חי לייפליין בתפארתו!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

חי לייפליין בתפארתו!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני מאמין »

געשריבן געווארן נאך א באזוך ביי א חולה אין שפיטאל, אונטערן איינדריק פון די ארגענאזאציע "חי לייפליין", וה"ה אלע אנדערע ארגענאזאציעס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אוי.. רייסט זיך ארויס א קרעכטץ פון טיפן הארץ... עס איז אזוי שווער...אזוי ביטער.... יעצט קומט זי ארויס פון דאקטארס אפיס, הערנדיג די בשורה לא טובה, אז דאס לעבן פון חיים׳ל הענגט אויף א האר, די טריעטמענטס הרג׳ט אוועק יעדע גוטע באציל וואס דרייט זיך נאך אין זיין שוואכן צארטן קערפערל, עס איז א שאלה אויף זיין לעבן.... אוי... באשעפער רייסט זיך ארויס א זיפץ פון די טיפענישן פון הארץ: עד מתי? ווילאנג נאך וועל איך זיך דארפן ספראווענען מיט דאקטוירים, שפיטעלער, עסקנים, א. א. וו.?
וויפיל קען דאס הארץ פון איין מאמע דורכטראגן? ערשט היינט צופרי איז געווען א משמורה וואס האט אויסגעזאגט תהלים לרפואת חיים בן בלומא גיטל, און די דאקטער האלט זיך ביי זיינס...אוי, באשעפער! א שטיין קען צוגיין!! עד מתי?

די שווערסטע פון אלעם איז נאך, ווען זי דערמאנט זיך איר ליכטיג הויז וויאזוי עס האט אויסגעזען פאר עס האט זיי באטראפן דעם אומגליק, די זיסע פארגאנגענהייט... אזוי אנדערש פונעם געגנווארט... די לעכטיגע שבתים, די שבת אחים ווען מען איז געזיצן צוזאמען, די גאנצע פאמיליע, און אנגענעם פארברענגט, ווי יעדע נארמאלע משפחה. נארמאלע משפחה? - טראכט זי צו זיך מיט איראניע - וואס אין איר משפחה קען נאך בכלל אריינגיין בגדר נארמאלקייט? די קינדער זענען צוטיילט צווישן קרובי המשפחה און גוטע פריינד, איר מאן לויפט ארום פון איין עסקן צום צווייטן, ערלעדיגט דאקטוירים, א. א. וו. , און זי זיצט דא מיטן תהלימ׳ל אין האנט ביים בעטל פון איר געליבט קינד, און זאגט מיט פארוויינטע אויגן קאפיטעל נאך קאפיטעל, דאס תהלימ׳ל איז שוין דורכגעווייקט מיט טרערן, די פארגעלטע בלעטער זענען עדות צום ווייגעשריי פון א צובראכענע מאמע וואס בעט זיך פארן צוקונפט פון אירע דורות.... אוי... ווילאנג נאך.... ווילט זיך איר אויסשרייען צום טאטן אין הימל, סך הכל א אינגע מאמע, געמיינט אז דאס לעבן קומט ווי געראכטן, און דא.... זי געדענקט נישט די לעצטע מאל זי איז געשלאפן אין א בעט פאר מער ווי צוויי שעה אין א צי.... יעדעס ביינדעל אין איר קערפער שרייט צו איר, כאטש איין שעה שלאף... איר פארמאטערטע קערפער האלט עס שוין נישט אויס... די בילד פון אירע אנדערע קינדערלעך וואס זענען נעבעך פארוואגלט פונדערהיים האלט איר אין איין ארויפקומען, און עס געט נישט צו קיין גייסטישע כוחות זיך צו דערהאלטן.

אויב האט איר מאן געזאגט צופרי אז ער האט געטראפן נאך א גמ״ח מיט גרינגע צאלונגען אז ער זאל נישט פינאנציעל אונטערברעכן, פילט זי ווי זי האלט פאר א גייסטישע צוזאמענברוך.... וועלכע גיבור אין די וועלט וואלט עס יא אויסגעהאלטן? זיצן וואכן לאנג אין שפיטאל אנגעפילט מיט אנגסט, די קינדער צוטיילט, נישטא ווער עס זאל זיי געבן א גלעט ביים גיין אין חדר, אויפנעמען מיט א שמייכל ביים אהיימקומען, די ספיקות רייסן שטיקער פון איר, יא אנגיין מיט די טריעטמענטס, נישט אנגיין מיט די טריעטמענטס, דאס לעכטיג קינד גייט נעבעך אויס ווי א ליכט.

ווי הארצרייסנד איז געווען נעכטן ווען חיים׳ל האט געפרעגט מיט א געשטיקטע שטימע: מאמע, ווען וועל איך קענען צוריק גיין אין חדר?... פארוואס קען איך נישט הערן ווי מיין רבי לערנט פאר משניות?.... זי געדענקט שוין נישט די לעצטע מאל ער איז געגאנגען אין חדר. וואס קען זי אים ענטפערן, אז כדי ער זאל גיין אין חדר פעלט זיך אויס א נס מן השמים?....זי פילט אז זי טראגט עס ממש נישט דורך, עס איז א שאלה פון טעג ביז איר טייערע משפחה וועט זיך נעבעך דארפן ראנגלען אויף איר עקזיסטענץ, ווען אויך די מאמע וועט צוזאמענברעכן.... עס ווילט זיך אויסשרייען: טאטע, ווילאנג נאך?!?!?! וויפיל דארף א אומשולדיגע מאמע געפרוואט ווערן? דאס הארץ צוגייט זעהנדיג ווי א משפחה בישראל, פון די שענסטע משפחות, וואס האט קיינמאל פון קיין צער נישט געוויסט, געמיינט אז דאס לעבן וועט ווייטער פארן על מי מנוחות, איז צושאסן און צובראכן, האבן נישט קיין מנוחה ווען איינער פון די משפחה,
א תינוק שלא טעם טעם חטא, ליגט על ערש דוי מוטל ביסורים, די איבריגע קינדער זענען מקיים דעם הוי גולה במלוא מובן המילה, זיך וואלגערענדיג ממשפחה למשפחה,די טאטע דרייט זיך אן א קאפ צו באצאלן די חובות, און צוזאמענהאלטן די משפחה כאטש אויף וויפיל ס׳איז מעגליך אין די ביטערע אומשטענדן, די מאמע האט שוין וואכן נישט טועם געווען קיין טעם שינה, פארברענגענדיג אין די פארכמורעטע שפיטאל ווענט, וואס ווארפט א אומעט פאר ווער אימער עס איז נאר דארט אויף א באזוך, כ״ש ווען מ׳זיצט אפ מיט א קינד וואכן לאנג, נאכט נאך נאכט!! עס שרייט פון זיך אליין: טאטע אין הימל, ״עד מתי״?!?!?!?!?

ווער רעדט נאך פון די נפש פונעם קינד, ער געדענקט שוין כמעט נישט וויאזוי א חדר דארף אויסצוזעהן, ער וואלגערט זיך אויפן בעט אין די שפיטעלער מיט יסורים קשים, ער בענקט זיך צו זיינע חברים אין חדר, צו זיין איבערגעגעבענע מלמד, אבער די עיקר בראך איז נעבעך אז ער בענקט זיך שוין נישט.... ס׳קוקט אים שוין אויס ווי דאס איז עס, דא וועט ער בלייבן... ווי קען ער אפילו טראכטן פון חדר ווען ער איז מדוכה ביסורים נוראים, יעדע גליד זיינס שרייט און וויינט, הרגטס מיר נישט, פילנדיג ווי די טריעטמענטס נעמען אוועק דאס לעצט ביסל כח... א שטיין קען צוגיין דערמאנענדיג זיך פון זיינע געקרייזעלטע לאקן וואס זענען שוין נישט דא...

וועלכע מענטש אין די וועלט קען צוקוקן ווי א יונג קינד - וואס אין נארמאלע אומשטענדן דארף ניטאמאל צו וויסן וויאזוי א שפיטאל זעהט אויס - ליגט נעבעך שוין וואכן אין שפיטאל און געדענקט נישט וויאזוי א חדר קוקט אויס??? עס כאפט הארץ קרעמפן בלויז צו טראכטן פון דעם!!! די משפחה האלט ביים שוועל פון אונטערברעכן, בדרך הטבע איז נישטא קיין אויסזיכטן אדורכצושווימען בשלום דעם קריזיס, ווער עס האלט מיט די מצב שטייט מיט צוזאמענבעבראכענע הענט, פארצווייפעלט פונעם מצב, עס זעהט אויס ווי ח״ו
דאס איז עס, נאך א קרבן עולה אויפן מזבח פאר׳ן בורא עולם, נאך א משפחה וואס האט זיך נישט געקענט האלטן אקעגן די ברויזענדע ווינטן, עס ווילט זיך שרייען: פארוואס?!?!?
דא קומט אריין אין בילד די געטרייע וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע ״חי לייפליין״ וואס האט געווידמעט א באזונדערע פליגל מיטן נאמען ״אחים ביחד״, געטרייע וואלענטירן וואס געבן אוועק פון זייער אייגענע צייט, און זענען משים לילות כימים אריינצוברענגען א שטראל פין ליכטיגקייט אין די באטראפענע שטיבער, פלוצים זעהן זיי אז זיי זענען נישט אליין אויף דער וועלט, עס זענען דא אידן וואס זארגן פאר זיי, וואס זענען דא פאר זיי.

לאמיר זיך פראבירן פארשטעלן די בילד וויאזוי עס קוקט אויס אין שפיטאל ווען די וואלענטירן קומען אן: די קינד ליגט אין בעט מיט פארשטארטע אויגן ארומקוקנדיג מיואש פון זיין לעבן, ער וויל זיך נישט לאזן טרייסטן, ער זעהט שוין די גרויע ווענט אלס זיין צוקונפט, און ניטאמאל איז דא ווער עס קען עם טרייסטן, די מאמע זיצט אויפן בענקל אנמאכט, ניטאמאל קיין בעט אויסצוציען די פארמאטערטע ביינער פארמאגט זי, דרימלט זי אזוי אויפן בענקל, ווען זי וועקט זיך אויף יעדע פאר מינוט באדעקט מיט א קאלטן שווייס, פון די קאשמארן וואס באפאלן איר אין חלום... אהיימגיין זיך אויסרוען קומט נישט אין באטראכט אפילו, ווי קען זי איבערלאזן איר נשמה׳לע אליין צווישן די שפיטאל ווענט? די מצב איז שווארץ, מיואש, און דערביטערט, עס זעהט זיך נישט קיין ליכטיגקייט ביים
סוף פונעם טונעל, זי פילט אז זי טראגט עס נישט איבער.

ווען פלוצלונג זעהט זי ביים טיר צוויי וואלענטירן פון אחים ביחד... צוויי לעכטיגע יונגעלייט, וואס די לעבעדיגקייט מיט וואס זיי קומען אריין איז בכלל נישט קיין סתירה צו זייערע באזעסענע מוחות, פארשטייענדיג פונקטליך וואס יא צו זאגן, וואס נישט צו זאגן, וויאזוי צו רעדן, מיט א ענערגיע וואס די מאמע האט שוין לאנג נישט געזעהן, די ערשטע זאך זאגן זיי פאר די צובראכענע מאמע אז זי קען אהיים גיין ״שלאפן״! אה... ווי לאנג זי איז שוין נישט געשלאפן מיט א רואיגקייט אז עס איז דא איינער וואס שטייט ביים קינדס בעטל, זי נעמט אן די געדאנק מיט ביידע הענט, און גייט אהיים זיך אויסרוען, שעפן פרישע כוחות זיך צו ראנגלען מיט די שטורמישע כוואליעס וואס דראען איר צו דערשטיקן אפגערעדט פון די פיזישע הילף וואס עס ברענגט, איז נישט צום באשרייבן די גייסטישע הילף, זי פילט אז זי איז מער נישט אליין, זי האט צו וועם צו רעדן, זי האט ווער עס זאל שטיין ביים בעטל ווען זי פאלט אנמאכט פון די כוחות, די געפיל אז איינער העלפט דיר, קען קיין שום געלט אין די וועלט נישט ברענגען.

זעצן זיך אראפ די צוויי וואלענטירן צום קינד, מ׳הייבט אן פארברענגען מיט אים, צוערשט פארשטייט זיך נעמט ער ניטאמאל די מיה צו ענטפערן, ער איז דאך שוין מיואש פון זיין לעבן, פארדעם האבן די וואלענטירן ספעציעלע מעטאדן אוועקצורייסן דאס קינד פון זיין וועלטל, מ׳פירט אים צוביסלעך אריין אין א געשמאקע שמועס, ביז ער הייבט אן צו פארגעסן פונעם אומעט וואס האט זיך נישט אפגעטון פון אים די לעצטע פאר וואכן, ער שמייכלט אפילו, ביי קלענערע קינדער זעצט מען זיך אראפ שפילן מיט זיי, יעדע קינד לויט זיין יארגאנג, ביז דאס קינד הייבט אן איינזעהן אז די וועלט איז נישט גענדיגט, ער וועט נאך צוריק גיין אין חדר, און אזוי באקומט זיין קערפער פרישע כוחות זיך צו שלאגן מיט די מחלה. די דאקטוירים שטייען און שטוינען, זיי זאגן אז עס איז באמערקבאר אויף א קינד ווען ׳חי לייפליין׳ איז געווען ביי אים דאס לעצטע מאל, דאס קינד איז נישט מיואש, ער האפט געזונט צו ווערן, ער האט א ווילן איבערצולעבן, וואס דאס איז איינע פון די זאכן וואס איז קריטיש וויכטיג צום היילונג.

איז לאמיר אויסשרייען פאר די געטרייע וואלענטירן: אשריכם!! אשריכם!! אשריכם!! עס איז נישטא נאך אזא זכות צו מחי׳ זיין לבבות נשברות אויף אזא פארנעם!! ענק ראטעווען דורות!! גייטס אן מיט ענקער ארבעט, גיטס נישט אויף!! ובזכות זה בלייבט איבער צו וואונטשען אז ענק און קיינער פון ענקערע פאמיליעס זאלן קיינמאל נישט פארשטיין די פילינגס פון דעם וועם עטץ העלפטס!!

און צום נורא עלילה ווילן מיר אויסשרייען: קוק אראפ אויף דיין פאלק!! מי כעמך ישראל!! דא פאסט זיך די אויסדרוק ׳ישראל אשר בך אתפאר׳!! קוק ווי דיין פאלק גיט זיך איבער איינער פארן אנדערן בלב ובנפש! העלף אונז שוין אז מ׳זאל קענען פארמאכן די ארגאנאזאציע! די מגיפה זאל זיך אפטון פון אונז! העלף אז אלע אידן זאלן זיין געזונט אין שטארק, און נישט דארפן צוקומען צו די ארגאנאזאציע, עד ביאת גואל צדק בב״א.
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

Wow! אזא שיינע שלום עליכם דערלאנגט! האפן מיר אז איר וועט אונז נהנה זיין מיט נאך שיינע ארטיקלן.

אוי טאטע! עד מתי? ווילאנג נאך וועלן דיינע קינדער דארפן צוקומען אז חי לייפליין זאך זיך אומקוקן אויף זיי?

אבינו מלכנו! שלח רפואה שלמה לחולי עמך!
בשורות טובות.
...
שלעפער נומבער 1
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:01 pm
לאקאציע: געווענליך אין בעט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער נומבער 1 »

פשיהא, אזא פעדער..

וועלקום טא דע קלאב!

כ'האף אז די קומענדיגע ארטיקל וועט זיין איבער די חולה וואס איז ב"ה ארויס פון שפיטאל געזונערהייט!

שלח רפואה שלימה לחולה עמך
שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער רייסט שטיקער!!

שלום עליכם "אני מאמין"
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

Wow! Wow! Wow!
כאניש קיין ווערטער, איינער האט מיר א קאר רייד אהיים? איך שפיר ווי איך בין 'אין שפיטאל', און נארוואס בייגעוואוינט א פאציענט קומען צו זיך! 'אני מאמין' א מייסטערווערק, א שפראך, א כח המושך! וואט עי פתיחה!
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

אומגלויבליך! איך מוז עס איבערליינען!
שלום עליכם אני מאמין, ברענגט נאך!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכאורה האט געשריבן:דער רייסט שטיקער!!

שלום עליכם "אני מאמין"
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

האסט מיך צונומען! אוטש ס'רייסט.. טאטע העלף שוין אלע אידן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הארצרייסענד! שרייבסט גיט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אוי אני מאמען
די פיינליכע פלאמען
האסטו געשריבען מיט הארץ
ווי עס זעהט אויס א בילד שווארץ
מיט יסורים פארבינדען
דעם שמייכעלע פארשווינדען
פאר די יונגע ביימער
א רפואה שלימה

ביז עס קומט צו
אצבע אלוקים הוא
געשיקט דעם ווייטאג און אויך די מעדעצין
חי לייפליין מיט אירע וואלאנטורען
מאכען יעדען בעסער שפירען
ביז דער בורא רפואות וועט צורייסען די גזר דין.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”