ישרן האט געשריבן:מיינע צוויי צענט.
עס איז שוין צייט פאר רעבלעיזערן אראפצונעמען די מאסקע. ווילאנג ער טראכט פון פלארידע צוליב וואקסינען, רעכטע סטעיט, וכולהו וכולהו ואכמ"ל ודי און ער רעדט צום אלגעמיינעם ציבור און פארקויפט לאקשן אז מען מוז גיין ביז קיין פלארידע צוליב וואס עס איז א גוטע פלאץ צו וואוינען וועט עס נישט ארבעטן. דר'עולם איז נישט משוגע. עס איז נאך דא גוטע שיינע רחבותדיגע דירות אין אונזער אומגעגנט.
זאג אפן וואס דיר קוועטשט, און אפיעל צום עולם וואס קען מחמת איזה סיבה נישט גיין נישט קיין אינדיאנא און נישט קיין אריזאנע.
גראדע זעה איך אז זיין וועבסייט הייסט nyexit וואס דאס גיבט אביסל ארויס וואס קוועטשט אים, ע"ע סכנה צו וואוינען אין ניו יארק, אבער עס איז צייט "צו רופן דאס קינד ביים נאמען" און אויפצוהערן ארומצו'חוש'ן מיטן עולם.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מיין שאלה איז פארוואס היימישע אידן מיט די שמונה בגדים האבן צו זוכן אין אריזאנע און נאכמער אין פלארידע. ביידע זענען מעסיגע סטעיטס פאליטיש, אבער רבונו של עולם וויאזוי דארף א חסידישער אינגערמאן עקזיסטירן אין די גהינומדיגע זומערס אין אריזאנע און נאכמער אין פלארידע.
אין פלארידע ווערט מען צעשמאלצן אכט חדשים א יאר, און דאס איז אן א הוט און רעקל. ווער רעדט נאך פון שבת מיטן שטריימל און בעקיטשע.
צווישן ניו יארק-ניו דזשערזי איז דא פענסילוועניע (און אהייאו), ווירדזשיניע, נארט קאראליינע און סאוט קאראליינע וואס זענען אלע מעסיגע סטעיטס מיט ביליגערע ריעלעסטעיט און זענען אלע מער געאייגנט פאר אונזער טראגע.
מדברי שניכם ניכר אז איר הערט נישט אויס זיינע שיעורים, וועל איך אייך ענטפערן בקיצור, ואידך פירושא זיל גמור
@ישרן, ער האלט נישט אז עס איז א "סכנה" צו וואוינען אין ניו יארק, נאר אז עס איז "נישטא פארוואס" צו וואוינען אין ניו יארק (חוץ אז גראדע איז אידישקייט דא עסטעבלישט, וואס מיט די צייט קען געשעהן ערגעץ אנדערש), ערעב לעיזער איז די לעצטע מענטש ארומצוחושען דעם עולם און איז זייער אפן מיט מעלות און חסרונות פון פלאדידע
@שלמה הילדעסהיימער, 1) ראשית כל די מעלה פון פלארידע איז נישט בלויז ביליגע ריעל עסטעיט נאר אסאך מער ווי למשל פרי שכר לימוד, עטוואס עסטעבלישט אידישקייט ועוד,
לגבי די וועטער איז טאקע די וועטער די גרעסטע חסרון פון פלארידע, אבער, 2) אפילו אין ניו יארק איז די וועטער בכלל נישט באקוועם זומער, עס איז אויך היפש הייס אין יומעד, נאר פלארידע איז ערגער, 3) לעומת זאת אין פלארידע איז ווינטער א געשמאקע וועטער משא"כ אין ניו יארק איז מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן, 4) די וועטער זומער אין פלארידע קען מען פארגלייכן צו בני ברק ווי עס וואוינען אסאך אידן מיט הוט און רעקל, 5) צעשמאלצן אכט חדשים א יאר איז א גוזמא, 6) אה"נ א מענטש דארף פאסן זיין אייגענע באשלוס, און אויב זעהט ער איין אז פענסילוועניע איז בעסער קען ער מאכן דארטן א ישוב, כ'גלייב רעב לעיזער וועט אים אפילו שטיין צוהילף