lebediger berel האט געשריבן:עולם השקר האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן:דער גרעסטער חסרון וואס דער פלאץ האט געהאט איז, אז ווען סאיז געווען אקטועל, איז נישט געוען קיין פלאץ צו מאכן געלט במילא האט עס נישט געהאט קיין טאטע וואס זאל אלעס צושטעלן, סהאט זיך געפאדערט דער "עולם" זאל זיך נעמען און אליין צושטעלן, סאיז געווען נאך פאר לעזער קרויס איז געקומען מיט זיינע קולות אז מ'דארף אליין אלעס טון און נישט ווארטן אויף עסקנים /דעוועלאפערס וכדו'
אינצווישן איז אויפגעקמען דער דזשוירזי סיטי פלאן וואס איז איינאהאלב שעה נענטער צו די סיטי, מיט א מעגליכקייט צוצוקומען צו א דירה אנגעפאנגען (דעמאלטס) אויך אונטער דריי מאות, במילא ווער ס'קען איינס פלאס איינס האט זיך עס שוין נישט געלוינט אריין צו שטעקן דמים תרתי משמע פון יחידים, אין יעהופעץ, אינצווישן האט בלומינגבורג באקומען אביסל פליגלען און מ'האט נישט געהאלטן אז ס'לוינט אלעס אויפאמאל.
תש"ע האט מען שוין גערעדט פון זשערסי סיטי?
כ'האב געשריבן אינצווישן, כ'האב געמיינט צו זאגן, ווען מ'האט נאך שוקל געווען צו מזאל ווייטער שטופן דארט, האט מען שוין אנגעהויבן צו רעדן פון ד.ס.
ולמען האמת, כ'האב דעמאלטס כלל וכלל נישט געהאלטן פון ד.ס. נאר דער אויבערשטער האט יא געוואלט, סא פארשטיי אז איך בין נישט פאר'עקשנ'ט איך לאז מיך טוישן מקצה אל הקצה.
ולמי שאומר אחר המעשה איז נישט קיין חכמה
איך האב געשריבן מזאל נישט ארויסקומען אין בב"ג מיטן נאמען ווען סאיז נאך געווען קודם המעשה יענער אשכול האט נאך געהאט אנאנדער נאמען, מ'האט נאך נישט געוואוסט ווי עס איז.
ושאר הדברים צריכין אריכות ויש קצת דברים שא"א לאמרם ברבים, וכבר בארתי שאייוועלט מקום רבים הוא.
אינטערסאנט
איר האט געשריבן וועגן דעם פלאן תשס"ט
זשערסי סיטי האט זיך לכאורה אנגעהויבן 5 יאר שפעטער
וואס איז געשען פון ווען איר האט געבראכן די נייעס ביז די נעקסטע 2 אדער 3 יאר , סתם פאראינטערסאנטקייט , האט מען פלאנירן? אדער די זייט מען האט געטראפן די פלאץ איז עס געווען א חלום און דארט זיך גענדיגט