שוועמל האט געשריבן:די שאלה איז נישט אויף פלעסטיק נאר אויף די אייזן וואס הייצט אויף די הייס וואסער.
Keurig machine, Does not require tevilah if it
will break if toveled, otherwise requires
tevilah with abrocha
http://www.star-k.org
star-k.org האט געשריבן:5. מו"ר ר' היינעמאן שליט”א אמר שאם בודאי יתקלקל הכלי ע”י טבילה וא”א לטבלו ולהשתמש בו אח"כ, א"כ הרי הוא אנוס שא"א לקיים המצוה, וכיון שכל האיסור להשתמש בכלי מאכל בלי טבילה נובע מהחיוב דאורייתא לטבלו א"כ במקום שפטור מטבילה מחמת אונס שוב מותר להשתמש בכלי זה לכתחלה.
http://www.star-k.org/articles/kashrus- ... lim/#_ftn5אויף
עולמות.נט איז דא א שמועס בענין דומה, זע די מ"מ ווייטער, אבער דער חידוש פון רב היינעמאן איז לכאורה היבש ווייטער פון דעם, ואפרש וואס עס זעט מיר אויס מפקפק צו זיין אין דעם.
דער מקור פון דער סברא איז דער באקאנטער מרדכי אין הל' ציצית אז שבת איז נישט אסור אנצוטון א בגד של ד' כנפות בלי ציצית, היות עס איז נאר חל דער חיוב עשיית ציצית בבגדו כשלובשו אבער עס איז נישטא קיין איסור לבישה בלי ציצית, ממילא שבת וויבאלד מען טאר דאך נישט לייגן קיין ציצית איז ער נישט עובר אויף דעם חיוב פון לייגן ציצית.
דער אבני נזר שטעלט צו דער סברא לגבי טבילת כלים און ר' שלמה זלמן זאגט עס אן די דמיון פון הל' ציצית אבער דער יסוד איז לכאורה דער זעלבער.
אבער יש לפקפק על הדמיון, דער אבנ"ז רעדט באופן וואס ער טאר נישט טובל'ן למשל מחמת איסור מתקן מנא, ממילא איז שייך צו זאגן אז דער מצוה גייט נישט אן מחמת זה אזוי ווי קשירת ציצית בשבת (
ויש לפלפל אויב א איסור דרבנן זאל מפקיע זיין א חיוב תורה, למשל ביי ציצית זאל ווען זיין א שאלה פון קשירה דרבנן לאזט זיך אפשר זאגן אז ער איז מחיוב אויסצוטון דעם בגד ווייל מה"ת איז ער מחיוב בקשירת ציצית און מדרבנן קען ער נישט נמצא מבטל מצות עשה וצ"ע. מ'קען אפשר נוצן דעם ווארט "אונס" אז היות למעשה טאר ער נישט בינדן קיין ציצית איז ער אן אונס און קען וויטער טראגן דעם בגד, וכן לבגי טבילת כלים ווען דער איסור טבילה איז נאר מדרבנן. איך שיהיה דער אבני נזר שטעלט צו דעם מרדכי צו טבילת כלים) רש"ז רעדט יא באופן אונס ווען עס נישט בידו לטבול ווייל עס איז נישט זיינס וכדו', איז ער א אונס אז ער קען נישט מקיים זיין מצות טבילת כלים, ס'איז אונס בטבילה לגבי כלי זה.
און ממילא אפי' ווען ער זאל ווען האבן אן אנדערע כלי צו עסן איז ער לכאורה נישט מחיוב לפי דער סברא, ווייל לגבי דעם כלי איז נישט אויף אים די מצוה לטבול. חוץ אפשר מדרבנן.אין מנחת שלמה תנינא סי' ס"ח איז ער מסביר אז באופן אז טבילה העלפט נישט למשל כלי שישראל ועכו"ם שותפין איז דער כלי נישט מקבל קיין טבילה, ממילא איז נישט חל אויף דעם קיין חיוב טבילה אויך נישט ווייל מסברא האט די תורה מחייב געווען בטבילה נאר באופן וואס עס וועט אויפטון, און ממילא איז נישטא דערביי קיין איסור השתמשות וואס קומט נאר נאך דעם חיוב טבילה.
משא"כ ווען דער כלי וועט נתקלקל ווערן, מהי"ת צו זאגן אז ער איז פטור מטבילה מחמת אונס? דער גברא איז א אונס? הרי שולחן והרי סכין, דער כלי איז מחיוב מן התורה בטבילה, ער איז ביכולת עס צו טובל'ן, און טבילה וועט העלפן, איי דע כלי וועט גיין א גאנג, נו, וואס האט דאס צו הלכות טבילה? ער מוז דאך נישט נוצן דער כלי בכלל? דאס הייסט אן אונס?
בכל אופן דאכט זיך אז מען פארלאזט זיך נישט למעשה אויף די סברות.
מראי מקומות:
הגרש"ז אויערבאך זצ"ל במנחת שלמה
לענין טבילת כלי שישראל ועכו"ם שותפין, תמה בהגהות בית מאיר ביו"ד סי' ק"כ, דאפי' אי לא מהני בכה"ג טבילה, מ"מ מהיכ"ת יהא מותר לישראל להשתמש בחלקו בלא טבילה, ועל זה נלענ"ד פשוט דכיון שאיסור השמוש בלא טבילה הוא רק מדרבנן היינו רק מחמת חיוב מצות טבילה שמוטל עליו ולכן הואיל ולכלי זה לא מהני טבילה שפיר מותר להשתמש גם בלא טבילה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=215און דא לענין מתארח בבית מלון וא"א לו לטבול אות י"ד
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=264אין אבני נזר לענין טבילה ביו"ט
http://olamot.net/sites/default/files/p ... 112_07.pngהג"ר אשר וייס און אנדערע זענען מפקפק בהיתר זה
http://olamot.net/sites/default/files/p ... 112_10.pngהמשך
http://olamot.net/sites/default/files/p ... 112_11.png