חסידישע ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאך איינער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

לצורך מופן צי א נייע א געגנט, איז דאווענען ביחידות אין נישט גיין אין מיקווה וויכטיגער ווי בעת קאראנע לצורך ונשמרתם?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

נאך איינער האט געשריבן:לצורך מופן צי א נייע א געגנט, איז דאווענען ביחידות אין נישט גיין אין מיקווה וויכטיגער ווי בעת קאראנע לצורך ונשמרתם?

איך ווייס נישט די תירוץ דערויף, אבער וואס האבן אונזערע זיידעס געטוהן במשך אלע דורות אין אייראפע וואוינענדיג אין די דערפער?

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן א בירור דערויף מיט מקורות אין הלכה וואס פונקטליך די גדרים זענען.
---
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נישט ווייל אונז פארשטיי מיר צווישען אזאלעכע לייבען, אבער די הייליגע ר' מענדעלע מרימנאוו האט געוואלט אז אלע ישובניקס זאלען זיך אריבער ציען פון די דערפער צי די גרויסע שטעט, אבער די הייליגע ראפשיצער האט געפויעלט ביי אים ער זאל צירוק ציען דערפון, און דעס איז געווען פאר אייביג אין דא ביי אריזאנע למשל איז דאך דע מצב נאר פאר צייטווייליג,
דא אין אמעריקע איז צי באטאנען אז סאיז געווען אכשא דרא,
אבער מיט מיין פשוטע בליק זענען זיי די זעלבע שליחי ציבור ווי די כשרות משגיחים זענען, אין אזוי מיין איך אז יעדע ערוואקסענע מענטש וועט האלטען
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

האמת הצפון האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
פארשטייסט? האט געשריבן:דו האלטס אז ער קען נעמען א לייטער איבערצקריכן דעם וואנט און בעק אדער סוועט מאכן א חילול השם?

אפשר קען ער גאר עפענען א טיר אונעם וואנט?

מיין שבת אין קאסאגראנדע!
דעם שבת האב איך געהאט א זכיה צו זיין ביי דעם איד וואס וואוינט אויף אגאבי סטריט און איך שפיר פאר אינטרעסאנט מיטצוטיילן.
ביזדערווייל זענען אויף שבת נאר געווען 3 משפחות אין קאסאגראנדע (קומענדיגע וואך דארף שוין צו זיין א פערטע בס"ד) די הויז איז באמת א פראכט א יופי איך וואונטש אזאנס פאר גאנץ כלל ישראל. א רחבות פארמאגט אלעס אסאך גרויסעשלאף צימערן. גאראזשעס מיט סטאריזש רום. א אפיס צימער. א שפיל צימער. גרויסע קיך מיט א דיינעט. גרויסע רחבותדיגע דייניג רום מיט א באזונדערע גרויסע ליווינג רום. גרויסע וואש רום באזונדערע קינדער היים ארבייט ווינקל. דריי פילע ביה"כ'ס. געשמאקע פריוואטע בעק יארד מיט פארנט און ביידע זייטן. געשמאקע סווימינג פוהל. די הויף איז ארומגענומען פון אלע זייטן מיט א צעמענטענע צוים אזש עס שפירט זיך ווי אין א אייגענע וועלט. טאקע געווען גוט הייס די זון האט געבאקן אבער אין שטוב איז געווען א מחיה. בערך א שעה איידערן זמן ערב שבת זענען מיר געגאנגן אין פוהל יוצא צו זיין א טבילת עזרא (האפענטליך די מקוה זאל זיין פארטיג ביז צוויי חודשים). ביים זמן זענען מיר צוגעפארן צום ביהמ"ד מיט די קאר ווי מען האט געפארקט ביז מוצ"ש. אין ביהמ"ד איז טאקע נאכנישט געווען קיין מנין אבער די תפילות זענען אנגעגאנגען כאילו מען דאווענט מיט א מנין. בהוראות הרה"ג רבי מענדיל גאלדבערגער האט א יונגל פארגעאדאווענט די הויעך שמונה עשרה. אהיימגייענדיג פרייטאג צונאכטס האבן מיר קובע געווען די ערשטע שורט קאוט אין קאסאגראנדע. די וועג האט גענומען 17 מינוט ווען א קינד האט מיטגענומען א פלאש וואסער אויב עס וועט אויספעלן. למעשה איז די וועג ביינאכט געווען זייער איינגענעם און געשמאק פון די קילע ווינטן וואס בוזשעווען אגאנצע צייט אפילו ווען עס איז זייער הייס. ביי די סעודה איז געווען צוגעשטעלט כל טוב וטוב אנגעהויבן פון גרעיפזשוס און וויין. חלה מיט סעלמאן מיט געפילטע פיש און כריין. צו טרינקן איז געברענגט געווארן פארשידענע געטראנקן פון פרי-גת פון א"י מיט די סטראבערי און מאנגא פלעיווערס ווי אויך קדם עפל זשוס און א לאקאלע כשר'ע סעלצער אלעס ארויסגענומען גלייך פון א אייז אנגעפילטע גרויסע אייז באקס אזוי אז אלע טרינקן זענען געווען ציפעדיג קאלט צו מקיים זיין דעם כמים קרים על נפש עייפה. זיפ מיט בונדלעך, לאקשן און קניידלעך. פלייש. פערפיל. פאטעיטא און לאקשן קיגל. זאויערע פיקל. קאמפאויט און דערצו אייסעס און איזקרים מיט א גרויסע אויסוואל. נאכן פארברענגן א שטיק צייט נאך חצות הלילה האט מען זיך מכבד געווען מיט ניסעלעך. קיכעלעך (פון רייזמאן און פון א"י בהכשר עדה"ח) און פארשידענע פרוכט ווי בלובעריס. טשעריס. פיינעפל. וואסער מעלאנע און טרויבן אלעס האט געהאט באמת א געשמאקע טעם נאך וואס די ניו יורקער פרוכט האבן לעצטענס פארלוירן זייער טעם.
צפרי ביים אויפשטיין איז געווען אנגעגרייט פאר די קינדער א סעלעקציע פון קיכעלעך. מילך פון די קהילה אין לאס אנזשעלעס. יאגארט'ס פון מהדרין און זשעי זשעי. גריק יאגארט'ס. לעבענס. א סעלעקציע פון קעיז'ן. עטליכע סארטן קאווע מיט ציקער און ספלענדע. ווי אויך קאקאו פאר טשאקלעט מילך. די קינדער האבן באקומען א פעקל פאר שוהל וואס איז באשטאנען פון א סנעק (פאטעיטא טשיפס אדער סופערסנעק) א בלעק און ווייט קוקי. מיט א ספעציעלע שבת נאש און א טרינק.
אין שוהל איז געווען די זעלבע ווי ביינאכט נאר נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אזוי אז אויב איינער דארף טרינקן אויפן וועג זאל ער נישט האבן א פראבלעם מיט קידוש. די סעודה אין שטוהב איז געווען צוגעשטעלט מיט די זעלבע רחבות ווי ביינאכט מיט אלע מאכלים ווי פיש. אייער מיט לעיבער און רעיטעך א פעטע טשולענט מיט גוטע קאלעכעל און מינוט סטעיק (מיט התאחדות הכשר)
המשך יבוא

קודם זאל זיין א מקוה מיט מוסדות וכו' נאכדעם וועלמיר רעדן כעת איז דאס סתם הפקרות, "זיפ מיט בונדלעך, לאקשן און קניידלעך. פלייש. פערפיל. פאטעיטא און לאקשן קיגל. זאויערע פיקל. קאמפאויט און דערצו אייסעס און איזקרים מיט א גרויסע אויסוואל. נאכן פארברענגן א שטיק צייט נאך חצות הלילה האט מען זיך מכבד געווען מיט ניסעלעך. קיכעלעך (פון רייזמאן און פון א"י בהכשר עדה"ח) און פארשידענע פרוכט ווי בלובעריס. טשעריס. פיינעפל. וואסער מעלאנע און טרויבן" דאס האב איך דא אויך ברוך השם

איך גלייב אז די ווילסט נישט רעדן. ווען יא וואלסטו געפרעגט ווי א מענטש צו עס איז דא א מקוה. און זיכער וואלסטו געוואוסט פון פריערדיגע תגובות אז עס איז שוין דא מוסדות. אגב א מקוה איז אויך דא פאר ווער עס וויל ג'יין מיט מסירות נפש און מיינען אמתדיג ווי דער בעש"ט הקדוש שרייבט אז אויב איינער גייט אין מקוה נאר מצוות אנשים מלימודה זאל ער בעסער נישט קיין און די מקוה האט נישט קיין שום תועלת (מובא בבני יששכר). און אפילו גרינגערהייט האט דא יעדער די אפציע ביי די האנט צו יוצא זיין א טבילת עזרא און א נשים מקוה איז דא ממש נישט ווייט.
יעצט לאמיר נעמען דעם שופר און דיר פארהאלטן אויף שווערע דאורייתא'ס וואס איר זענט אויסגעשטעלט יעדען טאג און יעדע טריט און שריט ביים וואוינען אין ניו יורק. לכל היודע איז אריזאנע א סאך מער אפגעהיטן און ווייניגער אויסגעשטעלט צו עובר זיין אויף ולא תתורו אחרי עיניכם אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז חשוב'ער אין הימל א שמירת עיניים אדער א טבילה מצוות אנשים מלימודה? דערנאך אין ניו יורק שטעלט אייך די באזשעט אריין אין א מצב וואס רוב מענטשן זענען אויסגעשטעלט און שוין צוגעוואוינט צוצורירן יענעםס געלט שלא ביושר ח"ו נישט במזיד נאר ווייל מען מוז און צוביסעלעך פאקגעסט מען זיך שוין און עס גייט מיט מיטן סדר יום יום (אויב כאפסטו נישט וואס איך מיין ביטע זיי מברר ביי עני מורה הוראה און ער וועט דיר פארציילן איך בין זיכער עס פעהלט דיר נישט אויב צו דארפן פרעגן). משא"כ ווען די באזשעט איז קלענער פון די הכנסה איז עס א גאנץ אנדערע מעשה. איך קען ממשיך זיין מיט צענדליגער לא תעשה'ס אז דו ווילסט קענסטו מיר פרעגן אין אישי און איך וויל דיר גיבן מיין טעל נומער צו קענען רעדן אויפן טעל. אבער איך גלייב אז דו האלטסט סייווי נישט ביים קומען סך הכל זוכט איר תירוצים פארן יצר. אבער אויב איז עס מיט א גוטע כוונה ביטע קאנטאקט מיר
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

מענין לענין:
האט מיר אמאל א חשובער איד, אז ער פארשטייט נישט ווי א איד זאל מעגן אריינגיין אין שאפ-רייט אין נ.י.
משא״כ און אריזאנע גייט ער מיט רואיגקייט איינקויפען און די גרויסע געשעפטן. ער זאגט אז די איידעלקייט און צניעות וואס הערשט ביים אלגעמיינעם אריזאנער באפעלקערונג, איז ממש נישט משיג צו זיין. עס איז ביטער הייס, אבער קיינער גייט נישט אוסגעלאסען.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

יאך וואלט געשטיצט א געדאנק פון א ישיבה גדולה ד׳אריזאנע.
הונדעטער בחורים דרייען זיך און נ.י. אן קיין ישיבה. אפשר מיט די אריזאנער קוואליטי אף לייף וועט מען עפעס קאנען אויפטהון.
הרב טוהן, וואס זאגט איר צום פלאן?
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

איז אמת אז הגה"צ מרימוניב וויליאמסבורג האט צוריק געמאפט?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:איז אמת אז הגה"צ מרימוניב וויליאמסבורג האט צוריק געמאפט?

ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

blue moon האט געשריבן:יאך וואלט געשטיצט א געדאנק פון א ישיבה גדולה ד׳אריזאנע.
הונדעטער בחורים דרייען זיך און נ.י. אן קיין ישיבה. אפשר מיט די אריזאנער קוואליטי אף לייף וועט מען עפעס קאנען אויפטהון.
הרב טוהן, וואס זאגט איר צום פלאן?

שוין ערווענט אין א פריערדיגע תגובה. הלואי
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:איז אמת אז הגה"צ מרימוניב וויליאמסבורג האט צוריק געמאפט?

ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

א שטארקע זאך צו האבן דארט א איד א ת"ח
אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכי נפשי »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:איז אמת אז הגה"צ מרימוניב וויליאמסבורג האט צוריק געמאפט?

ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

הרב טוהן זיי גרייט ס'גייען זיך יאווען אזאנע שמועות אויף א דעילי בעיסיס אבער איר זאלט אנגיין און "טוהן צו די זאך"
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

ברכי נפשי האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:איז אמת אז הגה"צ מרימוניב וויליאמסבורג האט צוריק געמאפט?

ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

הרב טוהן זיי גרייט ס'גייען זיך יאווען אזאנע שמועות אויף א דעילי בעיסיס אבער איר זאלט אנגיין און "טוהן צו די זאך"

איינער זאגט מיר היינט בשם זיין זון אז ער פלאנט יא צוריקצוקימען
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:

אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

[image][/image]

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:[image][/image]
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
ברכי נפשי האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

הרב טוהן זיי גרייט ס'גייען זיך יאווען אזאנע שמועות אויף א דעילי בעיסיס אבער איר זאלט אנגיין און "טוהן צו די זאך"

איינער זאגט מיר היינט בשם זיין זון אז ער פלאנט יא צוריקצוקימען

אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..

הרב טוהן צו די זאך האט דאך גערעדט מיט רבי מענדל גאלדבערגער אליינס
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

בועז האט געשריבן:

ברכי נפשי האט געשריבן:הרב טוהן זיי גרייט ס'גייען זיך יאווען אזאנע שמועות אויף א דעילי בעיסיס אבער איר זאלט אנגיין און "טוהן צו די זאך"

איינער זאגט מיר היינט בשם זיין זון אז ער פלאנט יא צוריקצוקימען

אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..

הרב טוהן צו די זאך האט דאך גערעדט מיט רבי מענדל גאלדבערגער אליינס

טאקע???
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:[image][/image]
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט בשם זיין זון אז ער פלאנט יא צוריקצוקימען

אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..

הרב טוהן צו די זאך האט דאך גערעדט מיט רבי מענדל גאלדבערגער אליינס

טאקע???

האמער יעצט גערעדט מיט ר' מענדל אליינס. ער האט נישט קיין שום פלאן צוריקצוקומען

(אויב ווערט איר געוואר צו וועמען ער האט גערעדט, ביטע נישט מפרסם זיין ווער איך בין)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

הענדימען האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:[image][/image]
טוהן צו די זאך האט געשריבן:אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..

הרב טוהן צו די זאך האט דאך גערעדט מיט רבי מענדל גאלדבערגער אליינס

טאקע???

האמער יעצט גערעדט מיט ר' מענדל אליינס. ער האט נישט קיין שום פלאן צוריקצוקומען

אויב ווערט איר געוואר צו וועמען ער האט גערעדט, ביטע נישט מפרסם זיין ווער איך בין

זייער גיט!
עס באמת א שטארקע זאך צו האבן דארט אזא יוד!
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

אפערטוניטי פאר א גוטע מארטגעזש בראוקער מיט א אידישע קאפ צו העלפן דעם עולם וואס ווילן קויפן הייזער אין אסאך שטויסן זיך אן אין שוועריגקייטן מיט די לאקאלע גויאישע וועלעכע פארשטייען נישט ריכטיג צו דינען אונזער ציבור. עס וועט זיין א שטארקע תועלת צו האבן אזא איינעם צווישן די נחשונים. פאר מער ביטע פארבינדן צו מיר אין אישי
א דאנק
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

עס איז אפירגעקומען א נדיב לב וועלעכע האט מיטגעהאלטן די הערצה וואס דער עולם האט זיך אריבערציען קיין אריזאנע און ער האט געזעהן ווי די נחשונים קומען נישט נאך מיט די ארבייט צופרידענשטעלן יעדעם על צד היותר טוב און ווי אויך פעהלט אויס געוויסע ארבייט אויפן פלאץ צוצושטעלן אלעס על צד היותר טוב. האט ער מציע געווען אז מען קען ברענגן א אינגערמאן אויף זיין קאסט פאר איין יאר אין דער אינגערמאן זאל זיין דער ש"ץ מ"ץ. אינטרעסירטע ביטע זיך פארבינדען. דארף האבן גוטע סאוישעל סקילס. לייסענס און זיין מסודר'דיג
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

מזל טוב. די ערשטע שמחה אין קאסאגראנדע. א מיידל געבוירן צו הרב מנחם מענדיל רובין בן האדמו"ר מדינוב שליט"א דעם שבת וועט פארקומען די קידוש אין ביהמ"ד קהל חסידים דקאסאגראנדע
מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 17, 2020 12:45 pm
לאקאציע: אמעריקא

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגעזש עדווייזער »

האמת הצפון האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
פארשטייסט? האט געשריבן: דאס האב איך דא אויך ברוך השם

וואס למשל האסטו נישט דא?
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:[image][/image]
טוהן צו די זאך האט געשריבן:
ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
ברכי נפשי האט געשריבן:
טוהן צו די זאך האט געשריבן:ער איז געווען אין ניו יורק פאר א תנאים פון א קינד לעצטע וואך און איז שוין צוריקגעפארן

הרב טוהן זיי גרייט ס'גייען זיך יאווען אזאנע שמועות אויף א דעילי בעיסיס אבער איר זאלט אנגיין און "טוהן צו די זאך"

איינער זאגט מיר היינט בשם זיין זון אז ער פלאנט יא צוריקצוקימען

אודאי מוז מען עס זאגן בשם איינעם ווי קען זיין א בעסערע מקור ווי א זוהן סאו האט יענער מן הסתם נאכגעזאגט פון א זוהן :grin:

איך כאפ נישט פינקלעך וואס די ווילסט..
איינער זאגט מיר אז ער האט גערעדט צו זיין זוהן אין די ווייסט בעסער..

זעהט אויס אז איר זענט נישט קיין סאטמארע ווייל סאטמאט גלייבט נישט אפילו די מענטש אליין.....
נאך איינער

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

טוהן צו די זאך האט געשריבן:מזל טוב. די ערשטע שמחה אין קאסאגראנדע. א מיידל געבוירן צו הרב מנחם מענדיל רובין בן האדמו"ר מדינוב שליט"א דעם שבת וועט פארקומען די קידוש אין ביהמ"ד קהל חסידים דקאסאגראנדע

סגייט זיין מנין די וואך שבת?
טוהן צו די זאך
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 9:17 pm

Re: דורכברוך: אידן ציען זיך שוין אריבער קיין אריזאנע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוהן צו די זאך »

מזל טוב
אטעטשמענטס
IMG_20200720_221219.jpg
IMG_20200720_221219.jpg (658.01 KiB) געזען 1146 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”