אלעס איבער די צוזאמשטעל פון די סופרים קארט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אלעס איבער די צוזאמשטעל פון די סופרים קארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(די סופרים קארט איז שטארק אין די נייעס, יעדער וויל וויסען מה זה ועל מה זה, האבעך אביסל געשריבן, און נישט צו צישטערען די שמועס, האבעך עס געמאכט א עקסטערע אשכול)

די ניין ריכטער אין די סופרים קארט:

דזשאן ראבערטס,

א ווייסער מאן, אלט 57, געשטעלט דרך בוש דער צווייטער, אין '05 דאס הייסט ער איז שוין דארט בערך 6.5 יאר, ער איז "טשיף זשאסטיס", (מער איבער וואס עס מיינט טשיף זשאסטיס ווייטער) און א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 78- 22 שטימען אין סענאט.

ענטעני סקאליע,

א ווייסער מאן, אלט 76, געשטעלט דורך רעיגען, אין יאר '86 ער איז שוין די לענגסטע אויפן געריכט 25.5 יאר, ער איז אויך א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 98-0 שטימען אין סענאט.

ענטעני קענעדי,

א ווייסער מאן, אלט 75, געשטעלט דורך רעיגען, אין יאר '88 ער איז שוין אויפן געריכט איבער 24 יאר, ער איז אויך א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 97-0 שטימען אין סענאט.

קלערענס טאמאס,

א שווארצער מאן, אלט 63, געשטעלט דורך דעם ערשטען בוש, אין יאר '91 ער איז שוין אויפן געריכט איבער 20.5 יאר, ער איז אויך א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 52-48 שטימען אין סענאט.

רוט בעידער גינזבערג,

א ווייסע פרוי, אלט 79, געשטעלט דורך קלינטאן, אין יאר '93 זי איז שוין אויפן געריכט איבער 18.5 יאר, זי איז א אידישע, זי איז אריין געקומען מיט 96-3 שטימען אין סענאט.

סטיווען ברייער,

א ווייסער מאן, אלט 73, געשטעלט דורך קלינטאן, אין יאר '94 ער איז שוין אויפן געריכט איבער 17.5 יאר, ער איז א איד, ער איז אריין געקומען מיט 87-9 שטימען אין סענאט.

סעמיעל עליטא, (נישט פארמישען מיט שליט"א),

א ווייסער מאן, אלט 61, געשטעלט דורך בוש דער צוויטער, אין יאר '06 ער איז שוין אויפן געריכט איבער 6 יאר, ער איז א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 58-42 שטימען אין סענאט.

סאניא סאטימעיאר,

א לאטינא פרוי, אלט 57, געשטעלט דורך אבאמא, אין יאר '09, זי איז שוין אויפן געריכט איבער 2.5 יאר, זי איז די ערשטע לאטינא אין סופרים קארט, זי איז א קאטאליק, זי איז אריין געקומען מיט 68-31 שטימען אין סענאט.

אילענא קעגאן,

א ווייסע פרוי, אלט 51, געשטעלט דורך אבאמא, אין יאר '10, זי איז שוין אויפן געריכט איבער 1.5 יאר, זי איז א אידישע, זי איז אריין געקומען מיט 63-37 שטימען אין סענאט.

סך הכל איז דא דריי אידן, און 6 קאטאליקען, שרייען די פראטאסטאנטאן, אז די קאטאליקען זענען נאר בערך 24 פראצענט אין אמעריקע, און האבן 6 ריכטער, און די אידן זענען 1.7 פראצענט, און האבן דריי, בשעת זיי זענען איבער 51 פראצענט, און זיי האבן קיינעם נישט אויפן קארט, און דאס איז נישט יושר
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג מארטש 29, 2012 9:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הרב "לכתחילה" א גרויסן שכח.
אזוי ווי אייביג, א געוואלדיגע ארבעט.
ביטע פארעכטן "טאמעס" און "גינזבערג" די יארן שטימען נישט ביי ביידע, און ביי טאמעס האסטו געשריבן "זי" ער איז א מאן. שכח.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

יישר כח הרב לכתחילה לעצטענס האסטו אנגעפאנגען צו שרייבען אסאך און אינטעראסאנטע זאכען און ביסט מיך ממש מהנה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פארדינט האט געשריבן:הרב "לכתחילה" א גרויסן שכח.
אזוי ווי אייביג, א געוואלדיגע ארבעט.
ביטע פארעכטן "טאמעס" און "גינזבערג" די יארן שטימען נישט ביי ביידע, און ביי טאמעס האסטו געשריבן "זי" ער איז א מאן. שכח.

ישר כח, שוין פאראכטען (כ'האב געהאט געמאכט קאפי פעיסט, נישט צו דארפן איבערשרייבן 9 מאל)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס איז דא איין שווארצע ריכטער איין לאטינא, און 7 ווייסע, דאס שטימט גראדע גאנץ גוט מיט די ראסע צוטיילונג אין אמעריקע.

עס איז דא בערך 12.5 פראצענא שווארצע און בערך 12.5 לאטינאס אין אמעריקע, 12 פראצענט פון ניין איז 1.12 בערך, נא איז גיט איין שווארצער און איין לאטינא, ווייסע זענען בערך 75 פראצענט, איז 6.75.

---------------

אנדערשט ווי געווענדליך אז מיינאריטיס זענען ליבעראל, איז די שווארצער טאמאס פון די שטארקסטע קאנסערוועטיוו'ס אויפן געריכט.

---------------

די שווארצער טאמאס, איז אינגאנצען די צווייטע שווארצער, אויפן געריכט, די ערשטע שווערצער איז געווען "טארגוט מארשעל אין יאר 1967.

---------------

די פרוי גינזבערג, איז אינגאנצען די צווייטע פרוי, אויפן געריכט, די ערשטע פרוי איז געווען "סענדרא דעי אקאנער" אין 1981.

---------------

אין יאר 1916, איז געווארן די ערשטע אידישע ריכטער "לואיס בראנדייז".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ריכטער ווערט "נאמענעטעד", דורך די פרעזידענט, און האט פארהערען אין סענאט, און דערנאך טשימט די סענאט.

די ריכטער ווערט ערוועלט פארן גאנצען לעבן, ביז ער אדער זי, שטארבן, ריטייערען פון גיטן ווילן, ווערען ארויסגעווארפן - אימפיטשט - דורך קאנגרעס, דאס מאכט אז דאס איז כמעט די מאכטפולסטע פאזציע אין לאנד, אין א געוויסע זין נאך שטערקער ווי די פרעזידענט.

עס איז געווענדליך דא גרויסע מלחמות פון די אפאזיציע ביים שטימען אויף א ריכטער, ווייל א געוויסע פרעזידענט, וועט געווענדליך נאמענירען אזא ריכטער וואס שטומט מיט זיין אידילאגיע, (וואס אגב ארבייט זיך נישט אלס אויס, ווי מען וועט שפעטער שרייבן), און די אפאזציע, פראביערט מיט אלע כוחות, צו שטערען, און צווינגען דעם פרעזידענט, צו באשטימען א מער מעסיגע ריכטער.

די מלחמה איז געווענדליך בעיקר, ווען א ריכטער פון א אנדערער אידיאלאגיע פונעם דעמאלסדיגען פרעזידענט, גייט ארויס אדער שטארבט, ווייל איין טויש קען טוישען די באלאנס פונעם גאנצען געריכט.

למשל יעצט, די פרעזידענט איז א ליבעראלער, און אז עס גייט ארויס טאמאס למשל, און עס קומט אריין איינער מיט די אידילאגיע פונעם פרעזידענט, וועט עס איבער דרייען, די געריכט, וואס איז יעצט רוב קונסערוועטיוו, צו רוב ליבעראל.

אין אזא פאל וועט די פרעזידענט געווענדליך נאמענירען א ריכטער וואס איז ענדליך צו די וואס גייט ארויס, פארשטייט זיך ער וועט פראבירען די נענסטע וואס ער קען פאר א מעסיגער.

אזוי אויך איז דא א געוויסע דרוק, אז למשל ווען טאמאס וועט ארויסגיין, צו שטעלען נאך א שווארצער, אדער אז איינע פון די פרויען, וועלן גיין צו שטעלען נאך א פרוי, אדער מיניראטעט.

----------------

דזשאן ראבערטס איז דער "טשיף זשאסטיס" (Chief Justice), און די אנדערע אכט זענען "אסאסיעט זשאסטיסעס" (Associate Justices).

וואס איז דאס אזאנץ א "טשיף זשאסטיס", און מיט וואס איז ער אנדערשט פון די אנדערע 8 אלגעמיינע ריכטער?

באמת איז נישטא קיין גרויסע חילק, ער האט נישט מער א שטימע ווי די אנדערע, אבער ער האט יא געוויסע זאכן מער:

1) ווען ער איז אין די מערהייט אויף א געוויסע געזעץ, טוט ער באשטימען ווער פון די ריכטער זאלן שרייבן דעם פסק.
2) ער פיערט אן די געריכט פראצעדור, ווען מען מאכט די "ארעל ארגיומענטס" (מונדליכע ארגיומענטען).
3) ער האט א גרויסער כח אין באשליסן די טעמעס פארן געריכט.
4) ווען עס איז דא "אימפיטשמענט פראסידינג" קעגען א פרעזידענט - ווי עס איז שוין געווען צוויי מאל אין די געשיכטע - איז ער דער אנפיערער אין די סענאט חלק - די טרייל - פונעם אימפיטשמענט פראצעדור.

אזוי אויך איז די טראדיציע, אז ער טוט איינשווערען דעם פרעזידענט ביים "נעמען די אפיס" (ווערן פרעזידענט).

----------------

די לעצטער "טשיף זשאסטיס", פאר ראבערטס, "רענקוועסט", פלעגט גיין מיט אזעלעכע גאלדענע שטרייפן אויף זיין שווארצער חאלעטעל, ארויסצושטיין צווישען די אנדערע ריכטער.

----------------

די ריכטער זיצען אויפן "באנק", לויט די סעניוריטעט (ווי לענגער מען דינט). חוץ די "טשיף זשאסטיס", ער איז אינדערמיט, אפי' ער איז נישט דער לענגסטער דארט, און די אנדערע זיצען איינס צו רעכטס און איינס צו לינקס, ווי לענגער אוין געריכט, אלס א שענערע פלאץ.

אזוי אויך די אפיציעלע בילד פון יעדע אנהייב סעסיע, איז דא צוויי שורות, די פאדערשטע שורה זיצן אויף בענקלעך 5 ריכטער, און די אינטשטע שורה שטייען די אנדערע 4, איז אויך אזוי, די "טשיף זשאסטיס" זיצט אינדערמיט, און לויט די סעניוריטעט זיצט מען אויף זיינע זייטען, און אינטען שטייען די דזשוניערס.

----------------

סך הכל ווערט די פאסטען פון "טשיף זשאסטיס", נאר דערמאנט אין די קונסטעטוציע איין מאל, אז "ווען מען משפט א פרעזידענט, ווער די געריכט געפיערט דורך די "טשיף זשאסטיס".

צו ווערן "טשיף זשאסטיס", איז אן "אפוינטמענט" דורך די פרעזידענט, און מען דארף נאכאמאל דורך גיין פארהערען אין סענאט, און אז מען פאלט דורך, ווערט מען נאכנישט אויס "אסאסיעט" ריכטער. אבער געווענדליך ווערט מען נאמענעטעד צו ווערן די "טשיף זשאסטיס", בשעת מען וועט א ריכטער אנהייב, כדי מען זאל נישט דארפן דורכגיין צוויי מאל די שווערע מלחמות, וואס די אפאזיציע מאכט געוווענדליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

שכח לכתחילה פאר די גאר אינטערסאנטע אפהאנדלונג

קיפ איט אפ
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין, דאנקע לכתחילה-אריבער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פריער טאקע געזען א באריכט אויף וואס עס גייט מארגן פארקומען אין געריכט. אבער נישט מיט אזא קלארקייט. למעשה גייט מען מארגן שוין אפמאכן צו די העלטה קעיר איז בארעכטיגט צו נישט. אבער דאס אפשרייבן גייט נעמען חדשים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח לכתחילה אריבער, שיינער באשרייבונג.

די סיבה פארוואס די צאל ניין, איז דאס כדי איינער זאל מכריע זיין ווען די אכט זענען צעטיילט?
פון וויפיל כ'אב שוין געליינט איבער סופרים קארט זעהט אויס ווי זיי זענען זייער בייעסד, די גרעסטע ראיה איז אז מען שלאגט זיך אזוי דערויף..

און לגבי די היצטיגע נייעס, אנדערש פון די קאטאלישע ריכטער וואס זענען אקטיווע קאטאליקן, ווייס איך נישט וויפיל 'אידיש' די אידישע ריכטער זענען אז מען זאל מאכן דערפון צימעס, לויט מיין ארימע השערה זענען זיי נענטער צו פראטעסטאנטן אדער אטעאיסטן, ירחם השם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שוועמל האט געשריבן:יישר כח לכתחילה אריבער, שיינער באשרייבונג.

יו אר ווערי וועלקאם!
שוועמל האט געשריבן:די סיבה פארוואס די צאל ניין, איז דאס כדי איינער זאל מכריע זיין ווען די אכט זענען צעטיילט?

יא, אבער עס איז נישט אלס אזוי געווען, די קאנסטעטוציע זאגט נאר אז מען זאל שטעלען א געריכט, ס'זאגט נישט וויפיל עס דארף זיין, דאס דארף קאנגרעס באשטעטיגען.

די ערשטטע איז געווען 6, און איז געווען נישט פראקטיש וויל עס פלעגט זיין "טייס", האט מען עס געמאכט 5.

למעשה איז עס נישט געווען פראקטיש, ווייל עס האבן זיך פארמערט די צאל קעיסעס, און די 5 ריכטער האבן פשוט נישט געקענט אנקומען מיט די ארבייט, האט מען עס צוריק פארגרעסערט צו 6, און דערנאך צו 7 דערנאך 9, און דערנאך צו 10.

וועסטו זעכער פרעגען, היתכן, ס'איז דאך ווייטער נישט באלאנסיערט? איז די תירוץ, ווייל געוויסע פרעזידענטען האבן געוואלט האבן מער איינפלוס אויפן קארט, און דעריבער האט מען צוגעלייגט, און השתא דאתי להכא, זייט וויסען, אז די אנדערע נומבערס, אפי' עס איז יא באלאנציערט, איז שטארק יתכן אז עס איז פשוט געווען פאליטיק.

למעשה איז עס געגאנגען פון 10, צוריק צו 7, צו 8, און עווענטועל צו די היינטיגע 9.
שוועמל האט געשריבן:פון וויפיל כ'אב שוין געליינט איבער סופרים קארט זעהט אויס ווי זיי זענען זייער בייעסד, די גרעסטע ראיה איז אז מען שלאגט זיך אזוי דערויף..

מען קען עס נישט ממש רופן בייעס, ווייל עס איז דארט א מחלוקת, ממש ווי להבדיל אין א ליטווישע ישיבה!

קודם איז די יסוד'עדיגסטע, מחלוקה, צו מען מעג משנה זיין, אדער חדש איז אסור מן ה"קאנסטעטוציע", צו די קאנסטעטושען איז א "ליווינג ברידינג דאקיומענט" (living breathing document), און עס דארף זיך טוישען לויטן מצב הדור, צו ניין מען טאר נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא.

די רעכטע האלטען אז די קאנסטעטושען טאר מען נישט רירען, און אז דארט שטייט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א ביקס, מעגסטו האבן צען סיבות צו טוישען, אבער מען טאר נישט, וויל אזוי שטייט, און די לינקע זענען ריפארמער, און זיי זאגן, נשתנו העיתים, און מען דארף זיך צושטעלען.

דערנאך שלאגט מען זיך איבער די יסוד איידיע פון די פאראייניגטע שטאטען, ווייל דעמאלס ביים גרינדען איז שוין אויך געווען גרויסע מחלוקת, צווישען די וואס האבן געוואלט אז די סטעיטס זאלען האבן אלע כוחות, און די פעדעראלע רעגירונג, זאל האבן א זייער באגרענעצטע כח, צו ניין, די פעדעראלע רעגירונג, זאל זיין שטערקער פון די סטעיטס.

און דאס איז א גרוס חלק די מלחמה יעצט וועגן אבאמאקעיר, וויל דעראין איז דא געוויסע זאכען, וואס די פעדעראלע רעגירונג, וויל אז די סטעיטס זאלן טאן, און די רעכטע שרייען אז עס איז נישטא די כח אין די קאנסטעטושען פאר די פעדערעל, איינצוטיילן אזעלעכע זאכן פאר די סטעיט.

דאס איז נאר זייער בקיצור, אפשר אז כ'ווען האבן געדולד, וועל איך שרייבן מער בארוכות איבער דעם, נאר אזויפיל האב איך געוואלט זאגן, אז ס'נישט פשט אז מען שלאגט זיך פאליטיש, אז יעדער נעמט זיך אן פאר זיין פארטיי, מען שלאגט זיך אויף יסודי הרעגירונג, און אלע געזעצען וואס דו זעסט אז ס'קוקט אויס ווי זיי נעמען זיך אן פאר איין צד, איז נישט פשט אז זיי זענען בייעסד, נאר זיי שטיצען די זאכען, פאר די זעלבע סיבה, פארוואס די געוויסע פארטיי שטיצט די זאכען.
שוועמל האט געשריבן:און לגבי די היצטיגע נייעס, אנדערש פון די קאטאלישע ריכטער וואס זענען אקטיווע קאטאליקן, ווייס איך נישט וויפיל 'אידיש' די אידישע ריכטער זענען אז מען זאל מאכן דערפון צימעס, לויט מיין ארימע השערה זענען זיי נענטער צו פראטעסטאנטן אדער אטעאיסטן, ירחם השם.

ס'איז נישט אינגאנצען אזוי,

קאגאן למשל איז אויפגעוואקסען אין א ארטעדאקסישע סינעגאג, האט געהאט א בת מצוה, און האלט זיך נאך היינט פאר א קאנסערוועטיוו איד, דאס איז ליידער נישט ארטעדאקסיש, אבער מער ווי ריפארם.

גינזבורג, איז אויפגעוואקסען אויך אין א קענסערוועטיוו סינעגאג, און האלט זיך אידיש עכ"פ נישט אינגאנצען פריי.

ברייער ווייס איך נישט.

ס'איז גארנישט קיין גרויסע גליק, אבער "פראטעסטאנטן אדער אטעאיסטן", אויך נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער אין די אבאמאקעיר לעגאלע קאמף אשכול האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יישר כח לכתחילה אריבער.
איז נאך נישט דא קיין סי-ספען פון די סופרים קאורט? און פארוואס טאקע נישט?

זיי זענען "קעמרע שיי"!! ערענסט גערעדט, זיי האלטן אז דאס האלט דעם ריספעקט, ווייל עס איז אלט מאדיש, מיטן אמאליגען ערענסטקייט! וועגען דעם האבן זיי אן די אלט מאדישע קליידער, אין ענגלאנד, האבן די ריכטער נאך אן אזעלעכע ווייסע שייטלען, ווי דזשארזש וואשינגטאן, דאס דארף ווייזען אויף שטאטסמאנישקייט.

עס איז אפי' געווען באריכטעט היינט, אז מען האט אפגעשטעלט א דזורנאליסט, פון ניצען "טוויטער"! ווייל כמעט אלע עלעקטעראנישע מכשירים, זענען דארט אסור, די ליבעראלע, פארפירען טאקע, אז מען זאל לייגען קעמרעס, נא, אז מען האט א "קאמאנדיר אין טשיף", וואס זיצט אין "אוואל" אפיס, מיטן פוס אויפן טיש, מה יעשה הבנים שלא יחטו!

עס איז די וואך געווען אין די נייעס אז די ערשטע מאל אין די היסטאריע האט איינער באהאלטענערהייט אפגעכאפט א ווידיא אינעם סופרים קאורט אין מיטן א סעסיע, און עס ארויס געלייגט! עס איז א קליפ ווי איינער שרייט אריין אינמיטן מינדליכע פארהערן מיט א מחאה גדולה.

עס איז ווי געשריבן די "ערשטע מאל"!! און עס איז אונטער אויספארשונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:......
רוט בעידער גינזבערג,

א ווייסע פרוי, אלט 79, געשטעלט דורך קלינטאן, אין יאר '93 זי איז שוין אויפן געריכט איבער 18.5 יאר, זי איז א אידישע, זי איז אריין געקומען מיט 96-3 שטימען אין סענאט.
.....

רוט בעידער גינזבערג, איז אריבער א פרעצעדור צו פארעכטען א פארשטאפטע אדער.

(נ.ב. זי איז שוין 81 היינט.)

דאס האט ווידער ארויסגעברענגט די "נערוועזיטעט" פון די דעמאקראטן, איבער איר עקשנות (דאך א איד......) צו פארבלייבן אינעם קאורט. זיי האבן זייער מורא, אז אויב זי וועט נישט ריטייערן דורכאויס די אבאמא יארן, וועט א מעגליכע ריפאבליקאנע פרעזידענט נאמענירן א רעכט געשטימטע - אדער עכ"פ ווייניגער ליבעראל ווי די עקסטרעם ליבעראלע גינסבערג - און די - שוין אזוי אויך - רעכט געשטימטע געריכט, וועט נאך ווערן מער רעכט געשטימט.

גינזבורג האט שוין איבערגעלעבט קרענק, אריינגערעכענט יענע מחלה ל"ע ול"ע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

ריכטער קלערענס טאמעס, דער איינציגסטער שווארצער אויפן געריכט, שטייט שוין לאנג אויס לינקע ראסיסטישע קריטיק פאר זיינע רעכטע שטעלונגען. זיין קאנפירמעישאן הירינג איז געווען די נידעריגסטע אין סענאט היסטאריע ווען אומבאגרינדעטע, שענדליכע מעשיות זענען ארויסגעריקט געווארן קעגן אים. ער האט ארויסגעגעבן א בוך פון די פארפאלגונגען דעמאלטס, אבער באמת זענען די לינקע קיינמאל נישט מיד געווארן ספעציעל ווען טאמעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פון די רעכסטע ריכטער אויפן געריכט.

(פארשטייט זיך אז אויב א רעכטע אקטיוויסט זאל עפעס זאגן שלעכט קעגן איינע פון די לינקע איז אחת דתו, אבער אזוי ארבעט עס אין אמעריקע.)

היינט האט א געוויסע ווייסע עקטאר אראפגעריסן טאמעס, אנרופנדיג אים א קלאון אין א שווארצע פנים.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

יואב בן צרויה האט געשריבן:ריכטער קלערענס טאמעס, דער איינציגסטער שווארצער אויפן געריכט, שטייט שוין לאנג אויס לינקע ראסיסטישע קריטיק פאר זיינע רעכטע שטעלונגען. זיין קאנפירמעישאן הירינג איז געווען די נידעריגסטע אין סענאט היסטאריע ווען אומבאגרינדעטע, שענדליכע מעשיות זענען ארויסגעריקט געווארן קעגן אים. ער האט ארויסגעגעבן א בוך פון די פארפאלגונגען דעמאלטס, אבער באמת זענען די לינקע קיינמאל נישט מיד געווארן ספעציעל ווען טאמעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פון די רעכסטע ריכטער אויפן געריכט.

(פארשטייט זיך אז אויב א רעכטע אקטיוויסט זאל עפעס זאגן שלעכט קעגן איינע פון די לינקע איז אחת דתו, אבער אזוי ארבעט עס אין אמעריקע.)

היינט האט א געוויסע ווייסע עקטאר אראפגעריסן טאמעס, אנרופנדיג אים א קלאון אין א שווארצע פנים.

עכט איז א גרויסע שאלה צו ס'קען ווערן אנגערופן ראסיזם, נאכדעם וואס דער באקאנטער פה מפיק מרגליות (רעדט ער דען נישט מיט מארבלס אין די מויל ?...) רעווערענד אל שארפטאן, האט געלאזט וויסן אז טאמעס איז נישט "עכט שווארץ",

דא האט איר די אוידיא, מיט הערות פון דעם קאמאנטירער,

ווער ס'וויל גיין גלייך צו דברי רבינו, זאל מישן צום 3:40 מארק,

https://copy.com/H6FnGIs6J4W0KlOS
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:..........
ענטעני סקאליע,

א ווייסער מאן, אלט 76, געשטעלט דורך רעיגען, אין יאר '86 ער איז שוין די לענגסטע אויפן געריכט 25.5 יאר, ער איז אויך א קאטאליק, ער איז אריין געקומען מיט 98-0 שטימען אין סענאט.
..........

ענטעני סקאליע איז געפונען געווארן טויט היינט. ער איז געווען 79 יאר אלט, און איז געשטארבן פלוצלינג. ער איז געווען 30 יאר אויפן קאורט, און איז געווען א שטארק רעכטער ריכטער, דער ערשטע איטאליענער-אמעריקאנער אויפן קאורט.

ער איז געווען א שטארקע "ארידזשענעליסט" אין זיין שיטה אינעם קאנסטעטוציע. (דא קענט איר ליינען איבער ארידזשענעליזעם.)

יעצט פאנגט זיך אן די קריג אים צו שטעלפארטרעטן. אנדערש ווי די אנדערע צוויי ריכטער וואס פרעזידענט אבאמא האט געשטעלט אויפן קאורט, זענען יענע ריכטער נישט געווען צו שטעלפארטרעטן אזעלעכע רעכטע ריכטער ווי סקאליע, און די דעמאקראטן האבן קאנטראלירט די סענאט, און דאס האט זיי געגעבן די כמעט גאנצע כח צו קענען באשטימען וועמען די פרעזידענט האט נאמענירט.

יעצט איז אבער אונטער א יאר בעפאר א נייע פרעזידענט קומט אריין, און די רעכטע האפן אז דאס וועט זיין א ריפאבליקאנער. און אזוי ווי די ריפאבליקאנער קאנטראלירן דעם סענאט, איז עס אויסשליסליך אין זייער האנט צו אפמאכען צו זיי וועלן יא אדער נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער בעפאר עס וועט זיין א א נייע פרעזידענט.

אויב זאלן זיי נישט בשטעטיגען א נייע ריכטער, וועט עס זיין א אויסנאמספאל ווען די קאורט האט א ליידיגע זיץ פאר אזא לאנגע צייט פון ארום 11 מאנאטן.

אויב זאל די בענקל טאקע בלייבן ליידיג - און אפי' מען וועט יא באשטעטיגען א נייע ריכטער אונטער אבאמא נעמט עס דאך צייט - דעמאלס גייט די קאורט אן ווייטער ווי ביז יעצט. אויב קומט ארויס א פסק צוטיילט 4 קעגן 4, בלייבט שטיין די פסק פון איין געריכט אונטער די סופרים קאורט.

דאס הייסט אזוי, די געזעצן אויף וואס די סופרים קאורט איז דן, דאס זענען אזעלעכע קלאגעס וואס זענען געוואלן אפעלירט צום סופרים קאורט פון נידריגערע געריכטן וואס האבן געפסק'ט א געוויסע וועג. איז א 4 קעגן 4 מיינט אז די נידריגערע פסק ווערט אנגענומען.

אין די יעצטיגע קאורט איז נאך דא ארום 4 מאנאטן. נאכדעם גייען זיי אויף "ברעיק" און גאר גאר וויכטיגע אין היסטארישע פסקים זענען ערווארטעד ארויסצוקומען. דאס איז א געוואלדיגע פארלוסט פאר די רעכטע. ווייל ערשט דארף זיי געלונגען אז ריכטער קענעדי וואס גייט אסאך מאל מיט די לינקע, זאל מיטגיין מיט זיי צו די רעכטע זייט, און אפי' אויב גייט ער מיט, דאן קען זיין א 4 קעגן 4 און עס וועט גיין צום פסק פון די נידריגערע געריכט, וואס איז צאמאל נישט גונסטיג צו זייער מיינונג.

(ביטע לאזן די אשכול פאר טרוקענע פאקטן און נייעס ארום די סופרים קאורט, און אלע נייעס און טענה'רייען ארום די פאליטיק פון באשטימען די נייע ריכטער, לאזן אין אנדערע אשכול .

צום ביישפיל אז "פרעזידענט נאמאנירט א נייעם ריכטער", אז "מען האט יא אדער נישט אנגעהויבן די פארהערן איבער באשטימען יענעם ריכטער" קומט עס דא אריין.

צו עס איז א "גוטע ריכטער", צו "אבאמא האט גוט געטאן", צו "די ריפאבליקענס זענען גערעכט מיטן שטערן\נישט שטערן", וואס די קאנדידאטן פאר פרעזידענט "זאגן איבער די געשעניש" אא"וו, דאס קומט נישט דא.

ישר כח.

מנהלים, ביטע שטיין אויף די וואך)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איז פארהאנען א מעגליכקייט אז די סענאט זאל שיקן פארן פרעזידענט א קאנדידאט צו זיין די נייע ריכטער און די פרעזידענט זאל דאס מוזן אנעמען? אדער דאס מוז קומען פונעם פרעזידענט צום סענאט
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איז פארהאנען א מעגליכקייט אז די סענאט זאל שיקן פארן פרעזידענט א קאנדידאט צו זיין די נייע ריכטער און די פרעזידענט זאל דאס מוזן אנעמען? אדער דאס מוז קומען פונעם פרעזידענט צום סענאט

עס מוז קומען פונעם פרעזידענט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושע משה יחזקאל הלוי »

געלייינט האב איך אזוי: אז די רעפובליקענס ווילען שטערן דאס אוי]פנעמען א פרישען ריכטער ביז די נייע פרעזידענט אין 17' נעמט איבער..
איז שייך אפצוהאלטען א פליבסטער פאר א יאר צייט? כמיין וויאזוי קענען זייי שטערן אבאמא פון אויפנעמען א פרישען ריכטער?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וואס זענען די אפציעס פאר די ריפאבליקאנער?

פרעזידענט אבאמא האט שוין געמאלדן אז ער וועט יא שטעלן א נאמעני צו ווערן באהאנדעלט פאר א מעגליכע מ"מ פאר סקאליע. טא די ערשטע אפציע אז די ריפאבליקאנער זאלן פוילן ביי אבאמא זיך אפצוהאלטן פון נאמענירן איז אראפ פון טיש.

געוויסע ווילן זאגן אז די פרעזידענט האט די אפציע צו נאמענירן איינעם אונטער א "ריסעס אפוינטמענט". וואס דאס מיינט, קענט איר ליינען דא:, בקיצור מיינט דאס אז אזוי ווי די סענאט איז אויף "ריסעס" עטליכע מאל א יאר, האט די פרעזידענט א מעגליכקייט אריינצולייגן אזא ריכטער אויף א "עמעדזשענסי באזיז".

און דארט וועט איר אויך פארשטיין, אז אין א פשוטע ריסעס - וואס איז דא עטליכע מאל א יאר - קען אבאמא טאקע טעכניש שטעלן, אבער אין פראקטיק קען ער דאס נישט מאכען, ווייל די ריפאבליקאנער קענען אפהאלטן סעסיעס להלכה ולא למעשה, און עס הייסט נישט קיין ריסעס.

סוף יאר איז יא דא אזא מעגליכקייט ווייל דאן וועט מען יא גיין אויף א געהעריגע ריסעס - לכאורה - אבער דאן וועט שוין זיין נאך די וואלן, און ממש א פאר וואכען איידער די נייע פרעזידענט קומט אריין.

--

די נעקסטע אפציע פאר די ריפאבליקאנער איז, אז מען זאל נישט ארויסשיקען די נאמעני פון די קאמיטי. יעדע נאמעני ווערט רעקאמענדירט דורכן פרעזידענט, און בעפאר עס גייט צום סענאט, גייט די נאמענירטער פארן "דזשעדזשישערי קאמיטע" וואס האלטן פארהערן איבער אים. מען פרעגט אויס פארשידענע פראגעס.

די קאמיטע האט פיר אפציעס איינמאל די פארהערן זענען פערטיג. זיי קענען שיקן די נאמענאציע מיט א רעקאמענדאציע אז די סענאט זאל "יא" באשטעטיגען די קאנדידאט. זיי קענען שיקן די נאמענאציע מיט א רעקאמענדאציע אז די סענאט זאל "נישט" באשטעטיגען די קאנדידאט, און זיי קענען שעקען די נאמענאציע מיט אן קיין רעקאמענדאציע.

אויב שיקען זיי די קאנדידאט צום פולן סענאט, איז נישט קיין חילוק למעשה וואס זייער רעקאמענדאציע איז, די סענאט מוז זיי נישט פאלגן. אבער עס איז דא א שטיקל טראדיציע, אז אויב טיען זיי רעקאמענדירן אז מען זאל יענעם נישט באשטעטיגן, וועט יענער נישט באשטעטיגט. אבער דאס איז נישט קיין הכרח.

זיי האבן א פערטע אפציע, פון "נישט שיקען די קאנדידאט בכלל". זיי ענדיגען די פארהערן, און זיי שיקען נישט די קאנדידאט צום נעקסטן שטאפל. אין אזא מציאות, קען מען נישט וואוטן. עס איז עפעס וואס געשענט אבער זייער נישט אפט. עפעס אינגאנצן אכט מאל האט אזונס פאסירט. אבער עס איז א אפציע.

--

איינמאל די קאנדידאט ווערט יא געשיקט צום סענאט, קען מען שטימען ארויף אדער אראפ. און אויף בעצם באשטעטיגען א ריכטער דארף מען נישט מער ווי 50 שטימען - א רוב -, און למעשה האבן די ריפאבליקאנער 54 שטימען, וואס מיינט אז טעכניש קענען זיי אראפשטימען די קאנדידאט.

אבער למעשה איז אלס דא אזעלעכע סענאטארן וואס גייען נישט מיט מיט די רעקאמענדאציע פון די פארטיי, און דאס מיינט אז מען ברויך נאר איבער רעדן ממש עטליכע ריפאבליקאנער און די קאנדידאט קען ווערן באשטימט. פארשטייט זיך, אז עס קען זיך פונקט אזוי מאכען אז דעמאקראטען זאלן שטימען קעגן די קאנדידאט, און דעמאלס דארף מען איבער רעדן מער ווי די 4 ריפאבליקאנער צו שטימען פארן קאנדידאט. אבער עס איז דא אזא מעגליכקייט.

--

אבער אז מען זאל צוקומען צו א אפשטימונג, דארף מען דאך בעפאר דעם דעבאטירן די קאנדידאט, אזוי ווי ביי יעדע געזעץ. איינמאל די דעבאטע איז פערטיג, קען מען גיין שטימען.

אבער כדאי צו ענדיגען דעבאטעס מוז מען האבן 60 שטימען. דאס ווערט גערופן "קלאוטשער" צו ענדיגען דעבאטעס. אויב האט מען נישט קיין 60 שטימען, ווערט דאס פארעכענט ווי א פיליבאסטער און מען קען נישט שטימען אויף די קאנדידאט.

דאס איז נישט קיין "עכטע פיליבאסטער" ווי מען דארף האלטן אין איין רעדן, נאר אפי' קיינער רעדט נישט, קען מען נישט שטימען איידער עס איז דא קלאוטשער, טא, אזא סארט פיליבאסטער קען אנהאלטן ווי לאנג מען וויל נאר אויף א גרינגע אופן.

בעצם איז ביי אנדערע ריכטער געטוישט געווארן די געזעצן, אז מען קען גיין פאר א וואוט נאר מיט 50 שטימען, אבער די טויש האט נישט אריינגענומען די סופרים קאורט ריכטער, דא דארף מען נאך אלס 60.

--

אלזא, עס גלייבט זיך שווער אז א נייע ריכטער וועט באשטעטיגט ווערן אונטער אבאמא.

--
לכתחילה אריבער האט געשריבן:......
אויב זאלן זיי נישט בשטעטיגען א נייע ריכטער, וועט עס זיין א אויסנאמספאל ווען די קאורט האט א ליידיגע זיץ פאר אזא לאנגע צייט פון ארום 11 מאנאטן.

אויב זאל די בענקל טאקע בלייבן ליידיג - און אפי' מען וועט יא באשטעטיגען א נייע ריכטער אונטער אבאמא נעמט עס דאך צייט - דעמאלס גייט די קאורט אן ווייטער ווי ביז יעצט. אויב קומט ארויס א פסק צוטיילט 4 קעגן 4, בלייבט שטיין די פסק פון איין געריכט אונטער די סופרים קאורט.

דאס הייסט אזוי, די געזעצן אויף וואס די סופרים קאורט איז דן, דאס זענען אזעלעכע קלאגעס וואס זענען געוואלן אפעלירט צום סופרים קאורט פון נידריגערע געריכטן וואס האבן געפסק'ט א געוויסע וועג. איז א 4 קעגן 4 מיינט אז די נידריגערע פסק ווערט אנגענומען.

אין די יעצטיגע קאורט איז נאך דא ארום 4 מאנאטן. נאכדעם גייען זיי אויף "ברעיק" און גאר גאר וויכטיגע אין היסטארישע פסקים זענען ערווארטעד ארויסצוקומען. דאס איז א געוואלדיגע פארלוסט פאר די רעכטע. ווייל ערשט דארף זיי געלונגען אז ריכטער קענעדי וואס גייט אסאך מאל מיט די לינקע, זאל מיטגיין מיט זיי צו די רעכטע זייט, און אפי' אויב גייט ער מיט, דאן קען זיין א 4 קעגן 4 און עס וועט גיין צום פסק פון די נידריגערע געריכט, וואס איז צאמאל נישט גונסטיג צו זייער מיינונג.
.......

איינער האט אנגעויזן, אז אויף טייל פון די וויכטיגע פסקים וואס דארף ארויסקומען אין די יעצטיגע געריכט, וועלן בכל אופן נישט זיין קיין "פיר קעגן פיר", ווייל ריכטערין קעיגן, האט זיך אפגעזאגט פון א טייל פון די געזעצן וואס שטייט פארן געריכט, וויבאלד זי איז געווען פארמישט אין די געריכטליכע פראצעדור אויף די געזעצן אין נידריגערן געריכט, איידער זי איז געשטעלט געווארן צום סופרים קאורט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ לכתחילה !
איך האב גארנישט וואס צו פרעגן אלעס איז קלאר!

בלייבט נאר איבער צו ווארטען און זען וואס ס'וועט זיך אויסקאכען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איין זאך איז אינטערעסאנט אנצוווייזן.

אויב איינער האט נאכגעקוקט די פריער געברענגטע לינק איבער די פראגע פון שטעלן א ריכטער דורכאויס א סענאט ריסעס, האט דארט געזעהן - ווי איך האב פריער דא געשריבן - אז מען קען דאס אפהאלטן דורך נישט גיין אויף א ריסעס מער ווי דריי טאג -.

אבער עס קומט אויס אז יעצט אויף די מינוט - ביז דער 22'סטער פעברואר - איז די סענאט אויף א געהעריגע "ריסעס". ווייל מען האט פארמאכט די סענאט ביז דאן, און עס נישט אויפגעהאלטן מיט די "פרא פארמא" שטיקל ווי די סופרים קאורט האט געזאגט אז מען קען עס אפענהאלטן. סא טעכניש קען אבאמא יעצט שטעלן א ריכטער, וואס וועט קענען דינען ביז סוף פון די סענאט סעסיע, וואס איז סוף יאר.

אבער עס איז נישטא ווער עס האלט אז ער גייט דאס טאן. נאר אינטערעסאנט, אז טעכניש קען ער עס טאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יישר כח לכתחילה
בינעך נייגעריג האט דען אבאמא בכלל א שאנס?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:יישר כח לכתחילה
בינעך נייגעריג האט דען אבאמא בכלל א שאנס?

ער האט א שאנס, אויב וועט זיין גענוג דרוק אז מען זאל יא שטעלן א וואוט, און דאן קענען זיין אז עס וועלן זיין ווער עס וועט זיך צושטעלן צו אים. אויך האט ער א שאנס אויב איין נאמענאציע ווערט אראפגעוועלט, און ער שטעלט א צווייטן, דעמאלס וועט זיין מער פרעשור פאר די ריבאבליקענס נישט אראפ צו וועלן צוויי אין א רייע.

אבער צו זאגן אז ער וועט קענען ארויף ברענגען צוויי נאמענאציעס איז שווער, ווייל עס איז שוין נישטא אזויפיל צייט, און דאס איז זיכער אז אויב מען וועט יא וועלן אויף א נאמעני וועלן די ריפאבס ציען וויפיל מער זייט זיי וועלן קענען. אזוי אז עס וועט שוין נישט זיין גענוג צייט פאר א צווייטן, עכ"פ די ריפאבס וועלן קענען טענה'ן אז יעצט איז שוין זיכער צו שפעט.

די צושטעל צו רעיגן וואס מען האט יא באשטעטיגט א קאנדידאט אין די לעצטע יאר איז נישט קיין צושטעל, ווייל יענס איז שוין געווען די דריטע קאנדידאט וואס ער האט פראבירט, און די צווייטע קאנדידאט און זיכער די ערשטע האט ער שוין פראבירט פיל פריער, סא איז געווען מער צייט, והשנית, איז רעיגן געווען זייער פאפיולער און די דעמאקראטן האבן פון אים מורא געהאט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

חילי דו האסט געשריבן: אבער עס איז נישטא ווער עס האלט אז ער גייט דאס טאן. נאר אינטערעסאנט, אז טעכניש קען ער עס טאן.

פארוואס גייט ער דאס נישט און?
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”