איך שרייב? איך מאל? דער קאמערא טוט זיך דאס זייניגעווארד האט געשריבן:וועגן א גוי וואס שרייבט נעמען, זעה איך נישט קיין שום פעלער, ווייל דו טוסט נישט גארנישט, און ווייטער דער גוי ער מעג טון וואס ער וויל עס האט גארנישט מיט דיר, משא"כ ביי א קעמערע ביזטו דער וואס מאלט דארט אויס א בילד
ווארד האט געשריבן:קיין פסק הלכה קען איך נישט זאגן, עס איז א גרויסע פראבלעם, כמעט ולא מצינו ידינו ורגלינו צווישן די הונדערטער קעמרע'ס ביי הייזער וואס כאפן אפ יעדעם וואס גייט דורך אין גאס, אבער א בעל נפש יחמיר על עצמו אויב ווייסט ער פון אזא קעמרע, וואס איך טו אסאך מאל איז אז איך פארדעק מיין פנים אדער איך דריי זיך אוועק, ווייל די הארבסטע איז ווען דער צורת הפרצוף מאלט זיך אויס אויף א סקרין ביים דורכגיין, אזוי האב איך פארשטאנען פון דעם משא ומתן.
בעל נפש יחמיר על עצמו מיינט (פאר אסאך) ווי געזאגט נישט ארויס פון שטוב
און צומאל נישט אריין אין ביהמ"ד
פארוואס דוקא דער צורת הפרצוף? צ"ע