 2016 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אויסגערעכנט האט געשריבן:זיכער... עס איז דאך ׳נישט פאליטיקלי קארעקט׳

יעצט באשטעלט א טרעילער מיט גרינע הענטליך פאר די תגובה!
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

אביסעל פון טראלא טראמפ נעכטן אויף א וויסקאנסען ראדיא טולק:


שואל:
פארוואס האסטו בארעדט קרוז'ס משפחה?
טראמפ:
ווייל ער האט בארעדט מיינע
שואל:
אבער נישט קרוז האט עס געטוהן נאר איינער פון זיינע שטיצער?
טראמפ:
אבער ער האט נישט מוחה געווען... :lol:

שואל:
ארויפלייגען טעקס אויף אימפארטס וועלן העכערען די פרייזען, ניין?
טראמפ:
איך פלאן נישט אינגאנצען מבטל זיין די דיעל נאר א חלק דערפון
שואל:
אבער אפילו נאר א חלק וועט אויך העכערן די פרייזען
טראמפ:
די פאליטישאנס אין וואשינגטאן האבען געמאכט די דיעלס און זיי קימערן זיך נישט וועגן די ארבעטערס... :lol:

שואל:
די האסט געזאגט ביי א דיבעיט אז די מהלך פון וויסקאנסען גאווענער ארבעט נישט, אין אנדערע ווערטער אז די דעמעקראטן זענען גערעכט
טראמפ:
איך האב עס געליינט אין לאס אנדזעלעס טיימס
שואל:
אבער די האסט עס נאכגעזאגט?
טראמפ:
קענסט האבן טענות אויף די צייטונג פאר די שלעכטע אינפארמאציע נישט אויף מיר... :lol:


שמחת פורים
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום דינסטאג מארטש 29, 2016 12:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך מיין מען וועט הנאה האבן דא אויב דו ברענגסט צו די גאנצע אינטערוויא. איך האב עס געהערט, איך מיין אז קיינער האט דאס נאכנישט געטון פאר טראמפ.

פאר די ליינער וויל איך שרייבן אז טראכטער האט נישט צוגעלייגט קיין איין ווארט, נאר ממש דאס האט טראמפ געזאגט.
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

יענער אינטערוויוער איז א קרוז שטיצער גראדע
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ער פרעגט דארט טראמפ צו ער האט געוויסט פארן ארויפקומען אז ער איז א נעווער טראמפ אקטיוויסט, און טראמפ האט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט. און איך גלייב טראמפ שוין איין מאל
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

ירוחם האט געשריבן:https://soundcloud.com/620-wtmj/charlie-sykes-interviews-donald-trump

אויב ווילסטו אינפארמירען לייג עס אויף קאפי אדער דראפ

יישר
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

כבין ב"ה שטארק פארנומען, איך האלט נישט אזוי מיט, כליין נאר דא אביסל, אבער כמוז אריינפאלן איין מינוט.

קודם @יואב, יישר כח פארן מיך דיפענדן.

לפי וואס משרייבט דא, איז באשטעטיגט אז קארעי האט איר געשלעפט, סא זאל יוסטיץ אריין קומען אין בילד, אויב עס קומט זיך תפיסה פאר דעם, זאל ער יושב'ן!

פערזענליך האלט איך אז ער איז נאר א ביסל א ווילדער גבאי, אז משלעפט א נודזש ברויך מען נישט גיין אין תפיסה, אבער ער מעג קריגן א לעסאן, אבער די עצם שלעפן איז נישט אזוי געפערליך.

איך וואלט אים אבער יא געוואלט זען געפייערט, פארן זאגן ליגנט פאר טראמפ, אנלעס ער האט יא געזאגט דעם אמת, נאר טראמפ האט עס בזדון געלייקנט.

און אויב האט עס טראמפ בזדון געלייקנט, דעמאלט מעג ער בלייבן מענעדזשער, נאר טראמפ שטעלט זיך ארויס פאר א טיפיקל פאליטישאן/ליגענער.

נוגע טראמפ/קרוז משפחה פייטס, וועל איך נישט דא קאמענטען.

אין אלגעמיין, איך בין אויך אפסעט אויף טראמפס פערסאנעל ביהעוויער, און מורא'דיג נתפעל פון בערני סענדערס פערסאנאלעטי, וואס קען איך טון אז איך וויל נישט אז בערני זאל זיין פרעזידענט, און זאל אויספירן וואס ער זאגט צו, און איך וויל יא אז טראמפ זאל אויספירן וואס ער זאגט צו.

(קלינטאן איז מיין נעקסטע קאנדידאט, קרוז גלייך איך נישט בכלל).

@אטראכטער, נוגע די משפחה טוויטס, עס איז א פערזענליכע אישו, סאיז שווער צו כאפן דעם מענטש ביים ווארט, אבער די צוויי פראגן וואס ער האט גענטפערט נוגע טרעיד, האט ער זייער גוט גענטפערט! ער וויל אויסגראדן די דיעלס, עס זאל נישט זיין נאר לטובת די אנדערע לענדער, ער וויל דאס נישט מבטל זיין אינגאנצן, ער האלט דאס אין איין שרייען, פעיר טרעיד, נישט פרי טרעיד, און עס גייט אים נישט אן צו פרייזן וועלן אביסל ארויפגיין, די עיקר איז אז עס וועט צוריקברענגען דזשאבס, זייער גוט גענטפערט!

דו קענסט זיך העכסטנס קריגן מיט די עצם איידיע פון פעיר טרעיד, און האלטן אז עס איז גאר גוט יעדע דזשאב וואס גייט ארויס פון אמעריקע, ווייל אזוי וועלן די פרייזן נאך מער פאלן.. סא אלע לענדער זאלן מאנופולעיטן זייער קורענסי, אלע דזשאבס זאלן אהין גיין, און אזוי וועט אין אמעריקע וועט זיין מער צייט פאר אידילאגיע.
שיינע מוזיק
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע מוזיק »

צווייפעל האט געשריבן:איך וואלט אים אבער יא געוואלט זען געפייערט, פארן זאגן ליגנט פאר טראמפ, אנלעס ער האט יא געזאגט דעם אמת, נאר טראמפ האט עס בזדון געלייקנט.

אטעטשמענטס
trump2.jpg
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

א נייע וויסקאנסין אנקעטע

טראמפ 31
קעסיג 29
קרוז 27

לולא דמסתפינא... וואלט איך געזאגט אז קעיסיג איז אויף טראמפ'ס פעראל צוזאמען מיט קריסטי און קארסאן... אנדערש זעה איך נישט פארוואס קעסיג בלייבט אינעם פארמעסט.

(אז מען וויל אריינגיין אין קאנספיראציעס... קעסיג אטעקירט זייער זעלטן טראמפ, אנדערש ווי אנהויב ביים קאמפיין אזוי אויך אין די ערשטע 3 דיבעיטס ווי ער האט געריסען פון אים.)
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום דינסטאג מארטש 29, 2016 12:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שיינע מוזיק האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
אויך איז יעצט ארויסגעקומען א ווידעא פון א סוירוועילענס קאמערע וואס צייגט קלאר אויף 100% אז עס איז טאקע לעוואנדאווסקי.

זעט דאך אויס ממש ווי א סאטמארע חתונה... אפשר אביסל איידעלער
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איך ווייס נישט וואס עטס ווילטס
טראמפ האט יעצט געטוויט אז מען זאל קוקן אויפן קעמערע מען זעט נישט גארנישט
אפילו אומר לך על שמאל שהוא ימין
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ויתן לך האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס עטס ווילטס
טראמפ האט יעצט געטוויט אז מען זאל קוקן אויפן קעמערע מען זעט נישט גארנישט
אפילו אומר לך על שמאל שהוא ימין

Wow, Corey Lewandowski, my campaign manager and a very decent man, was just charged with assaulting a reporter. Look at tapes-nothing there!
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

@אטראכטער

אקעי, סאיז מסודר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
IMG_20160329_111745.jpg


אויך איז יעצט ארויסגעקומען א ווידעא פון א סוירוועילענס קאמערע וואס צייגט קלאר אויף 100% אז עס איז טאקע לעוואנדאווסקי.

און וואו איינער האט עס אראפגעלייגט:
I remember the day after Fields accused Lewandowski of grabbing her arm the refrain from Trump fans on Twitter was “Prove it! File a police report or you’re lying.” So she filed a police report.

Then the refrain was “It was the other guy standing behind Trump, not Lewandowski!” Then new video came out showing, no, it was Lewandowski.

Then the refrain was “He barely touched her. No one could seriously believe this is battery.” So now he’s been charged with battery.

There’ll be a new refrain today.

Never forget: You’ll never talk someone out of believing something they really want to believe.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

וויאזוי גייט עס! ווען מען כאפט קלעפ קומט מען נאר ארויס געשטארקט! איך פערזענליך האלט אז טראמפ גייט נאר פארדינען דערפון!

ווען טראמפ זאגט ווען אז די ארעסט איז גערעכט וואלט ער פאלוירן מיין שטיצע! ער דאקף 100% דעפענדן זיינע מענטשן און אז עס געפעלט דיר נישט וואוט פאר גילמאר און פאטאקי
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך ברעך...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”