געצ האט געשריבן:די איזרעלי טשעין איז ציגעמאכט שבת ?
עס גהערט צו היימישע ערליכע אידן שותומ"צ.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
זאכליך האט געשריבן:@לכתחילה
כ'וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער כ'האב הנאה אז די האסט אויפגעברענגט די ענין פון לאקאל עקאנאמי. ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט אויך אז פרי טרעיד איז נישט אלס א טובה, ס'ברענגט טאקע ביליגע אייטעמס פאר די קאסטומער, אבער הרג'ט אוועק די לאקאל עקאנאמי.
סמארט גאי האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:אויב איז עס טאקע נאר ווייל וחי אחיך עמך, זענען דען די אידן פון ארץ ישראל נישט אין כלל פון אחיך ח"ו?
עניי עירך.
אגב @לכתחילה איך מיין אז פראטעקשעניזם איז מער פאסיג.
זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די טענה'ריי איז, איעדער האט רעכט צו קויפן ווי זיי ווילן, איעדער האט רעכט צו אויפמאכען וואס זיי ווילן.
אושר עד/גאלדבערגס גייט זיין אינדרויסען פון געגנט, ס"ה גייען זיי האבען מער ווייניגער די גרויסע ארדערס, אנשטאטץ מענטשן זאלען גיין צו כולל, גורמעי, גאלדבערגס וכו' וואס עס פעלט זיי נישט קיין געלט ב"ה גייט מען גיין צו אושר עד/גאלדבערגס.
די קליינע גראסעריס וואס מאכען ממילא נישט צופיל געלט און זיי לעבן בעיקר פון קלייניגקייטן גייט עס כמעט נישט שאטן.
שאינו יודע האט געשריבן:זינגער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די טענה'ריי איז, איעדער האט רעכט צו קויפן ווי זיי ווילן, איעדער האט רעכט צו אויפמאכען וואס זיי ווילן.
אושר עד/גאלדבערגס גייט זיין אינדרויסען פון געגנט, ס"ה גייען זיי האבען מער ווייניגער די גרויסע ארדערס, אנשטאטץ מענטשן זאלען גיין צו כולל, גורמעי, גאלדבערגס וכו' וואס עס פעלט זיי נישט קיין געלט ב"ה גייט מען גיין צו אושר עד/גאלדבערגס.
די קליינע גראסעריס וואס מאכען ממילא נישט צופיל געלט און זיי לעבן בעיקר פון קלייניגקייטן גייט עס כמעט נישט שאטן.
עס איז דא אסאך ׳מידיום סייז׳ גראסעריס א שטייגער ווי קאקאנאט, לעפקאוויטש, פרענקעל? וכדומה
יונה האט געשריבן:ס'דא וואס זאגן אז עניי א"י איז פאר עניי עירך?! די מערסטע וואס איך געדענק איז אז ס'זאל זיין אייניג.