דירות לעזונג?!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

בלומינגבורג לאזט נישט בויען מיט מאדיולער ? הייסט אז די אלע היימישע אידישע סוב קאנטראקטארס הייסט ביי זיי לאקאלע עקאנאמי ? נישט שלעכט..

מען רעדט נישט יעצט ספעציפיש פון א געגענט

אבער טאמער טרעפסטו א שטח ווי מען קען קויפן אקער לאנד פאר שפאט ביליג און מען קען בויען הייזער אן קיין טייערע ליגעל פיס און מען קען באקומען וואסער און סוער קאנעקאשן פון די טאון אן קיין פראבלעמען און מען קען נוצן מאדיולער , דעמאלס קען מאכן סענס פון האבן פריוואטע הייזקעס פאר 200 טויזענט אינקלודעט קליינע פראפיט

פשוט וועגן אין די גוי'עשע וועלט איז עס דא אין גרויסן ,סיי וואס אידן אדער גוים בויען פאר גוים ,מען נעמט א שטיקעל שטח ,מען סובדיוויידעד עס מען בויעט צווישען 5 און 10 הייזער עס נעמט א יאר צוויי דריי מען מאכט בערך א מאה אויף א הויז און מען פארקויפט פאר בערך 300 אלפים א הערליכע הייזקע , פארשטייט זיך יעדע געגענט אנדערש , על פי רוב האבן זיי וואסער און סוער קאננעקשאן גרינג , ליגעל פיס און שטח קאסט פעניס ,געווענליך גייט עס אז אינוועסטערס וואס איז א עקסטערע ביזנעס פאר זיך קויפט למשל אפ 10 עיקערס פאר 100 טויזענט אדער ביליגער , גייט פאר סוב דיוויזשאן,פלאסטערד אויס א ראוד מיט אינפרעסטרוקטשער מיט רעדי וואסער און סוער און לעקטער און פארקויפט עס רעדי מיט עפפראווד פלענס ,בקיצור פון די נומבערס זעט מען אז עס שטומט נאר א ריזיגע שטח עס צו טין קאסט שוין ווייטער שווערע געלטער אינפרעסטרוקטשער און פראבלעמען צו באקומען סוער און אז זיי ווייסן אז עס פאר אידן ווערט עס נאך שווערער

אבער די ענטפער איז אז די קענסט נישט עכט טרעפען צו א גרויסע פלאץ פאר אזא פרייז לכאורה אן קיין טייערע אינפרעסטרוקטשער
לעצט פארראכטן דורך פרנס היום אום דינסטאג מאי 21, 2019 2:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

[quote="בענאק"]
געפעלט מיר די חלום
בלומינגבורג איז שוין אויך היבש צאמגעשטופט געבויעט, ממש די מאקסימום וואס מען קען, און מענטשן רעדן זיך שוין אפ דערויף אז ס'איז צי צוקוועטשט און פארדעם מוטשטעט מען זיך עס צו פארקויפן

עס איז באמת נישט די פלאץ און אפשר איז בעסער אונז זאל מיר שמועסן אין אישי איבער דעם , דאס איז שוין אויסגעקייעט טויזענט מאל דא אויפן וועלטעל און ביי מענטשן אין גאס איבער וואס בלומינגבורג פארקויפט זיך יא אדער נישט

אבער סתם אז מען רעדט שוין ,קען מען שוין מאלן וואסער אויך ,די לעצטע פראבלעם איז וועגן עס איז צוזאמקוועטשט פארדעם פארקויפט זיך עס נישט , אשאד זיך איינצורעדן , וואס יא איז דא זייער אסאך סיבות און די הויפט פראבלעם אז יעדע האלבע יאר טוישט זיך די סיבה , און בכלל איז דא יעצט 10 אפשענס ווי א סאטמארע אינגערמאן זאל מופן אויף די מינוט , און אז בלומינגבורג איז די מערסטע סובארב רורעל לייף סטייל פון אלע מקומות , וואס מאכט עס היפש שווערער אז בלומינגבורג זאל זיין די אויסוואל צו קויפן און נישט גענוג שפאט ביליג אז א אינגערמאן זאל לויפן און כאפן די מציאה בלינדערהייט , על פי רוב די טייערע טעקס וואס לייגט צו א גרויסע הוצאה חודש'ליך איז אויך א פאקטאר אויף די מינוט, דאס איז אין א אויגן בליק יעצט די פראבלעם אין מיינע אויגן און אויערן ווי ווייט איך הער פון מענטשן , סא שפאט ביליג איז אייביג א דערהער ווי א מענטש פארקוקט אויף אנדערע מעלות , אבער די עצם הויז דארט איז בכלל נישט די עכטע פראבלעם , נישט אז סתם למשל פריוואטע הייזער וואלט געגאנגען בעסער פאר די פרייז וואס זיי בעטן .

והא ראיה אז טויזענטער צוקוועטשטע קאנדאס אין קרית יואל און אין מאנסי פארקויפן זיך יא פאר טייער , סא איז נעריש צו זאגן אז די צוקוועטשקייט אין בלומינגבורג איז די פראבלעם

נישט אז אין זשענעראל איז דאס די פראבלעם פון בלומינגבורג , יעצט אויף די מינוט זעט עס אזוי אויס , עס איז בערך אז מען ברויך אויפבויען די פראדוקט אז עס זאל ווערט זיין ביי מענטשן

אבער אין זשענעראל קענסטו נישט קיינמאל קאמפערן apples to oranges בכלל

און שפאט ביליג פאר צוקוועטשט צו ריזאנבעל באקוועם

למשל אז בלומינגבורג פארקויפט מארגן זייער רעדי 50 דירות פאר 250 טויזענט בין איך ברור אז עס פארקויפט און אפאר חדשים
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

לפי דעתי פארשטיי איך אז ס'מוז זיין עפעס א מהלך אז מ'זאל קענען קויפן א דירה פאר ביליגער ווי די אלע פרייזן וואס מ'הערט יעצט, ס'דארף עפעס שטימען מיט די פארדינסטן וואס מ'פארדינט אן ארבעטן אווערטיים... און אן זיך צוזאמבארגן פון די האלבע שטאט...
דערווייל זעהט נישט אויס אז א עווריטש פארדינער זאל זיך קענען ערלויבן צו קויפן...
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

מארמאראש האט געשריבן:לפי דעתי פארשטיי איך אז ס'מוז זיין עפעס א מהלך אז מ'זאל קענען קויפן א דירה פאר ביליגער ווי די אלע פרייזן וואס מ'הערט יעצט, ס'דארף עפעס שטימען מיט די פארדינסטן וואס מ'פארדינט אן ארבעטן אווערטיים... און אן זיך צוזאמבארגן פון די האלבע שטאט...
דערווייל זעהט נישט אויס אז א עווריטש פארדינער זאל זיך קענען ערלויבן צו קויפן...

איין עצה וואס כ'האב געטראפן איז אז דו זאלסט אליין זיין די קאנטרעקטער. זאלסט אבער נישט זיין דיסעפוינטעט אז ס'וועט דיר אויסקומען טייערער פון קויפן א רעדי הויז...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בענאק האט געשריבן:אין בלומינגבורג - אזוי אויך אסאך אנדערע פלעצער - קען מען נישט ברענגען די מאדיולער האומס ווייל די לאקאלע רעגירונג אז דאס בויען זאל העלפן די לאקאלע עקאנאמי. סוי נישט איבעראל איז דאס א סעלושן

בלומינגבערג האט גארנישט אקעגן ברענגן מאדולער הייזער, אין פאקט איז דער בנין אויף טשערי קארט געברענגט געווארן.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

וויפיל קאסט א מאדיולער הויז?
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

מארמאראש האט געשריבן:וויפיל קאסט א מאדיולער הויז?

ס'איז געווען אדווערטייזד פאר 39 א סקווער פיס, פארשטייט זיך אז דא אינקלאד גארנישט, נישט די טראק עס צו ברענגען, צוזאמשטעלן וכו'
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ווי קען מען האבן מער אינפארמאציע איבער דעם?
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

מארמאראש האט געשריבן:ווי קען מען האבן מער אינפארמאציע איבער דעם?

דא רעדט מען אז איך וועל האבן צייט וועל איך אויפזיכען
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

א גוטע ניק האט געשריבן:
מארמאראש האט געשריבן:וויפיל קאסט א מאדיולער הויז?

ס'איז געווען אדווערטייזד פאר 39 א סקווער פיס, פארשטייט זיך אז דא אינקלאד גארנישט, נישט די טראק עס צו ברענגען, צוזאמשטעלן וכו'


ווי איז געווען עדווערטייזט?
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

יונה האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:אין בלומינגבורג - אזוי אויך אסאך אנדערע פלעצער - קען מען נישט ברענגען די מאדיולער האומס ווייל די לאקאלע רעגירונג אז דאס בויען זאל העלפן די לאקאלע עקאנאמי. סוי נישט איבעראל איז דאס א סעלושן

בלומינגבערג האט גארנישט אקעגן ברענגן מאדולער הייזער, אין פאקט איז דער בנין אויף טשערי קארט געברענגט געווארן.

פארדעם טאקע האט עס נישט באקומען קיין סי.אוי. נאר ביזן טוישן אלס "בית המדרש"
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בענאק האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:אין בלומינגבורג - אזוי אויך אסאך אנדערע פלעצער - קען מען נישט ברענגען די מאדיולער האומס ווייל די לאקאלע רעגירונג אז דאס בויען זאל העלפן די לאקאלע עקאנאמי. סוי נישט איבעראל איז דאס א סעלושן

בלומינגבערג האט גארנישט אקעגן ברענגן מאדולער הייזער, אין פאקט איז דער בנין אויף טשערי קארט געברענגט געווארן.

פארדעם טאקע האט עס נישט באקומען קיין סי.אוי. נאר ביזן טוישן אלס "בית המדרש"

אנטשולדיגט אבער איר זענט מיסאינפארמירט. כ'האב מיך נאכגעפרעגט און איבערגעקוקט די געזעץ ביכל, עס איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן א הויז געבויט אויפן פלאץ אדער געברענגט אלץ מאדיולער.
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

Re: דירות לעזונג?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

די חברה זאגן אז עס איז צייט צו מאכן #פליטה
די שאלה איז נאר ווי גייט מען?
אטעטשמענטס
adss.JPG
adss.JPG (99.28 KiB) געזען 1342 מאל
1.png
1.png (14.39 KiB) געזען 1342 מאל
2.png
2.png (124.92 KiB) געזען 1342 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”