ויתן לך האט געשריבן:עפ בי איי זאגן אז זיי האבן געטראפן א וועג צו עפענען די אייפון
זיי האבן אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אפצורופן די געריכט אויפן קעיס געסקעזשועלט מארגן וויבאלד זיי האבן "מעגליך" געטראפן א טירל און הייבן אן צו פראבירן דערמיט עפענען דעם פאון!
איי איי איי.. עפל... בושות!!!
נעקסטיים האלטעך נישט אזוי גרויס און קום דיך דורך מיט די חברה שטילערהייט..
מען וועט דא מוזן צוקומען צו קאנספירענסי טעאריעס. אז באמת האט עפל שוין לאנג געעפנט די אייפאונס, און געשפילט דעם געים אז זיי זענען מורא'דיג סעיוו אז די טעראריסטן און המון עם זאלן ווייטער נוצן די אייפאונס מיט א רואיגקייט כאילו די רעגירונג איז אובד עצות...
זיי האבן נישט געבעטן עפל צי העקן די איקריפשן זיי האבן געוואלט אז עפל זאל ״מאכן א נייע״ iOS version וואס לעשט אויס די פיטשער אז נאך צען מאל טרייען די פעסווארד זאל זיך די פאון אויסמעקן נאכדעם קענען זיי טרייען אלע קאמבנעשן׳ס
ויתן לך האט געשריבן:עפ בי איי זאגן אז זיי האבן געטראפן א וועג צו עפענען די אייפון
זיי האבן אריינגעגעבן א פארלאנג אין געריכט אפצורופן די געריכט אויפן קעיס געסקעזשועלט מארגן וויבאלד זיי האבן "מעגליך" געטראפן א טירל און הייבן אן צו פראבירן דערמיט עפענען דעם פאון!
איי איי איי.. עפל... בושות!!!
נעקסטיים האלטעך נישט אזוי גרויס און קום דיך דורך מיט די חברה שטילערהייט..
הא הא פיינע בישות פאר די עפ בי איי !!! נעקסטיים האלט דיך נישט אזוי גרויס , ניין ענק קענען נישט טוהן וואס עטץ ווילסט .!
גליטשעדיג האט געשריבן:מען וועט דא מוזן צוקומען צו קאנספירענסי טעאריעס. אז באמת האט עפל שוין לאנג געעפנט די אייפאונס, און געשפילט דעם געים אז זיי זענען מורא'דיג סעיוו אז די טעראריסטן און המון עם זאלן ווייטער נוצן די אייפאונס מיט א רואיגקייט כאילו די רעגירונג איז אובד עצות...
זייער שוואכע קאנספירענסי וואס פאר אן אינטרעסע זאל עפל האבן צו מאכן א קאוד פאר די עף בי איי ?
די גאווערמענט האט נישט געדראפט די קעיס; זיי האבן נער געבעטן די געריכט אפצושטופן די הירינג, ווייל זיי ווילן פרובירן א מעטאד וואס איז לעצטנס אויפגעקומען דורך א 'טירד פארטי' (עפל אליין, צו אויסמיידן א לעגאלע פרעצעדענט וואס צווינגט זיי צו ארבעטן פאר די גאווערמענט?) צו אויפברעכן די פאון.
דער עצם מעגליכקייט אז ס'איז דא א אנדערע אפציע, גייט קעגן די גאנצע מהלך פון די עף בי איי, וואס האבן געהאלטן אין איין טענה'ן אז עפל'ס אינטערווענץ איז זייער איינציגסטע וועג, און אפילו די ען עס עי האט דאס נישט געקענט אויפברעכן. עפל האט גע'טענה'ט אז ס'איז דא אנדערע וועגן.
די 'אנדערע וועגן', לויט עקספערטן, נעמט גראדע אריין א פלאן וואס איך האב געהאט דא אויפגעברענגט, די אינוועסטיגעיטארס זאלן מאכן א קאפי פון די פלעש דרייוו און נאכדעם קענען זיי פרובירן אויף די קאפיעס וויפיל מאל עס פעלט נאר אויס.
א באריכט אין מדינת ישראל צייטונגען לויטעט אז די איזראעלי ״סעלעברייט״ פירמע איז אידענטיפיצירט געווארן אלס די וועלכע העלפן די אמעריקאנער עף-בי-איי אויפצוברעכן דעם פארשפארטן אייפאון פונעם סאן בערנארדינא טעראריסט. קרעדיט נייעס אין אידיש טעלעגראם טשענעל.