א סוכות אין ירושלים עיר הקודש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
ווי אזוי מענטשן באצאלן טויזענטער דאללאר פאר א וואקאציע אין פלארידע און אין קאליפארניע וכדומה פארשטייט איר יא? איך נישט, פאר מיר איז א וואקאציע צי פארן טאקע א חודש תשרי מיט די משפחה קיין ארצינו הקדושה אדער וויילן עפעס א רואיגע וואך אין מירון ביי ר׳ שמעון, אדער ארום פארן אין אייראפע מקומות הקדושים.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
למדן וצדיק האט געשריבן:טאגליכט האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:שוין געווען עטליכע מאל, ווערט יעדע פעני איז ווייניג געזאגט! בכלל צי פארן אויף ארץ ישראל און אויף תשרי אדער לג בעומר בפרט איז ווערט כל הון דעלמא כאטשיג איינמאל אין לעבן
אפשר וואלסטו מיר געקענט צעלייגן אויף דיטעיל, וואס סהאט אייך אזוי געכאפט דארטן חודש תשרי?
די שמחות בית בשואבות בפרט און בכלל ווי אזוי אידישקייט שפרידלט דארט מיט אזא חיות וואס דאס זעהט זיך אן בעיקר אין די ימי תשרי, וויאויך די ערליכע אידן און תלמידי חכמים פון ירושלים עיה״ק, און בכלל דארף מען דאך נישט זאגן אז קדושת ארץ ישראל איז גאר א גרויסע ענין כמבואר בספרים הקדושים וואס פארדעם אליין אן זעהן גארנישט לוינט זיך אהין צי פארן.
וואס האט דיר שמחות בית השואבות אזוי געטאטשט, אין אמעריקע טאנטץ מען אויך, איז די טאנצן מיט די כיפה סרוגה אין תו"א הייליגער, מער אויסגעהאלט, לעבעדיגער?
אין קדושת א"י סוגיא גיי איך נישט יעצט אריינגיין.
און די ערליכע אידן און תלמודי חכמים אין אמעריקע, וואס לעבן נישט אויף שנאר, און אויף יענעםס חשבון, נאר פלאגן זיך אדורך שטיפן די טאג, אן דארפן צוקומען צו א צווייטן, זיי זענען גארנישט?
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, איך שרייבן נאר וואס איך האב מיטגעלעבן, און געקומען צו דו מסקנה.
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
יהיה כן האט געשריבן:גראדע האלט איך אויך אז ס'יז נישט פאסיג צו שרייבן אויף ארץ ישראל "און מיר האבן זיך אזוי פארעקלט דערפון"
מיר האבן זיך נישט פארעקלט פון ארץ ישראל, און יאך פאר נאך אהין, אבער נישט חודש תשרי, אדער אנדערע ספציעלע זמנים, וואס אלע פוחזים וריקים שפרייטן זיך אויס אין א"י. "שעפן קדושה אויף א גאנץ יאר, פון שטיין און חוזק מאכן און ארום לאכן גאנץ חודש תשרי".
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
למדן וצדיק האט געשריבן:אגב שמחות בית השואבה האב איך בכלל נישט געמיינט תולדות אהרן ספעציעל זעהט אויס איר זענט נאר געווען דארט בעיקר
זענט איר געפארן צו איין ספציעלע רב, אדער זיך געדרייט צווישן קארלין, בעלז, וכדו'?
איך כאפ אן תו"א, ווייל ווען דו פרעגסט איינעם וואס סאיז דא צוזעהן און א"י סוכות, וועט ער די ערשטע דערמאנען תו"א.
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
טאגליכט האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:אגב שמחות בית השואבה האב איך בכלל נישט געמיינט תולדות אהרן ספעציעל זעהט אויס איר זענט נאר געווען דארט בעיקר
זענט איר געפארן צו איין ספציעלע רב, אדער זיך געדרייט צווישן קארלין, בעלז, וכדו'?
איך כאפ אן תו"א, ווייל ווען דו פרעגסט איינעם וואס סאיז דא צוזעהן און א"י סוכות, וועט ער די ערשטע דערמאנען תו"א.
ניין נישט געפארן צי קיינעם ספעציעל. איך ווייס מענטשן זאגן תו״א איז די זאך איך ווייס טאקע נישט פארוואס איך האב נישט געזעהן דארט עפעס מער פון אנדערע פלעצער הגם סאיז זייער שיין
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
גראדע איך בין אויך געווען אמאל אין א״י סוכות אלס קליינע אינגל פאר די אלע מענטשן פלעגן קומען קיין תולדות אהרן דעמאלטס איז עס טאקע געווען זייער שיין נאר זייט אלע סארט מענטשן האבן אנגעהויבן קומען איז די זאך זייער אפגעשוואכט געווארן דארט, נישט אז איך האב ח״ו קעגן די אלע פרעמדע מענטשן וואס קומען נאר אזוי איז געשען במציאות ווייל די תו״א חסידים אליין קומען שוין נישט געהעריג ווי אויך איז די גאנצע זאך דארט געווארן כמו עפעס א פלעי צי ווייזן פאר די ״אמעריקאנע עולם״ וכו וכו׳ ואכמ״ל...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
טאגליכט האט געשריבן:דאן וואס האט אזוי געכאפט, ברסלב? קארלין? תוא"י? ראכמיסטריווקע? סאטמאר(נישטא וואס צו זעהן דארטן)? דער כותל? אדער דער מישקולצער אין פתח תקווה?
אלעס ציזאמען אינקלודעד תו״א יעדע פלאץ מיט זיין חן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
למדן וצדיק האט געשריבן:גראדע איך בין אויך געווען אמאל אין א״י סוכות אלס קליינע אינגל פאר די אלע מענטשן פלעגן קומען קיין תולדות אהרן דעמאלטס איז עס טאקע געווען זייער שיין נאר זייט אלע סארט מענטשן האבן אנגעהויבן קומען איז די זאך זייער אפגעשוואכט געווארן דארט, נישט אז איך האב ח״ו קעגן די אלע פרעמדע מענטשן וואס קומען נאר אזוי איז געשען במציאות ווייל די תו״א חסידים אליין קומען שוין נישט געהעריג ווי אויך איז די גאנצע זאך דארט געווארן כמו עפעס א פלעי צי ווייזן פאר די ״אמעריקאנע עולם״ וכו וכו׳ ואכמ״ל...
און טאקע פון דאס רעד איך. און דאס איז נישט נאר תולדות, סאיז איבעראל אזוי. גאנץ ירושלים ווערט פאר אמעריקאנעט, און נישט מסלתה ומשמנה פון אמעריטשקע, נאר דירעקט די פארקערטע. איז וואס איז ווערט די גאנצע קומען, קיין יראת שמים זאג איך אייך צו אז משעפט נישט דארטן.
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
הרב טאגליכט, איך ווייס נישט ווי איר האט זיך ממש עד כדי כך אזוי פארעקלט, אפשר פון די ארץ ישראלדיגע געפילטע פיש וואס מאנכע באקלאגן זיך דערויף...
אבער איך אליין בין שוין עטליכע מאל געווען סוכות אין ירושלים און כהאב נאר געוואלט צוריקקומען די אנדערע יאר נאכאמאל. א סוכות אין ירושלים האט עפעס רוחניותדיגע העכערע געשמאק וואס מ'פיעלט נישט אין חו"ל, ווי אימער די גייסט צו א שפאציר יו"ט אין אלט-שטאטגעסעלעך אדער סתם אין ירושלים, ביי די חסידים, ספרדים, אשכנזים, יעדער מיט זיין שטייגער און מנהגים. א העכער'ן געשמאק וואס כהאב נישט געפיעלט דא אין וויליאמסבורג...(אין ראדני און הופפער בין איך שוין אויך געווען)
איך בין אויך געגאנגען איין נאכט שמחת בית השואבה קיין תולדות אהרן, מהאט זיך נישט געקענט רירן אין ביהמ"ד אבער די שיינקייט צו זעהן ווי אלע סארטן אידן טאנצן אינאיינעם מיט אזא אחדות פון פרענקען ביז חסידישע אידן מיט לאנגע בערד און פיאות האט מיר מורהדיג באנומען. און איך בין טאקע צוריקגעקומען פאר הקפות שניות ווי מהאט געטאנצן ביז'ן נץ. א מעמד וואס מ'טאר טאקע נישט פארפאסן.
אבער איך אליין בין שוין עטליכע מאל געווען סוכות אין ירושלים און כהאב נאר געוואלט צוריקקומען די אנדערע יאר נאכאמאל. א סוכות אין ירושלים האט עפעס רוחניותדיגע העכערע געשמאק וואס מ'פיעלט נישט אין חו"ל, ווי אימער די גייסט צו א שפאציר יו"ט אין אלט-שטאטגעסעלעך אדער סתם אין ירושלים, ביי די חסידים, ספרדים, אשכנזים, יעדער מיט זיין שטייגער און מנהגים. א העכער'ן געשמאק וואס כהאב נישט געפיעלט דא אין וויליאמסבורג...(אין ראדני און הופפער בין איך שוין אויך געווען)
איך בין אויך געגאנגען איין נאכט שמחת בית השואבה קיין תולדות אהרן, מהאט זיך נישט געקענט רירן אין ביהמ"ד אבער די שיינקייט צו זעהן ווי אלע סארטן אידן טאנצן אינאיינעם מיט אזא אחדות פון פרענקען ביז חסידישע אידן מיט לאנגע בערד און פיאות האט מיר מורהדיג באנומען. און איך בין טאקע צוריקגעקומען פאר הקפות שניות ווי מהאט געטאנצן ביז'ן נץ. א מעמד וואס מ'טאר טאקע נישט פארפאסן.
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
רעגן קויט האט געשריבן:הרב טאגליכט, איך ווייס נישט ווי איר האט זיך ממש עד כדי כך אזוי פארעקלט, אפשר פון די ארץ ישראלדיגע געפילטע פיש וואס מאנכע באקלאגן זיך דערויף...
אבער איך אליין בין שוין עטליכע מאל געווען סוכות אין ירושלים און כהאב נאר געוואלט צוריקקומען די אנדערע יאר נאכאמאל. א סוכות אין ירושלים האט עפעס רוחניותדיגע העכערע געשמאק וואס מ'פיעלט נישט אין חו"ל, ווי אימער די גייסט צו א שפאציר יו"ט אין אלט-שטאטגעסעלעך אדער סתם אין ירושלים, ביי די חסידים, ספרדים, אשכנזים, יעדער מיט זיין שטייגער און מנהגים. א העכער'ן געשמאק וואס כהאב נישט געפיעלט דא אין וויליאמסבורג...(אין ראדני און הופפער בין איך שוין אויך געווען)
איך בין אויך געגאנגען איין נאכט שמחת בית השואבה קיין תולדות אהרן, מהאט זיך נישט געקענט רירן אין ביהמ"ד אבער די שיינקייט צו זעהן ווי אלע סארטן אידן טאנצן אינאיינעם מיט אזא אחדות פון פרענקען ביז חסידישע אידן מיט לאנגע בערד און פיאות האט מיר מורהדיג באנומען. און איך בין טאקע צוריקגעקומען פאר הקפות שניות ווי מהאט געטאנצן ביז'ן נץ. א מעמד וואס מ'טאר טאקע נישט פארפאסן.
קודם נעם מיר אראפ דער "הרב" איך האב נאך א לאנגע וועג צו גיין, נאר צו זיין אינעם תחום שבת פון די טיטל.
איך בין נייגעריג, וואסערע געשמאק פילסטו? די געשמאקייט פון זעהן זאכן אנדערש ווי די בוסט צוגעוואויט? אדער א רוחניותדיגע געשמאקייט, וואס נאכן גיין איך די אלט שטאט געסאלאך, נעמט דיר די שמונה עשרה א מינוט לענגער?
דיסקלעימער... און אלט שטאט ירושלים געסעלעך, זענען די גאסן בערך 3 -4 פיס ברייט, און סאיז נישט מעגליך צו גיין דארטן אן אריינקלאפן און "אנדערע", (חוץ אינמיטן די נאכט) און קום מיר זאגן אז נאכן אריינקלאפון און די "אנדערע", האסטו געשפירט א רוחניות'דיגע געהויבן קייט.
למדן וצדיק האט געשריבן:גראדע איך בין אויך געווען אמאל אין א״י סוכות אלס קליינע אינגל פאר די אלע מענטשן פלעגן קומען קיין תולדות אהרן דעמאלטס איז עס טאקע געווען זייער שיין נאר זייט אלע סארט מענטשן האבן אנגעהויבן קומען איז די זאך זייער אפגעשוואכט געווארן דארט, נישט אז איך האב ח״ו קעגן די אלע פרעמדע מענטשן וואס קומען נאר אזוי איז געשען במציאות ווייל די תו״א חסידים אליין קומען שוין נישט געהעריג ווי אויך איז די גאנצע זאך דארט געווארן כמו עפעס א פלעי צי ווייזן פאר די ״אמעריקאנע עולם״ וכו וכו׳ ואכמ״ל...
כווייס נישט וואס די מיינסט אז סאיז זייער אפגעשוואכט געווארן, פונקט פארקערט וואס א יאר שפעטער איך בין צוריק געקומען איז דער עולם און געדרענג אלץ שטערקער געווארן
טאגליכט האט געשריבן:רעגן קויט האט געשריבן:הרב טאגליכט, איך ווייס נישט ווי איר האט זיך ממש עד כדי כך אזוי פארעקלט, אפשר פון די ארץ ישראלדיגע געפילטע פיש וואס מאנכע באקלאגן זיך דערויף...
אבער איך אליין בין שוין עטליכע מאל געווען סוכות אין ירושלים און כהאב נאר געוואלט צוריקקומען די אנדערע יאר נאכאמאל. א סוכות אין ירושלים האט עפעס רוחניותדיגע העכערע געשמאק וואס מ'פיעלט נישט אין חו"ל, ווי אימער די גייסט צו א שפאציר יו"ט אין אלט-שטאטגעסעלעך אדער סתם אין ירושלים, ביי די חסידים, ספרדים, אשכנזים, יעדער מיט זיין שטייגער און מנהגים. א העכער'ן געשמאק וואס כהאב נישט געפיעלט דא אין וויליאמסבורג...(אין ראדני און הופפער בין איך שוין אויך געווען)
איך בין אויך געגאנגען איין נאכט שמחת בית השואבה קיין תולדות אהרן, מהאט זיך נישט געקענט רירן אין ביהמ"ד אבער די שיינקייט צו זעהן ווי אלע סארטן אידן טאנצן אינאיינעם מיט אזא אחדות פון פרענקען ביז חסידישע אידן מיט לאנגע בערד און פיאות האט מיר מורהדיג באנומען. און איך בין טאקע צוריקגעקומען פאר הקפות שניות ווי מהאט געטאנצן ביז'ן נץ. א מעמד וואס מ'טאר טאקע נישט פארפאסן.
קודם נעם מיר אראפ דער "הרב" איך האב נאך א לאנגע וועג צו גיין, נאר צו זיין אינעם תחום שבת פון די טיטל.
איך בין נייגעריג, וואסערע געשמאק פילסטו? די געשמאקייט פון זעהן זאכן אנדערש ווי די בוסט צוגעוואויט? אדער א רוחניותדיגע געשמאקייט, וואס נאכן גיין איך די אלט שטאט געסאלאך, נעמט דיר די שמונה עשרה א מינוט לענגער?
דיסקלעימער... און אלט שטאט ירושלים געסעלעך, זענען די גאסן בערך 3 -4 פיס ברייט, און סאיז נישט מעגליך צו גיין דארטן אן אריינקלאפן און "אנדערע", (חוץ אינמיטן די נאכט) און קום מיר זאגן אז נאכן אריינקלאפון און די "אנדערע", האסטו געשפירט א רוחניות'דיגע געהויבן קייט.
א רוחניותדיגע געפיל קען מען נישט מסביר זיין און איך בין שוין עטליכע מאל געגאנגען אין אלט שטאט און קיינמאל ב"ה זיך נישט געדארפט אנשטויסן אין מענטשן...(דרך אגב צו זאגן אז סאיז 3-4 פיס ברייט איז זייער א מצומצדיג'ן גוזמה)
- למדן וצדיק
- שר האלף
- תגובות: 1189
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm
רעגן קויט האט געשריבן:למדן וצדיק האט געשריבן:גראדע איך בין אויך געווען אמאל אין א״י סוכות אלס קליינע אינגל פאר די אלע מענטשן פלעגן קומען קיין תולדות אהרן דעמאלטס איז עס טאקע געווען זייער שיין נאר זייט אלע סארט מענטשן האבן אנגעהויבן קומען איז די זאך זייער אפגעשוואכט געווארן דארט, נישט אז איך האב ח״ו קעגן די אלע פרעמדע מענטשן וואס קומען נאר אזוי איז געשען במציאות ווייל די תו״א חסידים אליין קומען שוין נישט געהעריג ווי אויך איז די גאנצע זאך דארט געווארן כמו עפעס א פלעי צי ווייזן פאר די ״אמעריקאנע עולם״ וכו וכו׳ ואכמ״ל...
כווייס נישט וואס די מיינסט אז סאיז זייער אפגעשוואכט געווארן, פונקט פארקערט וואס א יאר שפעטער איך בין צוריק געקומען איז דער עולם און געדרענג אלץ שטערקער געווארן
אפגעשוואכט יז טאקע נישט די ריכטיגע ווארט איך האב געמיינט צי זאגן אז אמאל איז געווען עפעס א חן וואס היינט איז נישטא און היינט איז טאקע אויך עפעס דא וואס אמאל איז נישט געווען
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
אז איך רעדט שוין פון די נושא פון רוחניות אין א"י.
איך בין א לייסענסט טור גייד און א"י, דאס הייסט פון די איזראלי גאווערמענט בין אפיציעל, אז איך מעג ארום טראגן מענטשן און א"י, איך האב לייסענס פאר צפון, און פאר מרכז, נישט אריינגערעכנט אלט שטאט, ווי איך האב נישט קיין רשיון.
פארוואס דערצייל איך עס? ווייל איך בין שוין געווען אויף כמעט אלע קברי צדיקים און צפון (גליל העליון, והתחתון, און רמת הגולן) הינדערטער מאל, ווי איך פלעג טראגן מענטשן, און איך פלעג קיינמאל נישט פילן מער ווי איך גיי צום ציון אין קרית יואל, סתם אזוי אינמיטן יאר.
נישט לאנג צוריק בין איך געפארן קיין א"י אפשערן מיין אינגעלע און מירון, און סאיז אויסגעקומען צוויי טעג פאר פורים, און איך בין שוין געבליבן ביים שווער ביז נאך פירום, אזוי ווי איך בין שוין נישט געווען א שטיק צייט אין לאנד, האב איך געוואלט זיך אריבער כאפן צו מקומות הקדושים. איז מיר אויסגעקומען די איינציגסטע צייט צו פארן איז געווען א טאג נאך פורים (א טאג נאך שושן פורים אין פרזות), האב איך מיר ארויס געלאזט 5 פארטאגס, און אנגעקומען אויף מירון בערך 7 אזייגער (יא ווען איך פאר אליין נעמט מיר די וועג נאר צוויי שעה, דאנט טריי איט עט האום..) מירון איז געווען ממש ליידיג, די אלע חאלאזן, און נא נאחניעקעס, זענען נאך געווען פארטין אין זייער פורים, נישט געווען קיין טור באסעס, ממש ליידיג, ליידיג, און איך האב דעמאלס געשפירט אזא דערהויבנקייט, וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געשפירט, איך האב אויסגעזאגט תהילים מיט בכיות כמעט 3 שעה, אזאך וואס האט מיט מיר נאכקיינמאל נישט געשעהן, נישט ל"ג בעומר, אדער אנדערע יומא דפגרא'ס, די זעלבע איז געווען אין עמוקה און אין אנדערע פלעצער, בין איך דעמאלסט געקומען צו די מסקנא, אז אויב וויל מען טאקע קומען אויסבעטן, דארף מען קומען אין די ריכטיגע צייט, "אין נישט אין א טור".

רעגן קויט האט געשריבן:
א רוחניותדיגע געפיל קען מען נישט מסביר זיין און איך בין שוין עטליכע מאל געגאנגען אין אלט שטאט און קיינמאל ב"ה זיך נישט געדארפט אנשטויסן אין מענטשן...(דרך אגב צו זאגן אז סאיז 3-4 פיס ברייט איז זייער א מצומצדיג'ן גוזמה)
וועם ווילסטו פאפן? אויפן וועג צום כותל פון ממילה, מוז מען דורך גיין גאר שמאלע גאסן וואס א קאר קען נישט דארטן אדורך פארן דאס מיינט אז סאיז שמאלער פון 6 פיס, און איך האב אמאל אפגעמאסטן א גאס אין סאיז גווען 3.5 פיס ברייט. נישט קיין שום גוזמא.
און אויב בוסטו געגאנגען דורך די געהעריגע פארקינג לאט, שעפט מען אויך נישט קיין יראת שמים, וואס סטוט זיך דארטן חודש תשרי...
דא האסטו א גאס אין אלט שטאט
https://www.google.com/maps/@31.7763,35 ... 312!8i6656
לעצט פארראכטן דורך טאגליכט אום זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- טאגליכט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 295
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
- לאקאציע: אויפן פליגער
רעגן קויט האט געשריבן:איך בין אויך געגאנגען איין נאכט שמחת בית השואבה קיין תולדות אהרן, מהאט זיך נישט געקענט רירן אין ביהמ"ד אבער די שיינקייט צו זעהן ווי אלע סארטן אידן טאנצן אינאיינעם מיט אזא אחדות פון פרענקען ביז חסידישע אידן מיט לאנגע בערד און פיאות האט מיר מורהדיג באנומען. און איך בין טאקע צוריקגעקומען פאר הקפות שניות ווי מהאט געטאנצן ביז'ן נץ. א מעמד וואס מ'טאר טאקע נישט פארפאסן.
מיינסט צו זאגן פרענקן טאנצן צוזאמען אין א חסידיש ביהמ"ד, ווייל צופיל חסידישע אידן וועסטו היינט צו טאגס דארטן נישט טרעפען, איין יאר האט מיין זיידע ע"ה געמאכט א צוזאמענקום פאר אלע אייניקלעך און איר אייניקלעך און ירושלים, און אלע זענען געווען דארטן, האב איך געפרעגט עטליכע פארוואס זיי גייען נישט צו די שמחת בית השואבה, האבן זיי מיר געענטפערט, אונז זעמער נישט קיין פרענקען אדער אמעריקאקים.
לאמיר דיר פרעגן, פארוואס פארסטו נישט אראפ און פייוו טאונס פורים, וועסטיך ממש טרעפן אווי אין תו"א ביי שמבה"ש, מיט א אחדות געשוירענע בערד מיט לאנגע בערד צוזאמען, ממש א תענוג רוחני.......
תכלית. איך בין נישט אינטערסירט צו ממשיך זיין מיט לאנגע וויכוחים און נישט צוליב דעם בין איך אריינגעקראכן אין דעם אשכול.
בסך הכל האט "בשום אופן" זיך נאכגעפרעגט צוליב זיינע פלענער איבער פראווען א דערהויבענעם יו"ט סוכות אין אר"י,(און איך בין איהם טאקע שטארק מקנה)... האב איך מיטגעטיילט מיינע געפיללן און פערזענליכע עקספיריענס וואס איך האב געהאט. ודו"ק
בשום אופן האט געשריבן:יעדער האט שוין ווארשיינליך אמאהל געקלערט אז אי"ה קומעדיגע יאהר סוכות פאקט מען פעק און מען פארט מיט די גאנצע געזונדל קיין א"י אויף סוכות ב"ה צום זיבעטען מאהל איז די קומעדיגע יאהר אנגעקומען אבער יא דאס קומעדיגע יאהר וועט בעזר אדון כל דאס אומגעלויבליכע ווירקליך פאסירען דאס קומעדיגע סוכות ע"ו גיימיר זיין און ארה"ק נישט נאר אויף סוכות נאר פונעם אונטערשטען שבת פון תשע"ה ביז נאך הקפות שניות {אהאהאהאה איר זענט אוודאי מקנה נא קענט איר מיר נאכקומען} אשר ע"כ וויל איך בעטען אז ווער עס האט שוין אזאנס געטוהן זאל ביטע איבערגעבען ווי אזוי מען קען אויסנוצען אזא היסטארישע זמן אויף די מאקסימום און ווי איז די אינטטרעסאנסטע מעמדים מיט צוהאלטען תפילות, טישען, מעמדים, תשליך, סליחות, נענועים, שמחת בית השואבה, חול המועד האלטען, הקפות, וכו א הארציגען ייש"כ
בסך הכל האט "בשום אופן" זיך נאכגעפרעגט צוליב זיינע פלענער איבער פראווען א דערהויבענעם יו"ט סוכות אין אר"י,(און איך בין איהם טאקע שטארק מקנה)... האב איך מיטגעטיילט מיינע געפיללן און פערזענליכע עקספיריענס וואס איך האב געהאט. ודו"ק
להערה בעלמא וואלט געווען כדאי צו דערמאנען - אן אריינגיין און פלפולים - די הלכה'דיגע נושא פון עליה לרגל בכלל, און בפרט סוכות וואס די מ"ע מדאורייתא איז צו שאקלן לולב במקדש כל שבעה, וואס לויט א טייל פוסקים קען מען מקיים זיין היינטיגע צייטן אויך (אויב מקדש מיינט גאנץ ירושלים, וקדושתה לא בטלה וכו' ואכמ"ל)