"וואקסענדע דירות סופליי" אין קר"י, איז א לעזונג פאר וויפיל פראצענט?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

"וואקסענדע דירות סופליי" אין קר"י, איז א לעזונג פאר וויפיל פראצענט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

עס טוט זיך גרויסע עד'ס אין אלע צייטונגען, דעי דעוועלעפמענט, יענע דעוועלעפמענט, אלעס רעדט און רייצט.. אבער פון איין זאך רעדט קיינער נישט.

וויפיל געלט דארף א מענטש מאכן א וואך זיך צו קענען ערלויבן צו קויפן אין די נייע דעוועלעפמענטס?
הער אויף צו רעדן פון די שיינקייט פון די גראז, און פון וויפיל שטאק די בנין גייט האבן, און פון וויפיל שכינים... וואס האט מען פון די אלע זאכן אויב דארף מען זיך פאר'חובות'ן פארן לעבן?

רעדנדיג לעצטנס מיט איינעם פון די גרויסע עסקנים אין קרית יואל וואס העלפט ארויס אידן וואס פאלן אריין אין חובות, האט ער זיך אויסגערעדט מיט אזא ווייטאג, "מענטשן האבן ממש נישט קיין שכל... מ'שפרינגט אריין אין ריזיגע אונטערנעמונגן און נאכדעם קראכט מען חס ושלום".

ער זאגט אז מ'טראכט נאר פון איין זאך, "פון וואו גיי איך באצאלן די דאון פעימענט", און מיט דעם געט ער זיך שוין אן "עצה", ער בארגט פון רעכיל און מעכיל, און שוין! ער איז שוין מסודר!
ר' איד, עס קומט א מארגעדזש! צו באצאלן א 600 אלפים'דיגע הויז דארף מען זיין א שטיקל גביר, איר האט עס?

ווער עס קען אביסל די ליין פון דירות און מארגעדזשעס, און פארשטייט זיך די קאסטן פון א נארמאלע לעבנס שטייגער ווערט געבעטן לטובת הציבור, צו קומען מיט נומבערס.
וויפיל דארף מען מאכן א וואך צו קענען קויפן א הויז וואס קאסט:
500 אלפים
550 אלפים
600 אלפים
650 אלפים
700 אלפים
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מאקסימום 1 אדער 2 וואכן וועידזשס מעג גיין פאר רענט /מארגעדש טעקס,
איך וויל קיינעם נישט ציקלאפן, אזוי דארף זיין ווען וועלט איז ווען וועלט
לויט די לינק קאלקלעטיר פאר 500 k מארגעדש דארף מען מאכן צווישן 1 און 2 וואכן מינמעם 2802 $ אויב 100 $k דאון פעימענט איז אויסגעצאלט

https://www.zillow.com/mortgage-calculator/
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

יישר כח 'בבל' פאר די קאלקולעיטער, ווען מ'שפילט זיך ארום דארט און מ'רעכנט אויס די נומערן וואס מ'הערט כסדר וואס מענטשן ספענדן פאר א דירה, כאפט א פחד, וואס דא גייט זיין, ה"י.
א אינטרעסאנטער אנעקדאט וואס איינער ווייזט מיר אן.

נעכטן ביים מעמד ההדלקה אין קרית יואל האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויסגענוצט דעם עת רצון און געבעטן ביים תנא אלקי ר' שמעון בר יוחאי אז אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט ברייטע דירות.

עס איז גראדע די צווייטע מאל וואס די רבי דערמאנט ברבים אז 'עס איז דא א פראבלעם מיט דירות', נאכדעם וואס ער האט דאס אויך ערווענט כ"ו ניסן עטליכע וואכן צוריק.

ביי מאנכע האט דאס ארויסגערופן וואונדער, הלמאי, מ'האלט דאך אין איין אדווערטייזן איבערן איבערפלוס פון דירות מיט וואס קרית יואל ווערט אין די יעצטיגע צייט געבענטשט? אויב עפעס, וואלט דאך דער רבי געברויכט ארויסברענגן א שבח והודי' אויפן יעצטיגן מצב?

אויב האט דאס געברענגט וואונדער, איז דאס ווארשיינליך נאר ביי איינעם וואס איז נישט מתושבי קר"י, אדער איינער וואס זוכט נישט יעצט קיין דירה. די קרית יואל'ע אידן וואס זוכן צו קויפן א דירה, האבן זייער גוט פארשטאנען די עומק הדברים צו וואס דער רבי האט זיך באצויגן.

קרית יואל איז אריבערגעגאנגן א שווערע תקופה אינעם ענין פון דירות, וואס דאס האט אויטאמאטיש ארויפגעטריבן די פרייזן צו הימל-שרייענדע נומערן, וואס דאס האט געפירט אז רובא דרובא פונעם ציבור וואס זוכט דירות פאר די לעצטערע פאר יאר, האבן זיך געמוזט צוריקהאלטן פון קויפן, מיטן האפענונג אז נאך די ענעקסעישן, גייען זיך זאכן פארבעסערן, וועגן 'סופליי און דימענד'.

למעשה כהיום יום, איז די מצב זייער שווער,
יא, עס איז ריכטיג אז ס'קומט אריין א ריזיגע שפע פון נייע דירות, אבער אין די זעלבע צייט וואס די פרייזן וואלטן נאטורליך זיך געדארפט עדזשאסטן און פאלן, פרובירן אבער די דעוועלפערס עס אנצוהאלטן און עס נאך ארויפצוטראגן.

ווער ס'גייט נאר אריין אין די לעצטע תקופה זיך שואל עצה זיין מיטן רבי'ן איבער קויפן א דירה, זאגט ער מ'זאל נישט קויפן אין די נייע טייערע דעוועלעפמענטס.

יענער זאגט אז דער רבי הערט לעצטנס פון אסאך אידן וואס האבן געקויפט אין די לעצטערע יארן דירות, און זיי ברעכן ליידער אונטער פון די שרעקליכע מארגעדזשעס, און ער זאגט פאר יעדן, מ'זאל פשוט ווארטן 'עד יעבור זעם', ביז זאכן וועלן זיך זעצן בעז"ה.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ס׳בכלל נישט קיין סוד אז טייל יודן מיטשענען זיך נעבעך, שוין נאכען קויפן א הויז, און ציטערערן יעדעם טאג אז די באנק וועט עס צונעמען אין פארקלאזשערן, ס׳דא מענשטען וואס טוהן אין דעם, צו פארהאנדלן מיט די באנק פאר א בעסערע פעהמענט פלאן. די אייבערשטער זאל העלפן ס׳זאל זיין אן הרחבה ביי אלע אידישע קינדער.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ווער זאגט אז די וואס קויפן הייזער קאלעפסן. אונטער די שווערע בילס
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

לעיני,

סקוקט אויס איר זענט נישט באהאווענט, סאיז דא א ריזיגע שפע פון ביליגע דירות אין די גלילות, מדארף נאר וועלן זעהן/זיין אויפריכטיג.
#בשיטה נישט
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

נו שוין האט געשריבן:לעיני,

סקוקט אויס איר זענט נישט באהאווענט, סאיז דא א ריזיגע שפע פון ביליגע דירות אין די גלילות, מדארף נאר וועלן זעהן/זיין אויפריכטיג.

1)א נארמאלע ביליגע דירה אין די גלילות צאלט מען אויך אסאך מארטגעטש יעדן חודש
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

מצב כללי האט געשריבן:

וואס הייסט אסאך אחר ככלות הכל ?
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

מצב כללי האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לעיני,

סקוקט אויס איר זענט נישט באהאווענט, סאיז דא א ריזיגע שפע פון ביליגע דירות אין די גלילות, מדארף נאר וועלן זעהן/זיין אויפריכטיג.

1)א נארמאלע ביליגע דירה אין די גלילות צאלט מען אויך אסאך מארטגעטש יעדן חודש

און אסאך טעקס
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

פרנס היום האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לעיני,

סקוקט אויס איר זענט נישט באהאווענט, סאיז דא א ריזיגע שפע פון ביליגע דירות אין די גלילות, מדארף נאר וועלן זעהן/זיין אויפריכטיג.

1)א נארמאלע ביליגע דירה אין די גלילות צאלט מען אויך אסאך מארטגעטש יעדן חודש

וואס הייסט אסאך אחר ככלות הכל ?

בערך 2500 נאך טעקס
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

איך קען מיר ווי איינס וואס האבן געקויפט אין די גלילות אין זיי צאלן 2500 א חודש נאך טעקס ,מארגעזש , אינשורענס

און זיי האבן נאר געדארפט בערך 30 אלפים קעש צו קויפן ,קלויזען און ממש געטוישט קלייניקייטען

וואס אין שטעטל כהיום איז דאס נישט שייך אזא קליינע דאון פעימענט
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:יישר כח 'בבל' פאר די קאלקולעיטער, ווען מ'שפילט זיך ארום דארט און מ'רעכנט אויס די נומערן וואס מ'הערט כסדר וואס מענטשן ספענדן פאר א דירה, כאפט א פחד, וואס דא גייט זיין, ה"י.
א אינטרעסאנטער אנעקדאט וואס איינער ווייזט מיר אן.

נעכטן ביים מעמד ההדלקה אין קרית יואל האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויסגענוצט דעם עת רצון און געבעטן ביים תנא אלקי ר' שמעון בר יוחאי אז אידן דארפן געהאלפן ווערן מיט ברייטע דירות.

עס איז גראדע די צווייטע מאל וואס די רבי דערמאנט ברבים אז 'עס איז דא א פראבלעם מיט דירות', נאכדעם וואס ער האט דאס אויך ערווענט כ"ו ניסן עטליכע וואכן צוריק.

ביי מאנכע האט דאס ארויסגערופן וואונדער, הלמאי, מ'האלט דאך אין איין אדווערטייזן איבערן איבערפלוס פון דירות מיט וואס קרית יואל ווערט אין די יעצטיגע צייט געבענטשט? אויב עפעס, וואלט דאך דער רבי געברויכט ארויסברענגן א שבח והודי' אויפן יעצטיגן מצב?

אויב האט דאס געברענגט וואונדער, איז דאס ווארשיינליך נאר ביי איינעם וואס איז נישט מתושבי קר"י, אדער איינער וואס זוכט נישט יעצט קיין דירה. די קרית יואל'ע אידן וואס זוכן צו קויפן א דירה, האבן זייער גוט פארשטאנען די עומק הדברים צו וואס דער רבי האט זיך באצויגן.

קרית יואל איז אריבערגעגאנגן א שווערע תקופה אינעם ענין פון דירות, וואס דאס האט אויטאמאטיש ארויפגעטריבן די פרייזן צו הימל-שרייענדע נומערן, וואס דאס האט געפירט אז רובא דרובא פונעם ציבור וואס זוכט דירות פאר די לעצטערע פאר יאר, האבן זיך געמוזט צוריקהאלטן פון קויפן, מיטן האפענונג אז נאך די ענעקסעישן, גייען זיך זאכן פארבעסערן, וועגן 'סופליי און דימענד'.

למעשה כהיום יום, איז די מצב זייער שווער,
יא, עס איז ריכטיג אז ס'קומט אריין א ריזיגע שפע פון נייע דירות, אבער אין די זעלבע צייט וואס די פרייזן וואלטן נאטורליך זיך געדארפט עדזשאסטן און פאלן, פרובירן אבער די דעוועלפערס עס אנצוהאלטן און עס נאך ארויפצוטראגן.

ווער ס'גייט נאר אריין אין די לעצטע תקופה זיך שואל עצה זיין מיטן רבי'ן איבער קויפן א דירה, זאגט ער מ'זאל נישט קויפן אין די נייע טייערע דעוועלעפמענטס.

יענער זאגט אז דער רבי הערט לעצטנס פון אסאך אידן וואס האבן געקויפט אין די לעצטערע יארן דירות, און זיי ברעכן ליידער אונטער פון די שרעקליכע מארגעדזשעס, און ער זאגט פאר יעדן, מ'זאל פשוט ווארטן 'עד יעבור זעם', ביז זאכן וועלן זיך זעצן בעז"ה.

הא הא די האסט געמיינט אז נאך ענעקסעישען גייט די פרייזן זיך סטאבעליזירן איך האב מיך קיינמאל נישט אזוי איינגערעדט אפילו איך בלאנגט דארטן ווי מען האט דאס פארקויפט

קרית יואל איז נישט קיין נאטורליכע מארקעט האט גארנישט מיט סופליי און דימענד אדער פעיר מארקעט מאכט נישט אויס יא שפע נישט שפע
די היינטיגע מציאות נאך ענעקסעישען פרעגט אפ זייער אסאך פעיזשעס אויף אייוועלט

עס איז וואס עס איז עס גייט זיך נישט טוישן, א שטיקל טויש קען קומען און פינעף און צוואנציג יאר ארום ווען קרית יואל גייט זיין א סיטי די יעצטיגע (עסקנים) גייט זיך טוישן פשוט ווייל עס וואקסט אונטער א דור און מער א אפענע ווועלט ווי מען קען נישט פארקויפן די ברוקלין ברידזש אזוי שנעל, וואדבערי וועט זיין יודיש די גוים זוכן ביי נאו צו מופן פאר ביליגער ערגעץ אנדערש, טאון אוו מאנרא גייט זיין יודיש בלומינג גראוו גייט זיין יודיש טשעסטער גייט זיין יודיש און גאושען און מידעלטאון וועלן אויסקוקן ווי וואדבערי 3 יאר צוריק מיט 40000 משפחות צווישן די פאר טאונס
איינער האלט אנדערשער? די מהפיכה וואס איז געשעהן די לעצטע 3 יאר האבן געוויסע פאראויסגעזאגט אז עס וועט געשעהן און די נעקסטע 15 יאר און מען האט זיי אנגעקוקט ווי בעלי דמיונית למעשה איז עס געשעהן און 3 יאר
איינער געדענקט?
nishtkushe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nishtkushe »

פראבלעם איז אבער אז אין די גלילות מוז מען נאכאלץ צאלן א מינימום פון 2500 דאלער א חודש אדער מער פאר אן אלטע חורבה וואס איז נישט עפארדעבל פאר דעם עוורעדזש דזשאו.

ווילאנג מען וועט נישט וואוינען אין א געגענט ווי מען צאלט 1200 דאלער א חודש רענט אדער מארדגעזש איז די ישועה נאכנישט דא. די גלילות איז נאר א חצי ישועה.

פאר די נישט לאנגע פארגאנגענהייט האט מען אין קרית יואל געהאט א הערליכע דירה פאר 1200-1500 דאלער א חודש. די איינציגסטע חילוק צווישן א רענטער און א קויפער איז געווען צו ער האט די 30 אלפים דאון פעימענט אדער נישט. היינט איז די חילוק אסאך גרעסער. נאר דער אייבערשטער קען אונז ארויסציען פון דעם שווערען פעקל.

כאפטס א בליק אויף די סקול טעקסעס פון אפאר שמייסערס אין וואדבארי אדער מאנראו טאון וועט עטס זעהן א שיינע פאר האבן נאכנישט באצאלט זייער טעקסעס, און דאס איז געזאגט געווארן פאר די דאזיגע וואס צאלן נישט טעקסעס אין עסקראו, איך גלייב אז אסאך הייזער צאלט די באנק פון זייער טאש פאר די טעקסעס פאר די דאזיגע וואס האבן אן עסקראו אקאונט. יודן פאלטס נישט פאר די וואס זאגן אז אינדרויסן איז אונזער ישועה, ס'איז קלאר נישט. עפעס אנדערש דראסטיש מוז פאסירן אז אונזערע דורות זאלן זיך ווײטער ציען על מיני מנוחות.

אפשר צייט צו אויפהערן מיט די גרויסע קאמפאני מוסדות, צוריקגיין צום סיסטעם פון דערהיים, קליינע שטעטלעך, קליינע מוסדות, יעדער וואוינט רואיג. ס'איז שווער אבער איטס גאאינג טו העוו טו העפען, איי סי נא אדער וועי.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אין בלומינג גראוו איז דא א קאנדא דעוועלפמענט ווי גוים וואוינען עס קיקט אויס בערך ווי שווימערס הייזער די אנדערע זייט ראוד 208. עס קאסט זייער ביליג צי קויפן און לכאורה איז טעקס אויך ביליג
לעיני כל הקהל
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיני כל הקהל »

פארן אריינגיין וואס מ'קען טון צו פארעכטן דעם פראבלם, לאמיר זיך קודם אויסקלארן איבער די עיקר נושא:

וויפיל איז די עוורידזש פארדינסט פון א יונגערמאן 10-15 יאר נאך די חתונה וואס זוכט צו קויפן א גרעסערע דירה? איז עס טויזנט? 1500? 2000? 2500? מער????

איך קלער אז ס'איז נישט מער ווי 1500. יעצט, די נישט אידישע פינאנציעלע עקספערטן זאגן אז א מענטש טאר נישט ספענדן מער 28 פראצענט פון זיין גראוס אינקאם, פאר זיין הויז. איר קענט עס זען דא https://www.bankrate.com/calculators/mo ... lator.aspx

לויט זיי קומט אויס אז איינער וואס פארדינט 1500*4=6000 קען ספענדן פאר זיין דירה 28 פראצענט וואס דאס איז... 1680

דאס איז לויט זייערע לעבנס-סטאנדארטן, וואס פאר זיינע קליידונג צאלט ער, א פינעווער פארן טי-שורט, 2.50 פארן הויזן, העכסטנס א פופציגער פאר זיינע שיך, די מוסדות איז אים אומזינסט.

ומה נענה אנן

רבותי, וואו זענען מיר?? אונז זענען נארמאל, אז מ'צאלט אזויפיל פאר א דירה?

אדרבא, זאגט מיר אויב איך בין נישט גערעכט!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אונזער לייפ סטייל. האט קיינמאל נישט געשטימט אויף פאפיר. דער עיקר אז מהאט זיך א נייצע געגעבן.
דער פראבלעם היינט איז אז מגיט זיך שוין קיין נייצע אויך נישט.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די הויפט פראבלעם איז די מארגעדזשעס. פאר סיבות אין וואס מיר וועלן נישט איצט דעבאטירן, איז היינט גאנץ גרינג פאר רוב אינגעלייט צו באקומען א פינעף צו זעקס הונדערט טויזנט דאלער מארגעדזש. דאס ברענגט אויטאמאטיש אז די פרייזן זאלן זיין אין די סביבה. צו קלאזן א שיינע דירה איז איין זאך, און צו באצאלן עט מען שוין שפעטער זען.

אויב זאל זיין גרינג צו באקומען א מיליאן דאלער מארגעדזש, דאן וואלט א דירה געקאסט 1.2 מיליאן.

אינגערמאן טייערע, האסטו א רגע געטראכט אז מיט די צינזן גייסטו אוועקצאלן פאר דיין קאנדא א ס"ה פון צוועלעף הונדערט בינטלעך טויזנטערס?
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

איך האב די לעצטערע יארן א נייע מארגעדזש וואס קאסט מיר א חודש שוין באלט מער וויפיל מיין עכטע מארגעדזש קאסטען עס ריפט זיך עלי עקספרעס
און זייט פעסטעל און לאנדען שיך סטאר האבן געעפענט אין ווילאמסבורג קאסט מיר מיין לעבן נאך א שיינע פאר טויזנט דאלער א יאר
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

סארקאזי האט געשריבן:אונזער לייפ סטייל. האט קיינמאל נישט געשטימט אויף פאפיר. דער עיקר אז מהאט זיך א נייצע געגעבן.
דער פראבלעם היינט איז אז מגיט זיך שוין קיין נייצע אויך נישט.

צום פינטל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

IMBZ האט געשריבן:איך האב די לעצטערע יארן א נייע מארגעדזש וואס קאסט מיר א חודש שוין באלט מער וויפיל מיין עכטע מארגעדזש קאסטען עס ריפט זיך עלי עקספרעס
און זייט פעסטעל און לאנדען שיך סטאר האבן געעפענט אין ווילאמסבורג קאסט מיר מיין לעבן נאך א שיינע פאר טויזנט דאלער א יאר

יא יא. עיר הבאגיבא ואם פארטיך בישראל
מענין לענין( שלא) באותו ענין
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

בבל האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:איך האב די לעצטערע יארן א נייע מארגעדזש וואס קאסט מיר א חודש שוין באלט מער וויפיל מיין עכטע מארגעדזש קאסטען עס ריפט זיך עלי עקספרעס
און זייט פעסטעל און לאנדען שיך סטאר האבן געעפענט אין ווילאמסבורג קאסט מיר מיין לעבן נאך א שיינע פאר טויזנט דאלער א יאר

יא יא. עיר הבאגיבא ואם פארטיך בישראל
מענין לענין( שלא) באותו ענין

שלא באותו ענין שוין עטליכע מאל וואס איר שרייבט דאס
אבער היות מיר קומט אויס זיך צו דרייען במשך הזמן אין עטליכע פון די חרדישע שטעט, האבעך קיין אנונג וואס באגעבאו האט מיט וויליאמסבורג

ואגב ברויך איך נאך ארויסקראצן א הסבר וואס דער אשכול האט דייקא מיט קר"י, דער פראבלעם איז אייניג ווי אימער מ'קויפט א דירה אין מ'קומט זיך נישט אויס מיט'ן וועכנטליכן וועידזש
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

ניס קראכער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:איך האב די לעצטערע יארן א נייע מארגעדזש וואס קאסט מיר א חודש שוין באלט מער וויפיל מיין עכטע מארגעדזש קאסטען עס ריפט זיך עלי עקספרעס
און זייט פעסטעל און לאנדען שיך סטאר האבן געעפענט אין ווילאמסבורג קאסט מיר מיין לעבן נאך א שיינע פאר טויזנט דאלער א יאר

יא יא. עיר הבאגיבא ואם פארטיך בישראל
מענין לענין( שלא) באותו ענין

שלא באותו ענין שוין עטליכע מאל וואס איר שרייבט דאס
אבער היות מיר קומט אויס זיך צו דרייען במשך הזמן אין עטליכע פון די חרדישע שטעט, האבעך קיין אנונג וואס באגעבאו האט מיט וויליאמסבורג

ואגב ברויך איך נאך ארויסקראצן א הסבר וואס דער אשכול האט דייקא מיט קר"י, דער פראבלעם איז אייניג ווי אימער מ'קויפט א דירה אין מ'קומט זיך נישט אויס מיט'ן וועכנטליכן וועידזש

מען רעדט פון
"וואקסענדע דירות סופליי" אין קר"י, איז א לעזונג פאר וויפיל פראצענט?
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

לעיני כל הקהל האט געשריבן:די נישט אידישע פינאנציעלע עקספערטן זאגן אז א מענטש טאר נישט ספענדן מער 28 פראצענט פון זיין גראוס אינקאם, פאר זיין הויז. איר קענט עס זען דא https://www.bankrate.com/calculators/mo ... lator.aspx

!

איך האב אריינגעלייגט אידישע עקספענס פין שכ'' ל 1200$ א חודש( ביי די קאר עקספענס ), אריינגעלייגט אז מען מאכט זייער שיין 2000 א וואך, אריינגעלייגט אז מען האט נישט קיין קאר.אריינגעלייגט אז מען האט 50 טויזענט פאר די דאון פעימענט.
ער לאזט נישט קויפן העכער 305.000 $
אז איך לייג צי א קאר 400 $ א חודש( אינשורענס געז טאלל ליעס פעימענט ) לאזט ער נישט קויפן העכער $200,256.53
בעזרת הבורא
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעזרת הבורא »

בבל האט געשריבן:מאקסימום 1 אדער 2 וואכן וועידזשס מעג גיין פאר רענט /מארגעדש טעקס,
איך וויל קיינעם נישט ציקלאפן, אזוי דארף זיין ווען וועלט איז ווען וועלט
לויט די לינק קאלקלעטיר פאר 500 k מארגעדש דארף מען מאכן צווישן 1 און 2 וואכן מינמעם 2802 $ אויב 100 $k דאון פעימענט איז אויסגעצאלט

https://www.zillow.com/mortgage-calculator/

טייערע הארציגע ברודערלעך רוב אדער אלע מארגעדזש בראוקערס וועלן זיך גערן אראפזעצן מיט אייך ארויס ציהעלפן מיט אייערע נומערן,

די קאלקאלעיטער דא איז זייער נישט אקוראט עס פרעגט דאך נישט וויפל די טעקס אויף די פראפערטי איז ער רעכענט אריבער 900 דולר פאר טעקסעס א חודש וואס און ק"י איז עס סאך סאך ווייניגער,
בעזרת הבורא
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעזרת הבורא »

דא האט איר זייער א גיטע קאלקאלעיטער פון א חסידישן מארגעדזש ברויקער יעקב יוסף (JACK) לעפקאוויטש גאר גאר גיט און מורא'דיג באהאווענט און די פעלד, איך פערזענליך האב געהאט גאר א גיטן עקספיריענס מיט אים ער איז געגאנגען זייער אסאך ארויס פון זיין וועג אפילו ווען ער האט נישט געמאכט קיין געלט,

http://newyorkmortgageplanner.com/month ... ulator.htm

פילט אריין אייערע נומערן עס וועט אייך געבן קלארע נומערן,

ניצט און האט הנאה
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”