ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך חלהדעקל » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:34 am
כפי מיינע באגרעניצטע ידיעות, האנדעלט זיך עס פון צוויי געגענטער, איינס א בעסערע טייערערע געגענט, וואס די פרייזן לויפן אביסל העכער פארשטייט זיך, און איינס א ביליגערע געגענט, יא מיט היבש שחורים אין די געגענט, ס'איז א סאבורב געגענט, ס'טייטש אז ס'איז נישט ממש א שווארצע באוואוינטע שטאט אזוי ווי זשערסי סיטי, ס'איז אסאך נענטער צום שטאט ווי בלומינבערג און ס'איז נישט אזא דארפיש לעבן ווי בלומינבערג, ס'איז א גרופע מיטל עידש עסקנים וואס פאר סאם ריזן האלטן זיי אז דארט גייט זיין די ישועה, א חלק פון דעי עסקנים האבן ביז פאר א שטיק צייט צוריק זייער געטרייעט אויסצוארבעטןעפעס אין סטעטן איילענד פארן ווסב"ג ציבור, זיי זאגן אז זיי האבן שוין א שיינע צאל יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי, און ווען זיי וועלן האבן א זיככערע קאמיטמענט פון 100 - 150 יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי וועלן זיי אריינברענגן מוסדות סאטמאר ווס"ב צו א פערטיגע זאך, (א שטארקע שאלה אויב סאטמאר וועט האלטן דערביי נאכדעם וואס זיי האבן פרישט אנענסירט בלומינבערג מיט לעיקוואד) גארנישט קראנט אלעס נאר מפי השמועה איינער מיט מער אדער ריכטיגערע אינפא ביטע אריינקומען
1 + 1 = חלה דעקל...