עפל VS רעגירונג דעבאטע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ירוחם, וואס הייסט עס מעקט זיך אויס? די גאנצע מעמארי דרייוו ווערט איבערגעשריבן און אזוי שטארק אז מען קען עס נישט צוריק ברענגען נאכדעם בשו"א?
און פארוואס קען נישט די רעגירונג ארויס נעמען די מעמארי און עס פשוט אריין לייגן אין א קאמפיוטער און אזוי האבן צוטריט? אין אזא פאל וועט דער קאמפיוטער אויך פארלאנגען די פעסקאוד?
דריטנס, עפל אליין האט דען נישט דעם פעסקאוד? דאס איז אינפארמאציע וואס ווערט נישט געסעיווד ביי עפל (אויב דער פאון איז קאנעקטעד צו די אינטערנעט)? אויב נישט, - און דאס מיינט אז א מענטש פארגעסט זיין אייגענעם פעסווארד קען ער ג'יין בארן קלאפן - פארוואס טאקע נישט? לוינט זיך טאקע פאר די איבערוויגנדע מערהייט נארמאלע מענטשן צו דערלייגן זייער גאנצער אינפארמאציע אלעס כדי די רעגירונג זאל נישט קענען לייגן א האנט דערויף אויב זיי זענען פארברעכער? איז עפל א קאמפעני וואס סערווד קרימינאלן אדער נארמאלע מענטשן? איך וואלט ערווארטעט אזא צוגאנג פון א פליפ פאון, נישט פון א אייפאון.
פערטנס, אפשר קען מען מאכן א פשרה, עפל זאל באקומען די פאון, שרייבן די נויטיגע סאפטוועיר דערצו און עס בייפעסן, טוישן די קאוד און עס צוריק געבן פאר די עף בי איי?

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
פאר אינטרעסאנטקייט, ס'איז מאדנע וואס איז פשט, אבער כמדומה כ'האב א הסבר דערויף, עכ"פ איך האב באוויזן אויף עפעס א וועג אראפצונעמען א פעסס פון א אייפאון אן פארמעקן [פרעגט נישט אין אישי ווייל כ'גיי נישט ענטפערן]. אבער יתכן אז די פארמעקטע דאטא זאל פארלוירן ווערן ביים עס טון, ממילא איז עס קיין מהלך פאר זיי.
---
מי חכם, איינער וואס פארגעסט זיין עפל פעסס, זאגן זיי צו מאכן א בעקאפ דערפון, און דערנאך פארמעקן די דעווייס, און ריסטארן, א אנדערע וועג געבן זיי נישט, דאס פארשטייט זיך איז גארנישט ווערט, ווייל ווי מער מען אויווער-רייט די פארמעקטע איז שוואכערע שאנסן צוריק צו באקומען דאס פארמעקטע אינפא [נישט אז איך ווייס אז ביי אן אייפאון איז די זעלבע, נאר ביי אנדערע כלים איז עס אזוי, גלייב איך דארט איז נישט אנדערש].

- בחורהזעצער
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am
מי חכם האט געשריבן:ירוחם, וואס הייסט עס מעקט זיך אויס? די גאנצע מעמארי דרייוו ווערט איבערגעשריבן און אזוי שטארק אז מען קען עס נישט צוריק ברענגען נאכדעם בשו"א?
און פארוואס קען נישט די רעגירונג ארויס נעמען די מעמארי און עס פשוט אריין לייגן אין א קאמפיוטער און אזוי האבן צוטריט? אין אזא פאל וועט דער קאמפיוטער אויך פארלאנגען די פעסקאוד?
דריטנס, עפל אליין האט דען נישט דעם פעסקאוד? דאס איז אינפארמאציע וואס ווערט נישט געסעיווד ביי עפל (אויב דער פאון איז קאנעקטעד צו די אינטערנעט)? אויב נישט, - און דאס מיינט אז א מענטש פארגעסט זיין אייגענעם פעסווארד קען ער ג'יין בארן קלאפן - פארוואס טאקע נישט? לוינט זיך טאקע פאר די איבערוויגנדע מערהייט נארמאלע מענטשן צו דערלייגן זייער גאנצער אינפארמאציע אלעס כדי די רעגירונג זאל נישט קענען לייגן א האנט דערויף אויב זיי זענען פארברעכער? איז עפל א קאמפעני וואס סערווד קרימינאלן אדער נארמאלע מענטשן? איך וואלט ערווארטעט אזא צוגאנג פון א פליפ פאון, נישט פון א אייפאון.
פערטנס, אפשר קען מען מאכן א פשרה, עפל זאל באקומען די פאון, שרייבן די נויטיגע סאפטוועיר דערצו און עס בייפעסן, טוישן די קאוד און עס צוריק געבן פאר די עף בי איי?
אסאך קשיות צוזאמגעווארפן אין איין תגובה, איך וועל פרובירן צו ענטפערן אלעס אבער עס וועט נישט על הסדר.
אונטער נארמאלע אומשטענדן - און דאס איז נאך גילטיג היינטיגע צייטן אויף קאמפיוטערס, דארף די FBI נישט האבן די פעססקאוד, זיי נעמען אלע פיילס קאפיען עס אראפ צו זיך אין אפיס, און זיי זענען גענוג סאפיסטיקירט צו קענען באקומען אלע אינפארמאציע פון די פיילס, זיי ווייסן ווי עס ליגט די טעקסט מעסעזשעס און ווי די פאון לאגס, און קענען געוויס אויך טרעפן די בראוזער היסטארי. אבער דאס אלעס איז געקומען צו אן ענדע ווען עפל האט איינגעפירט זינט IOS 8 צו ענקריפטן אלע דעטע פון די פאון, דאס מיינט אז די פיילס זעען אויס ווי גיבריש, נאר ווער עס האט די 'שליסל' (אין אונזער פאל די פעססקאוד) דער קען דיקריפטן און ליינען די אינהאלט.
יעצט אויב זאל די פאון האבן די סעטינג צו אויסמעקן די גאנצע דעטע נאך 10 נישט ריכטיגע פעססקאודס, מיינט עס אז אפילו לו יצוייר דער שיסער ווערט צוריק לעבעדיג, אדער מען טרעפט איינער פון זיינע נאנטע וואס האט געוואוסט די פעססקאוד, וועט עס אויך גארנישט העלפן די גאנצע דעטע וועט שוין זיין אויסגעמעקט, הגם ביי די אלטע הארד דרייווס קען מען נאך אסאך מאל צוריקברענגן פיילס אפילו נאכן אויסמעקן, אבער די אייפאונס האבן פלעש דרייווס און ביי זיי איז דא כמעט נישט מעגליך.
עפל האט נישט די פעססקאוד, און אויב די מענטש פארגעסט עס אליין, און ער האט נישט קיין אייקלאוד בעקאפ (די אייקלאוד בעקאפ איז נישט ענקריפטעד, און גראדע האט די FBI די בעקאפס פון ביז 6 וואכן פאר די שיסעריי), קען ער גיין בארן קלאפן, עפל קען גארנישט טוהן דערצו, די סבה פארוואס עפל האט עס געמאכט אזוי איז נישט צוליב די אמעריקאנע רעגירונג, נאר צוליב העקערס און אויסלענדישע רעגירונגען ווי כינע און רוסלאנד.
דאס וואס די FBI האט געבעטן פון עפל איז א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע, און אויב וועט דאס דורכגיין וועט עס עפענען די טיר פאר אסאך אנדערע לענדער צו בעטן ענליכע זאכן פון זיי, די FBI האט געבעטן פון עפל צו שרייבן פאר זיי א סאפטווער וואס זאל אויסקרויזן די סעקיוריטי מאסנאמען וואס זענען אריינגעבויט אין די פאון. עס איז נישטא אזא זאך "שרייב עס נאר פאר מיר", איינמאל אזא זאך עקזיסטירט קען עס ליקען, איבערהויפט אז עס גלייבט זיך אז די רעגירונג וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם, נאר וועלן פארלאנגן - א זאך וואס איז שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט געווארן - אז עפל זאל מוזן אריינבויען א בעקדאר אין זייער ענקריפשען, וואס דאס מיינט אז עס וועט בכלל נישט זיין ענקריפטעד.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 562
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
- לאקאציע: אין כולל
ייש"כ בחור,
נאר אויסצוקלארן דו מיינסט מסתמא נישט צו זאגן אז די עצם פעסווארד איז 'די' ענקריפשאן קי, ווייל לפי זה קענען זיי קאפיען די פיילס און אזוי פרובירן עס צו דעקריפטן מיט א ברוטאלע כח, אדער אפשר ארבעט עס אז אויב פרובירט מען עס צו דעקריפטן מער ווי צען מאל פארמעקט זיך עס אויטאמאטיש? אפילו אזוי קענען זיי מאכן טויזנטער קאפיעס און פרובירן אויף אלע קאפיס צוזאמען א ברוט פארס.
אויך, א פלעש דרייוו קען מען אויך צוריק ברענגען, כאטש עס מעקט זיך אפשר גרינגער אויס גענצליך ווי א הארד דרייוו.
לגבי מיין פשרה, זע איך יעצט אז די רעגירונג האט היינט פארגעשלאגן די עצה אין קאורט פעיפערס אז עפל זאל האלטן די דעווייס, שרייבן די קאוד און עס האלטן ביי זיך און דאן צוריק געבן די אפענע דעווייס פאר די עף בי איי.
נאר אויסצוקלארן דו מיינסט מסתמא נישט צו זאגן אז די עצם פעסווארד איז 'די' ענקריפשאן קי, ווייל לפי זה קענען זיי קאפיען די פיילס און אזוי פרובירן עס צו דעקריפטן מיט א ברוטאלע כח, אדער אפשר ארבעט עס אז אויב פרובירט מען עס צו דעקריפטן מער ווי צען מאל פארמעקט זיך עס אויטאמאטיש? אפילו אזוי קענען זיי מאכן טויזנטער קאפיעס און פרובירן אויף אלע קאפיס צוזאמען א ברוט פארס.
אויך, א פלעש דרייוו קען מען אויך צוריק ברענגען, כאטש עס מעקט זיך אפשר גרינגער אויס גענצליך ווי א הארד דרייוו.
לגבי מיין פשרה, זע איך יעצט אז די רעגירונג האט היינט פארגעשלאגן די עצה אין קאורט פעיפערס אז עפל זאל האלטן די דעווייס, שרייבן די קאוד און עס האלטן ביי זיך און דאן צוריק געבן די אפענע דעווייס פאר די עף בי איי.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
אין די לינק וואס איך האב דא געלייגט פריער (וואס קומט אגב פון הבחור הזעצער) דאכט זיך שטייט אז מ'קען עס נאר דיקריפטן ווען די פיילס ליגן אינעם דעווייס, אזוי האב איך פארשטאנען
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
#עפּל_ווערסוס_עף_בי_איי:
א גרופע פאמיליע מיטגלידער פון אומגעקומענע אין די סאן בערנארדינא טעראר אטאקע האבן היינט אריינגעגעבן א לעגאלע מאושען אין געריכט צו פארדאמען עפל׳ס צוריקהאלט פון העלפן די עף-בי-איי ענדיגן דעם אויספארשונג איבער די אטאקע. די פאמיליעס זאגן אז עפל האט א מאראלישע און לעגאלע חוב צו העלפן די רעגירונג קריגן צוטריט צום סעלפאון פונעם טעראריסט.

״מייקראסאפט״ ביליאנער ביל געיטס זאגט אז ער איז אויף איין זייט מיט די עף-בי-איי אז די ״עפל״ פירמע מוז ארויסהעלפן די רעגירונג אין ארויסבאקומען אינפארמאציע פונעם פארשפארטן סעלפאון פונעם סאן בערנארדינא טעראריסט. דאס קומט איין טאג נאכדעם וואס ״פעיסבוק״ ביליאנער מארק זאקערבערג האט געזאגט אז ער שטיצט עפל אינעם געפעכט מיט די עף-בי-איי. אויך האט געוועזענער פעדעראלער ען-עס-עי הויפט מייקל העידען נעכטן געזאגט אז עפל טאר זיך נישט ברעכן פאר די רעגירונג.
- שלמה הילדעסהיימער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13529
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm
- פאליק
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6836
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך
Should Apple unlock the San Bernardino suspect's iPhone for the FBI?
Yes 51%
No 38%
(Pew 2/18-21)
See full question: http://j.mp/ncfxPJ
Yes 51%
No 38%
(Pew 2/18-21)
See full question: http://j.mp/ncfxPJ
-
- שר האלף
- תגובות: 1746
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
- לאקאציע: BETWEEN
בענקעל האט געשריבן:״מייקראסאפט״ ביליאנער ביל געיטס זאגט אז ער איז אויף איין זייט מיט די עף-בי-איי אז די ״עפל״ פירמע מוז ארויסהעלפן די רעגירונג אין ארויסבאקומען אינפארמאציע פונעם פארשפארטן סעלפאון פונעם סאן בערנארדינא טעראריסט. דאס קומט איין טאג נאכדעם וואס ״פעיסבוק״ ביליאנער מארק זאקערבערג האט געזאגט אז ער שטיצט עפל אינעם געפעכט מיט די עף-בי-איי. אויך האט געוועזענער פעדעראלער ען-עס-עי הויפט מייקל העידען נעכטן געזאגט אז עפל טאר זיך נישט ברעכן פאר די רעגירונג.
ביל געיטס היינט געזאגט אז ער איז זייער דיסעפוינטעט ווי מען דרייט אויס זיינע ווערטער , און ער איז קלאר נישט אויף די גאוועמענטס זייט , און היסטאריקעלי האט די גאווערמענט געטוהן מיט אינפארמעישאן אנדערע זאכן חוץ באשיצן די לאנדס סעקוירעטי און ער פארשטייט נישט ווי מען נעמט אז ער שטיצט די עפ בי איי אנט קעגן עפפעל
א פריש-ארויסגערינענע דאקומענט צייגט אז די עף-בי-איי וויל אז עפל זאל זיי העלפן אויפשפארן אזויפיל ווי 12 אייפאונס און אייפעדס אין פארשידענע אויספארשונגען, נישט נאר די איינע אייפאון פונעם סאן בערנארדינא טעראריסט. די 11 אנדערע קעיסעס זענען אין אילינאי, מאסעטשוסעטס און ניו יארק, און ביי אלע 11 האט עפל דערווייל זיך אנטזאגט פון העלפן די עף-בי-איי.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
עפל האט געמאלדן אז זיי האבן איינגעשטעלט פרישע סעקיורעטי מאסנאמען אין זייערע דעווייסעס און פארשטערקערט די אינקריפשן...
---
קומענדיגע וואך וועט פארקומען א פארהער אין קאנגרעס ווי עפל וועט זיך פארטיידיגן און עפ בי איי באאמטע וועלן טעסטיפייען קעגן עפל;
דער מאנהעטן פראסעקיוטער וועט אויך אויפטרעטן קעגן עפל, ער זאגט ער האט צענדליגער דעווייסעס וואס ער וויל אויפשפארן (דאס קען לכאורה גאר העלפן עפל מיט זייער טענה אז די גאווערמענט וויל נישט דווקא נאר די איין דעווייס פון די ס. בערנאדינא טעראריסטן).

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 313
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
כ'מיין אז עס איז רילעיטעד, זע פארט אין באלד
viewtopic.php?p=1193230#p1193230
https://drownattack.com/#faq-factors
viewtopic.php?p=1193230#p1193230
What factors contributed to DROWN
?
For the third time in a year, a major Internet security vulnerability has resulted from the way cryptography was weakened by U.S. government policies that restricted exporting strong cryptography until the late 1990s. Although these restrictions, evidently designed to make it easier for NSA to decrypt the communication of people abroad, were relaxed nearly 20 years ago, the weakened cryptography remains in the protocol specifications and continues to be supported by many servers today, adding complexity—and the potential for catastrophic failure—to some of the Internet’s most important security features.
The U.S. government deliberate weakened three kinds of cryptographic primitives: RSA encryption, Diffie-Hellman key exchange, and symmetric ciphers. FREAK exploited export-grade RSA, and Logjam exploited export-grade Diffie-Hellman. Now, DROWN exploits export-grade symmetric ciphers, demonstrating that all three kinds of deliberately weakened crypto have come to put the security of the Internet at risk decades later.
Today, some policy makers are calling for new restrictions on the design of cryptography in order to prevent law enforcement from “going dark.” While we believe that advocates of such backdoors are acting out of a good faith desire to protect their countries, history’s technical lesson is clear: weakening cryptography carries enormous risk to all of our security
https://drownattack.com/#faq-factors
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
עף בי איי טשיעף זאגט אז א געוויסע טעות איז געמאכט געווארן דורך אן אגענט בשעת'ן טרעפן פארוקס אייפון וואס האט געמאכט שווערער צו באקומען די אינפארמאציע דורך icloud. בחדא מחתא זאגט דער טשיעף אז מען דארף עפענען די פאון בכדי צו קענען דורכפירן א "competent" אויספארשונג...
http://abcnews.go.com/US/fbi-chief-admi ... d=37314654
פולע ארטיקל זעה דא
http://abcnews.go.com/US/fbi-chief-admi ... d=37314654
פולע ארטיקל זעה דא