מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטשמאנדער איד »

סטעטן איילענד יוכיח. מקען אוועקשטעלען א שיינע ערליכע געזעלשאפט אהן גרויסע פאבריקן. אויכעט אהן פאמפע און מארקעטינג. בלויז נארמאלע, געזעצטע איידעלע משפחות מיט א דרייוו אויפצוטוען.
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

נשמת השכל האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:דער הייליגער בעל התניא האט געהאלטן אז אונטער רוסלאנד איז בעסער. ווייל אונטער רוסלאנד ליידט מען בגשמיות, און מיט פרייהייט וועט אידישקייט ליידן ברוחניות.

און ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי גערעכט דער בעל התניא איז געווען. די גאנצע ירידה אין אידישקייט פון וואס מען ליידט עד היום האט זיך אנגעהויבן נאר נאך די גלייכבארעכטיגונג וואס נאפאליאן האט צוגעטיילט כידועה. (אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט אז די הייליגע צדיקים וואס האבן געוואלט נאפאליאן זאל זיגן האבן געהאט עפעס העכערע חשבונות מיט די שרי האומות, אז אויב נאפאליאן געווינט ווען משיח קומען. ואכמ"ל.)

עכ"פ לענינינו, אויב צווישן די רעכטע ליידט מען צרות גשמיות, און אונטער די לינקע איז עס "סך הכל ער וויל ארויפצווינגען זיין לינקע אגענדע" קען זייער זיין אז מען דארף גיין צווישן די רעכטע. ויש לדון בזה עוד.

;l;p-

און אפילו ר מענדלע מרימונוב האט אויך געהאלטן אז אונטער די רוסן וועט אידישקייט זיין סאך בעסער נאר ער האט געזאגט פארן שטארבן איך האב אויך געוואוסט פונעם ליאדני נאר פאר משיח וועט קומען וועט סייווי דארפן זיין אזא תקופה זאל עס שוין זיין יעצט..... כמבואר בנהרי אש אפענע רוח הקודש........
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סארקאזי האט געשריבן:די פראבלעם מיט די לינקע איז נישט אז זיי לאזען אלעס טוהן. און אידישקייט איז אין סכנה מכח דעם אפענקייט.
פונקט פארקערט זיי צווינגען ארויף זייערע פארקרימטע שיטות. וואס האלט שוין יעצט ביי א שטאפעל פון כאאס אין געזעצלאזיגקייט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טישטוך האט געשריבן:דער חילוק איז פון וואו די צרות קומען.

אויב פון די באהערדע דאן קענסטו עס פייטן בזכות דעמאקראטיע, אבער אויב פון די איינוואוינער, קענסטו גארנישט טאן.

דאס איז די חילוק פון נאפאליען און די הייטיגע לינקע...?
קום אריין קלארער.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

dim האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:און ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי גערעכט דער בעל התניא איז געווען.

מקען זאגן א פארקערטע סברא, קוק ווי שיין אידישקייט שטייט היינט אין די פרייע וועלט.
און קוק טאקע דארט אין רוסלאנד וואס איז איבערגעבליבן נאכן דורכגיין די אלע פיינונגען, עס איז כמעט נישט איבערגעבליבן ליידער קיין שריד ופליט. און די ביסל וואס מען האט געראטעוועט איז אויך נאר געווען דורך די פרייע וועלט מער ווייניגער.

איז אפשר זעהט מען היינט אז די אנדערע צדיקים זענען געווען גערעכט?



דער בעל התניא האט גערעדט פון קאמוניסטישער רוסלאנד?

עס איז געשמאק מכריע צו זיין במחלוקת של צדיקי וקדושי עליון.... זיי האבן זיך געקריגט אבער אונז ווייסען דעם אמת (ה"י פאר דער הוא אמינא).
בעיקר ווען מיר ווייסען נישט וואס מיר רעדן...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

נשמת השכל האט געשריבן:דאס איז די חילוק פון נאפאליען און די הייטיגע לינקע...?
קום אריין קלארער.


קודם זאג מיט וואס איז עס גלייך?

חוקי רציחה אדער די אנדערע?
אדער גאר בל"מ?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

נשמת השכל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דער חילוק איז פון וואו די צרות קומען.

אויב פון די באהערדע דאן קענסטו עס פייטן בזכות דעמאקראטיע, אבער אויב פון די איינוואוינער, קענסטו גארנישט טאן.

דאס איז די חילוק פון נאפאליען און די הייטיגע לינקע...?
קום אריין קלארער.

האסט נישט פארשטאנען.

אויב איז דער פרעזידענט אן אנטיסעמיט, דאן קען מען שתד'לען און לאביען לטובתינו, אויב אבער איז די באפעלקערונג נישט אינטערסירט אין די וואוילזיין פון א איד קען דער פרעזידענט זיין ווי א גרויסער אוהב ישראל ער וויל און אונזער מצב וועט זיך נישט טוישן.

אין ניו יארק האט מען אונז ליב, אפשר נישט דעבלאזיא אבער די באפעלקערונג יא (עכ"פ די ביזנעס וועלט וכו') משא"כ אין די רויטעט סטעיטס האט מען אונז פיינט אין פולן זין פון ווארט.

פארשטאנטא?
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

טישטוך האט געשריבן:די ווייסע גוים זענען גרעסערע רוצחים ווי די טונקעלע

פשוט שקר דא אין אמעריקע עכ"פ די לעצטע 35 אסאך מער אינצידענטען דורך שווארצע

און אויב רעכנסטו בכלל רציחה און נישט דווקא אידן איז די נאומבערס נאכמער אוף
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

עציץ נקוב האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:די ווייסע גוים זענען גרעסערע רוצחים ווי די טונקעלע

פשוט שקר דא אין אמעריקע עכ"פ די לעצטע 35 אסאך מער אינצידענטען דורך שווארצע

און אויב רעכנסטו בכלל רציחה און נישט דווקא אידן איז די נאומבערס נאכמער אוף

דאס אז די שווארצע זעהט מען מער רצחן איז פשוט פון זייער צולאזקייט, לאו בני תרבות, אבער די ווייסע קענען זיין קאלטבלוטגע רוצחים אזוי די דייטשן און די פאלאקען מיט די אונגערישע דשאנדארן, און די זעלבע מיט אמעריקאנער,
די שווארצע וכדומה האבן אפשר פיינט אידישקייט, די ווייסע האבן פיינט דעם איד, פינטל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

מען קען מיינען דא אז די אידן אין אהייא טעקסעס אריזאנע פלארידע אינדיאנא פילן ממש ווי דייטשלאנד פארן קריג..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

dim האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:און ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי גערעכט דער בעל התניא איז געווען.

מקען זאגן א פארקערטע סברא, קוק ווי שיין אידישקייט שטייט היינט אין די פרייע וועלט.
און קוק טאקע דארט אין רוסלאנד וואס איז איבערגעבליבן נאכן דורכגיין די אלע פיינונגען, עס איז כמעט נישט איבערגעבליבן ליידער קיין שריד ופליט. און די ביסל וואס מען האט געראטעוועט איז אויך נאר געווען דורך די פרייע וועלט מער ווייניגער.

איז אפשר זעהט מען היינט אז די אנדערע צדיקים זענען געווען גערעכט?

ח״ו זיך אריינמישן אין זאכן וואס זענען פיהל העכער פון אונזער השגה, וכידוע אלו ואלו דא״ח.

וואס איך טראכט בדרך פשוט, דאס וואס דו זאגסט איבער די מעלה פונעם מצב היהדות היינט... דארפסט אין אכט נעמען אז ס׳פארהאן אין אידישקייט פנימיות און חצוניות וכידוע איז דער עיקר אור ההשפעה פונעם הייליגן בעל התניא געווען ׳פנימיות׳.

און אויך אידישקייט וואלט און וועט קיינמאל נישט אונטערגיין, אויב וואלט נישט געווארן קיין פרייער וועלט, וואלט בהכרח געווען אן אנדערן אופן צו עקזיסטירן...
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

געפעלט מיר, אויף מיר האט מען פלוצלינג טענות אז איך האב מכריע געווען... (איך האב נישט), און אויף עם לבבנו האט עטס נישט טענות 'פארן זיך אריינמישן אין העכערע זאכן' און מכריע זיין (ער האט יא).

עם לבבנו האט מכריע געווען און געזאגט אז היינט זעהט מען אז די בעל התניא איז געווען גערעכט! האב איך אים געזאגט אז טאמער וויל מען קוקן אויף היינט, קען מען זעהן פארקערט אויך.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

טישטוך האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דער חילוק איז פון וואו די צרות קומען.

אויב פון די באהערדע דאן קענסטו עס פייטן בזכות דעמאקראטיע, אבער אויב פון די איינוואוינער, קענסטו גארנישט טאן.

דאס איז די חילוק פון נאפאליען און די הייטיגע לינקע...?
קום אריין קלארער.

האסט נישט פארשטאנען.

אויב איז דער פרעזידענט אן אנטיסעמיט, דאן קען מען שתד'לען און לאביען לטובתינו, אויב אבער איז די באפעלקערונג נישט אינטערסירט אין די וואוילזיין פון א איד קען דער פרעזידענט זיין ווי א גרויסער אוהב ישראל ער וויל און אונזער מצב וועט זיך נישט טוישן.

אין ניו יארק האט מען אונז ליב, אפשר נישט דעבלאזיא אבער די באפעלקערונג יא (עכ"פ די ביזנעס וועלט וכו') משא"כ אין די רויטעט סטעיטס האט מען אונז פיינט אין פולן זין פון ווארט.

פארשטאנטא?

ניין...
ווייל אין פריינקרייך האט מען אונז אויך ליב געהאט, און אונז געוואלט גיבן פרייהייט, און דייקא דאס האט געשטערט פאר די צדיקים.
און היינט דאך נאך אסאך ערגער, ווייל היינט האלט מען שוין ביי דעם - אז מען "צווינגט" דיך צו זיין פריי...
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

עם לבבנו האט געשריבן:
סתם האט געשריבן:די לינקער האט אונז נישט פערזענליך פיינט, ער האט זיין צודרייטע אגענדע וואס ער וויל ארויפצווינגן אויף יעדעם, און אונז ווערן איבערגעפארן דורך זיי און אונז לייד מיר פון זיי.(דיבלאזיא-קארטעז)
דער רעכטער ווייסער גוי האט א פראבלעם מיט דיר פערזענליך און האט דיר פיינט און קען דיר נישט דערליידן און וועט נוצן יעדע מיטל-געזעץ אונז צו רודפ'ן (עד דעי-אפסטעט שכנים)
ממילא רעדט זיך נישט איין אז די רויטע סטעיט וועט דיר זיין בעסער,
אויב די ווילסט גיין אליין זיין א מאשקע און א דערפל וועט דיר די רעליגיעזער גוי מסתמא שיין אויפנעמען, ווייל ער רעספקטירט רעליגיע. אויב אבער די קומסט מאכן א קאמיונטי און טוישן די כארקטער פון זיין געגענט דעלמאטס וועסטו זעהן זיין אמת'ן פרצוף.
(בכלל האב איך באמערקט אויב וועל איך גיין און א נישט אידישע געגענט אליינס אדער מיטן ווייב וועלן רוב גוים שמייכלן צו מיר אבער אויב איך וועל זיין צוזאמען מיט א אידישע קראוד וועלן זיי ווארפן בייזע בליקן אנשטאט)
בקיצור מיר זענען און גלות נישט קיין חילוק צו ביי רעכטע אדער לינקע.

ווי איך האב זעלבסט געשריבן אין א אנדערע ארט בין איך שטארק מסופק אונטער וועמען איז בעסער זיך צו געפינען, און די רעכטע אדער לינקע. אבער מען טאר נישט ווערן צומישט און פארגעסן די יסודות, און פארדרייען די פריאריעטעטן פון די תורה.

אויב איז די אויסוואל - ח"ו - צו גיין צווישן רעכטע און ליידן אדער לינקע און ליידן - היל"ת -איז שטארק מסתבר אז אונטער די רעכטע איז ליבערשט ע"פ דעם תורה. אפילו מען רעדט אז דער רעכטער האסט דיר באמת און דער לינקער מיינט "נאר" זיין לינקע אגענדע.

דאס גייט אריין אין די פראגע וועלכע איז ערגער, אין וואס די הייליגע תלמידי בעל שם טוב האבן געהאט א מיינונגס פארשידנהייט. צו איז בעסער אונטער די פרייע פראנקרייך מיט די גלייכבארעכטיגונג, אדער אונטער רוסלאנד מיט די צרות.

דער הייליגער בעל התניא האט געהאלטן אז אונטער רוסלאנד איז בעסער. ווייל אונטער רוסלאנד ליידט מען בגשמיות, און מיט פרייהייט וועט אידישקייט ליידן ברוחניות.

און ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי גערעכט דער בעל התניא איז געווען. די גאנצע ירידה אין אידישקייט פון וואס מען ליידט עד היום האט זיך אנגעהויבן נאר נאך די גלייכבארעכטיגונג וואס נאפאליאן האט צוגעטיילט כידועה. (אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט אז די הייליגע צדיקים וואס האבן געוואלט נאפאליאן זאל זיגן האבן געהאט עפעס העכערע חשבונות מיט די שרי האומות, אז אויב נאפאליאן געווינט ווען משיח קומען. ואכמ"ל.)

עכ"פ לענינינו, אויב צווישן די רעכטע ליידט מען צרות גשמיות, און אונטער די לינקע איז עס "סך הכל ער וויל ארויפצווינגען זיין לינקע אגענדע" קען זייער זיין אז מען דארף גיין צווישן די רעכטע. ויש לדון בזה עוד.

קודם כל נאפאליאן האט פארלוירן די מלחמה צו רוסלאנד און די צאר איז געבליבן הערשן אויף רוסלאנד און פולין במילא דארט האט מען נישט גענאסן פון נאפאליאןס גלייכבארעכטוג
און בכלל די ירידה אין אידישקייט אין אייראפע איז בעיקר וועגן די משכילים וואס האבן שוין אנגעפאנגען צו פארשפרייטן זייערע ביכער און עפענען שולעס 20-30 יאר בעפאר נאפאליאן איז געווארן עמפעראר אין פראנקרייך
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

dim האט געשריבן:געפעלט מיר, אויף מיר האט מען פלוצלינג טענות אז איך האב מכריע געווען... (איך האב נישט), און אויף עם לבבנו האט עטס נישט טענות 'פארן זיך אריינמישן אין העכערע זאכן' און מכריע זיין (ער האט יא).

עם לבבנו האט מכריע געווען און געזאגט אז היינט זעהט מען אז די בעל התניא איז געווען גערעכט! האב איך אים געזאגט אז טאמער וויל מען קוקן אויף היינט, קען מען זעהן פארקערט אויך.

איך האב חלילה נישט מכריע געווען מדעת עצמי. ח"ו. ביי אונז איז מקובל אז צדיקים האבן אזוי מכריע געווען, און מסביר געווען אז אעפ"כ האט די רבי ר' מענדעלע זי"ע געוואלט פארקערט משום זיינע סיבות. קען זיין איך האב א טעות, אבער אזוי געדענק איך צו האבן געהערט פון ערליכע אידן אז אזוי האט מען ביי אונז אנגענומען.

אויב האב איך א טעות איז דאך פארשטענדליך ניטאמאל בטלי דעתי, איך האב בכלל נישט קיין מיינונג.

אבער וואס שטערט מיר יא, איז אז דא האט פאסירט נאכאמאל וואס פאסירט זייער אסאך מאל ווען מען דעבאטירט א ענין. דהיינו אז די שמועס פארפארט פון די עיקר נקודות צו זייטיגע זאכן און דעבאטעס. אמאל פאסירט עס בכוונה, ווען איינער האט נישט וואס צו ענטפערן נעמט ער די מיטל, און אמאל בטעות, ווייל איינער רעאגירט אויף א ווארט און עס ווערט פון דעם א שמועס.

די עיקר נקודה איז געווען אז צרות בגשמיות איז אמאל ליבערשט ווי צרות ברוחניות, און דעריבער אויב איז עס אזוי אז פון די רעכטע ליידט מען בגשמיות און פון די לינקע ברוחניות, דארף מען אסאך מחשבה וועלכע מען וועלט, אויב דארף מען חלילה אויסוועלן. דער אויבערשטער זאל העלפן אז עס זאל זיין גוט פאר אידן ברוחניות און בגשמיות.
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

אשדוד האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:ווי איך האב זעלבסט געשריבן אין א אנדערע ארט בין איך שטארק מסופק אונטער וועמען איז בעסער זיך צו געפינען, און די רעכטע אדער לינקע. אבער מען טאר נישט ווערן צומישט און פארגעסן די יסודות, און פארדרייען די פריאריעטעטן פון די תורה.

אויב איז די אויסוואל - ח"ו - צו גיין צווישן רעכטע און ליידן אדער לינקע און ליידן - היל"ת -איז שטארק מסתבר אז אונטער די רעכטע איז ליבערשט ע"פ דעם תורה. אפילו מען רעדט אז דער רעכטער האסט דיר באמת און דער לינקער מיינט "נאר" זיין לינקע אגענדע.

דאס גייט אריין אין די פראגע וועלכע איז ערגער, אין וואס די הייליגע תלמידי בעל שם טוב האבן געהאט א מיינונגס פארשידנהייט. צו איז בעסער אונטער די פרייע פראנקרייך מיט די גלייכבארעכטיגונג, אדער אונטער רוסלאנד מיט די צרות.

דער הייליגער בעל התניא האט געהאלטן אז אונטער רוסלאנד איז בעסער. ווייל אונטער רוסלאנד ליידט מען בגשמיות, און מיט פרייהייט וועט אידישקייט ליידן ברוחניות.

און ליידער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט ווי גערעכט דער בעל התניא איז געווען. די גאנצע ירידה אין אידישקייט פון וואס מען ליידט עד היום האט זיך אנגעהויבן נאר נאך די גלייכבארעכטיגונג וואס נאפאליאן האט צוגעטיילט כידועה. (אזוי ווייט אז צדיקים האבן געזאגט אז די הייליגע צדיקים וואס האבן געוואלט נאפאליאן זאל זיגן האבן געהאט עפעס העכערע חשבונות מיט די שרי האומות, אז אויב נאפאליאן געווינט ווען משיח קומען. ואכמ"ל.)

עכ"פ לענינינו, אויב צווישן די רעכטע ליידט מען צרות גשמיות, און אונטער די לינקע איז עס "סך הכל ער וויל ארויפצווינגען זיין לינקע אגענדע" קען זייער זיין אז מען דארף גיין צווישן די רעכטע. ויש לדון בזה עוד.

קודם כל נאפאליאן האט פארלוירן די מלחמה צו רוסלאנד און די צאר איז געבליבן הערשן אויף רוסלאנד און פולין במילא דארט האט מען נישט גענאסן פון נאפאליאןס גלייכבארעכטוג
און בכלל די ירידה אין אידישקייט אין אייראפע איז בעיקר וועגן די משכילים וואס האבן שוין אנגעפאנגען צו פארשפרייטן זייערע ביכער און עפענען שולעס 20-30 יאר בעפאר נאפאליאן איז געווארן עמפעראר אין פראנקרייך

ווייטער די זעלבע זאך, מען פארפארט פון די עיקר נקודה. אבער לאמיר ענטפערן ווייל עס קוקט אויס דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג.

אמת אז נאפאליאן האט אין די ענדע פארלוירן, אבער זינט זיין צייט האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די געדאנק אויף די וועלט פון דעמאקראטיע. פראנקרייך איז געווען די מייסד פון די היינטיגע דעמאקראטיע. און דאס האט געברענגט די ירידה אין יהדות. השכלה רח"ל, אסימילאציע רח"ל, און עווענטועל רעפארם ימ"ש אא"וו.

און דיין פראגע איז נישט ווען די ערשטע משכלים האבן געשריבן די ספרים. די פראגע איז די השפעה וואס עס האט געהאט אויף כלל ישראל. דאס איז געקומען צוליב נאפאליאן און זיין געדאנק פון גלייכבארעכטיגונג, אז מען דארף נישט געהערן צו א קהלה וכו'. דברים פשוטים מאוד פאר יודעי היסטאריע.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

עם לבבנו האט געשריבן:אז מען דארף נישט געהערן צו א קהלה וכו'

זהו שקר גמור.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: מיר רירן זיך נישט פון ניו-יארק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

נשמת השכל האט געשריבן:
עם לבבנו האט געשריבן:אז מען דארף נישט געהערן צו א קהלה וכו'

זהו שקר גמור.

זו זעהסט וואס דו טוסט?
לאמיר זאגן דו ביסט גערעכט - דו ביסט נישט... אבער לאמיר זאגן.. - איז דאס די נקודה פון וואס מען רעדט? פארוואס קענען מענטשן זיך נישט אויסלערנען וויאזוי מען שמועסט און דעבאטירט?

מען ברענגט ארויס א נקודה, האסט צוצולייגן, אפפרעגן, פארשטיין געבן וכדו', בכל הכבוד. אבער סתם זיך שטעלן אויף זייטיגע זאכן, אויך אגב'דיגע פונקטן. פארוואס?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”