"א פינסטערע נאכט אין ווארשע" דורך SPAF פראדאקשן

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

שטורימשע פארטעסטן גייען אן אין ברוקלין קאללעדש נאכדעם וואס עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונטערטע מענטשען מיטצוהאלטן די שפיל ''א פינסטערע נאכט אין ווארשע''
ביים אנקומען צום קאללעדש פינקטליך 7:30 איז מען געוואיר געווארן אז די פלעי איז אפגעשטופט געווארן אויף 8:30 פינקטליך( יעצט 8:44 ביים שרייבן די מעסעדש האלט מען נאך פאר אלעס ) ענדליך ווען מאיז שוין אריינגעקומען אין זאל האט זיך אנטפלעקט אז די עיר קאנדישאן ארבעט נישט די גראד געשאצט אויף איבער 85
די הונטערטע משתתפים נאכן צאלן שווערע טייערע געלט פאר די פלעי האבן תיכף אנגעפאנגען צו שרייען ווי אין א קאר AC AC AC נאכן זעהן אז ס'העלפט נישט האט מען אנגעפאנגען שרייען אונז דארפען אונטערן'ס..........
Copyright @Unknown10952
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

אין איין ווארט
דיזעסטער
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:סורפרייז
מנשה לוסטיג ביים סוף

איך האב אים נישט געזעהן.

ואילו היה שם?
לעצט פארראכטן דורך דאנציגער אום דינסטאג אפריל 07, 2015 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

כמיין די הנהלה וואלט שוין געמעיגט אראפשיקען איינעם כאפן אפאר קליפס פין אזא מעמד
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

שוין געזען אפאר. ס קוקט נישט אויס גוט.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

לויט די באריכטן זעט אויס אז ס'איז טאקע געווען א פינסטערע נאכט.
אוועטאר
יין המשומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 08, 2015 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין המשומר »

ווי אויך א ווארשע אויפשטאנד...


אבער לאמיר הערן עפעס פון די גוטע חלקים. קריטיק האב איך שוין געהערט...
ווער עס האט געטרינקען אונגארישע וויין, אים קען מען נישט אפנארן.
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

די גוטע חלקים איז אז די פלעי איז אנגעפיהרט דורך דעם זעלבסט געקרוינטער מייסטער
ער איז א גוטער עקטאר און דירעקטאר. ווייט פון א שרייבער.
וואס ער האט נאר געשריבען האט נישט געטויגט.
א פינסטערע נאכט אין ווארשע און המלאך הגואל
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

They just announced

We apologize that Brooklyn college didn't put the Ac on

As a apology keep ur ticket and next you'll get 10% off
Next time they will make a play u'll get 10% off
קאפ_שטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ_שטיק »

מיט ווייטיג קלאפ איך די קנעפלעך אויפן קיבאורד. איך נפלו גבורים

איך נפלו , ווי שעמען זיך נישט מענטשן וואס זענען מ'כלומרשט די קעניג'ן פון אידישע שפילן צונאר צו לייגן אזא עם חכם ונבון, אזא אומפארשעמטקייט האט מען שוין לאנג נישט געזעהן,

וואלט די שפיל געווען א מעשה פון דעם רבין מיטן יתום אדער די טאנץ פון בער, החרשתי

נעמט מען די ביטערע מלחמה די שרעקליכע ווארשעווער געטא, די בלוטיגע צרות, וואס יעדער קליין קינד וואס האט ווען נאר געליינט סיי וואסארא ביכל, אדער געזעהן א פילעם פון די שואה און וואלט געזעצן ביי דעם אומ'בא'חן'טן שפיל, וואלט אפילו א פינף יעריג קינד געלאכט פון דעם פראדאקשן

קיין שום טעם נישט

קיין סדר, קיין ניגונים, קיין מעשה, קיין עקטן, קיין דראמא, קיין סוספענס, קיין קאמעדי, קיין מיסטעריע, קיין חן.

איין מאל האט ער געהאט דעם עולם, ווען שמעון האט געזאגט אז אין בונקער איז הייס..... הייס ac ac ac

על דאטפת אטפוך

מ'קען נישט צוגיין צו קיין שפיל לקנטר, ווייל ס'בייסט אייביג צוריק

יעדער קען חלילה האבן דורכפעלער, און מ'טאר נישט טאנצן אויף יענעמס בלוט. בנפול אויביך אל תשמח,

אבער ליידער דא, איז די מעשה פונקט קאפויער, אומ'אחריותדיגע מענטשן די פירערס, בארויבט דעם ציבור, און זיך נישט אנגעשטרענגט פון דא ביז אהין צוצושטעלן עפעס זאכליך, בשאט נפש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ערעב יוד, ספיל די בין'ס ביטע!

א איד מאכט זיך אין דער איילעניש א ניק אין סאמע בדיקת חמץ טאג, און אלע זיינע תגובות זענען בלויז קריטיק ממין ושלא ממין הטענה אויף די פלעי, און אין די לעצטע תגובה שטייט קלאר ארויס אז ס'איז דא חשבונות מיט מעשיות.

אלזא, איך בין נישט אפדעיטעד פונקטליך, צו וואסזשע ווארפן האלבע אומפארשטענדליכע רמזים, דראפ די גאנצע רעטאריק פליז, און רעד להלכה ולמעשה. לייג אראפ ביטע ברחל בתך הקטנה וואס און ווער עס גייט פאר, ווער זענען די ברי פלוגתא, אויף וואס איז דער סכסוך, וואס איז דיין צד, און וואס ענטפערן אויף דעם די חולקים. דו דארפסט פארשטיין אז די מחלוקה דארט איז מיר נישט גענוג וויכטיג איך זאל ברויכן זיך פלאגן צו ארויס ליינען דעטאלן צווישן די שורות. ווילסט עפעס זאגן, שרייב קלאר.

בברכת גמר חסימה טובה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

קאפ שטיק דו האסט א גוטן קעיס, נאר דיין אדוואקאט קעקעצט!

דיין רעטאריק פארשטעלט דיין, און רוב עולם'ס מיינונג. קיל אפ.

מער ווייניגער ביזטו אבער גערעכט, איך גיי נישט איבערשרייבן וואס יעדער האט געשריבן אבער דער סך הכל איז אז דער פלעי פארדינט זיך א 1! נישט מער!
קאפ_שטיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ_שטיק »

האסט מיך קרום פארשטאנען

און בנפול אויביך איז נישט דער עיקר,די " אל תשמח " איז געווען דער מעין פוינט


כ'וואלט געדארפט ניצן אן אנדערע פסוק
A wrong expression. נישט געמיינט מיט ח"ו שנאה און פרייד

מ'האמיר נישט קיין שנאה, נאר א שטארקע דיסעפוינטמענט, גאר א שטארקע

אלזא אין כאן לא שמתא ולא ארור, ולא ברוך

כ'זאג סך הכול מיין אויפפאסונג, און ווער ס'האלט אנדערש איז אדער בלינד אדער דום

לאל

אלע שטותים אין א זייט

לקנטר מיינט, אז מ'האט נאר געהערט ווי פיל בעסער און מער פראפעסיאנאל מ'גייט זיין פון די 'אונטערן'ס ועוד ועוד, און אז מ'סערווירט האלב געקנאטנס, איז עס טאפלט ערגער

פליז געדענק צו שיקן א בירדעי פרעזענט ווען
מיין ניק ווערט א יאר אלט

בלי'נ איך וועל נאו מאר שרייבן. ווייל כ'וויל נישט וויי טון, און ס'שפעט.
אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אש קודש »

@מיסטער קאפ שטיק. איר זענט געווען ביים פלעי?
פארטראכט
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 15, 2012 3:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכט »

שוין גענוג געוועהן
סאיז דערנאך
העיקר זאל מען לעמעניעטען דעם טיקעט צו קענען באקומען דעם 10% הנחה וואס חילא גייט געבן ביים נעקסטן ספעף פלעי.
איך ווייס דאך נישט ווען דאס גייט זיין.
סהאט געקאסט א גוטן לאך וועו ער האט דאס אויסגערופן. דאס הייסט צופראסקעט אן עולם מיט א בלעכענעם פנים.
. Those who can't laugh at themselves leave the job to others
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

ווייסעך נישט וואסט דער עולם קריטיקירט אזוי, אני כשלעצמי האט זייער הנאה געהאט פונעם שפיל, פיינע אקטיארן, פראפאסיאנאלע פראפס....

און יא עס זענען געווען פלאפס, טעקניקעל פלאפס ווי מען רופט עס, למשל די היץ, מייקס... אבער איך זעה נישט פארוואס מען רייסט אראפ די שפיל צוליב די טעקניקעל דורכפעלער, לדעתי איז עס יא געווען א מייסטער שפיל.

וואס איך טראכט יעצט איז, אדער זענען די אלע אפילו נישט געווען ביים שפיל, אדער "יש שמתא ויש ארור" ודי.
אייביג צום פינטל...
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

בנאות דשא ירביצנו: איך בין אויך א וויקטעם פון די פלעי.איך בין געווען נעכטן ביז שפעט ביינאכט אויף וואטס עפפ ווי ס'איז כסדר אריינגעקומען נאר קריטיק אויפ'ן פלעי.
איך פערזענליך האט נישט קיין שום נגיעה צו קיינעם איך קוק עס אן פון מיין טא סענס די פלעי איז געווען א טאטאלע דורכ'פאל סאיז נישט ווערט געווען די געפעפערטע פרייז.
ס'האט גארנישט צו טוהן מיט די באסעס, עיר קאנדישאן, נאר די עצם פלעי פון אזעלעכע פראפעשינעל'ס האט מען ערווארטעט עפעס מער.
קען זיין אז פאר 20 יאר צוריק וואלט עס געווען א באמבאסטישע פלעי.
אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

הרב פינטל, איך בין מחולק מיט אייך, איך בין געגאנגען צום שפיל בדחילו ורחימו אז שלמה פערל איז דער קעניג פון שפילן, און דאס גייט זיין א שפיל איינס און א גוטס צום געדענקען (און יא, נאך די שוואכערע פראדוקציע פון זיין קאמפעטישן פאריגן חול המועד בין איך געווען נאך מער איבערצייגט אז איך גיי דא גאר שטארק הנאה האבן - און איך בין דאן געווען פונקט אזוי פארווייטאגט! נאר ער האט מיר כאטש פארגיטיגט מיט א די ווי די), איך האב אפילו געזאגט מיינע קינדער אז "דער" פלעי איז דער פלעי בהא הידוע, למעשה, נישט אז זיי האבן ח"ו געוואלט אפנארן דעם ציבור, איך האלט נישט אזוי, אבער דער פראדוקט איז געווען ווייט פון געלונגען, מילד גערעדט. פיינע אקטיארן? געווען עטליכע, אבער אויך געווען אסאך וואס נישט. פראפעסיאנאלע פראפס? דאס יא! אבער ביי דעם איז עס געענדיגט. און די טעקניקעל פלאפס וואלט מען אויך געקענט פארריכטן, למשל צו נעמען די וואס האבן זיך אין די פארגאנגענהייט אהערגעשטעלט צו זיין געלונגען אין צושטעלן א מייק סיסטעם פאר פלעיס. איך ווייס נישט וועם מ'האט גענוצט דארט אבער ס'איז געווען גאר שוואך, ואילו וואלט ער געבעטן פרייזן ווי א צווייטן החרשתי, יעדער קען אמאל האבן א דורכפאל. אבער צו רייסן הויכע פרייזן וואס הייבט די עקספעקטעישאנס און ברענגט ערווארטונג?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

און די פרי ריקארדעד מיוזוק
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קאפ שטיק, דו דרייסט מיר דעם דאשיק! פארן פלעי האסטו געיאמערט אז ס'איז צו טייער און האסט געגאסן פעך און שוועבל, מ'האט דיך באשריגן אז קיינער בעט דיך נישט צו גיין אבער דו האסט פארט באצאלט און געגאנגען (ביסטו?) יעצט וויינסטו ווידער ווי א ביבער. דו האסט פארלוירן דיין נאמנות! קאפ שטיק א צווייטן ביטע
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

פינטל האט געשריבן:ו


האב איך נישט געוויסט אז מיין ברודער איז אויך דא, פיינע פריקן
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

private האט געשריבן:שוין געזען אפאר. ס קוקט נישט אויס גוט.

זיי משפיע אויף COPY ביטע
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מים שלנו האט געשריבן:
private האט געשריבן:שוין געזען אפאר. ס קוקט נישט אויס גוט.

זיי משפיע אויף COPY ביטע

ווייס איך נישט וויזוי
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

קאפ_שטיק האט געשריבן:ס'איז מיר פשוט אינטערעסאנט
ווער דא אין שטיבל האט א אינטערעסע בכלל זיך אנצונעמען אויף די מעצנבאך'יסטן

וועלכע טאטע? וועלכע פשוטע יוד וואס באצאלט הארט געלט פאר טיקעטס האט א סיבה צו זיך אננעמען??? ווער

מסקנה
ס'זענען טאקע נישטא
די פאר וואס נעמען זיך אן זענען באצאלטע טראללס

די פירער פון די שפיל זיצן דא spaf אפיציעל
און אוודאי מיט צענדליגער אנדערע ניקים

אין לך טראלל גדול ממך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרוץ מחומר »

@שמאטע, וואו ביסטו? איינער האט אים פערצאפל געזען? שמאטע, Please release the heat
מ'דארף אביסל קיל מאכן דא..
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”