*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.
געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2019 9:43 pm
בס"ד
ברוכים הבאים.
***ביים סוף פון די תגובה איז צוגעלייגט לינקס פון די אפדעיטס איבערן קאנטעסט***
אין קורצן: א פינף הונדערט דאלאר באלוינונג וועט געגעבן ווערן פאר ווער עס וועט אויפקומען מיט די בעסטע געדאנקען וויאזוי צו פארשנעלערן די וואוקס ראטע פון די ישובים מחוץ לעיר.
דער פראבלעם:
דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין.
די לעזונג:
כמעט אלע זענען מסכים אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי מען קען לייזן דעם קריזיס איז דורכדעם וואס אידן וועלן זיך ארויסציען פון די טייערע געגנטער צו די ביליגע געגנטער. שוין צענדליגער יארן וואס מענטשן רעדן דערפון אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין די לעצטע 5 יאר בערך איז אבער ב"ה אנטשטאנען א שטארקע טויש, נייע געגענטער האבן זיך אנגעפאנגען צו עטאבילירן איינס נאך די אנדערע: דזשוירסי סיטי, לינדען, לעיקוואוד, בלומינגבערג, מאנטיסעלא וכו', די הצלחה פון די געגנטער איז אויף אן אויסטערלישן פארנעם, די איינוואוינער זענען העכסט צופרידן און ווער עס באזוכט נאר אמאל דארט אויף א שבת אדער יו"ט טוט זיך אליין איבערצייגן פארוואס. דאס אלעס איז נישט געשען פון זיך אליין עס קומט זיך א שטארקע הכרת הטוב פאר די אלע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אסאך מי און פלאג אז מען זאל אנקומען ביז אהער.
אזוי אויך די מיינדסעט פונעם עולם האט זיך שטארק געטוישט, ביז אפאר יאר צוריק האט רוב עולם געהאלטן אז ס'איז פוסטע חלומות און ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן, אידן וועלן זיך קיינמאל נישט ארויסציען פון ברוקלין צו נייע אומבאוואוינטע געגענטער, היינט צוטאגס איז אבער די אנגענומענע מיינונג ביים עולם אז ס'איז א פאקט וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען.
אין א געוויסן זין שטייט מען היינט אין זייער א גוטן מצב מיט דעם וואס קיין איין ספעציפישע געגנט האט זיך נישט תיכף שנעל אויסגעארבעט ווייל ווען יא וואלטן די אנדערע געגנטער נישט אויפגעבליעט, יעצט אבער האט מען ב"ה א גרויסע אויסוואל פון געגנטער וואס האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלען.
געוויסע מענטשן ווילן צוליב דעם זאגן אז דער דירות קריזיס איז שוין בעצם געלעזט דהיינו ס'איז שוין מער נישט קיין ציבור'ישן פראבלעם נאר א יחיד'ישן פראבלעם ווער ס'וויל מופן קען מופן, האלטסט נישט ביים מופן? קאמפלעין נישט! אז מען קוקט אבער מיט א קלארן בליק זעהט מען אז ס'איז פיל גרינגער געזאגט ווי געטון, בפרט די מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אויף למעשה צו זוכן וואו זיך ארויסצוציען וועלן מעיד זיין אז ס'זענען דא זייער פיל שטרויכלונגען אויפן וועג, דער בלויזער פאקט אז טראץ די אומדערטרעגליכע דירות פרייזן אין ברוקלין און אפילו אין מאנסי / מאנראו וואקסן די נייע געגענטער זייער זייער שטייטעלעך ווייזט אז ס'זענען זיכער דא שטארקע סיבות וואס האלט צוריק מענטשן פון מופן.
דאס האט אונז געברענגט צו פראקלאמירן א $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט אויפקומען מיט די בעסטע געדאנקען וואס מען קען טון אויף א ציבורי'שן פארנעם וואס קען פירן דערצו אז דער עולם זאל אנהייבן מופן אין די מאסן. מיר גלייבן אז ס'זענען זיכער דא זאכן וואס מען קען טון און ס'איז נישט בלויז א פראבלעם פון יעדן יחיד באזונדער, הגם יעדער יחיד זאל געוויס טון וואס ער האט צו טון און נישט ווארטן אז "מ"זאל לעזן דעם פראבלעם פאר אים...
דער ציל פון דעם פארמעסט איז לאו דווקא אז דער ספעציפישער געדאנק וואס וועט געווינען וועט עמיצער עפעס טון דערמיט נאר אז די קנאת סופרים זאל ברענגען א שפע פון שעפערישע געדאנקען צום טיש און דאס זאל דינען ווי א מארק-פלאץ פון געדאנקען פאר ווער עס וויל טון אין דעם נושא.
איז לאמיר קודם מסביר זיין בערך וויאזוי די קאנטעסט וועט צוגיין און אי"ה אין דעם קומענדיגן מעלדונג וועל מיר ארויסלייגן די פונקטליכע גיידליינס פון דעם קאנטעסט.
די פראגע: שטעלט אייך פאר אז איר באקומט א גרענט פון $100,000 און איר ווערט באויפטראגט מיט די אויפגאבע צו נוצן די געלט אויף פאראויס צושטופן די אגענדע פון זיך ארויסצוציען צו די נייע געגנטער און איר דארפט דאס טון אויף די מערסטע אפעקטיווע וועג וואס ס'איז שייך, וואס וואלט איר געטון מיט די געלט? אויב האט איר דעם בעסטן ענטפער אויף די פראגע קענט איר זיין רייכער מיט פינף הונדערט דאלאר.
פארשטייט זיך אז מיט מער געלט קען מען מער אויפטון אויב למשל וואלט געווען א קאסע מיט הונדערטער מיליאנען דאלארן וואלט מען פשוט געקענט געבן $100,000 קעש פאר יעדן איינעם וואס מופט ארויס און די זאך וועט זיך אנפאנגען רוקן... דערפאר איז די פראגע וואס ס'איז שייך צו טון מיט א מער באגרעניצטע סכום געלט ווי צ.ב.ש. $100,000
עקזעקיושאן פלען: יעדע געדאנק דארף ווערן באגלייט מיט א פלאן וויאזוי עס קען ווערן דורכגעפירט, עס דארף נעמען אין חשבון אז קיינער ארבעט נישט אומזיסט און יעדע זאך וואס פארלאנגט מענטשליכע ארבעט קאסט געלט און דערפאר איז נאר אינטערעסאנט אן איידיע וואס קען ווערן דורכגעפירט מיט א באגרעניצטע סכום געלט ווי פריער דערמאנט.
די וואלן: די געדאנקען וועט מען אריינשיקן צו: [email protected] און מיר וועלן סארטירן אלע געדאנקען און זיי ארויסשטעלן אין א באזונדערן אנקעטע אשכול פאר'ן עולם צו וועלן, דער געווינער פון די אנקעטע וועט באקומען די $500. מען דארף נישט האבן קיין אייוועלט ניק אריינצושיקן געדאנקען, פארשטייט זיך אז מען דארף אבער יא האבן א ניק צו קענען וועלן.
ידעתי גם ידעתי אז דער עולם וועט פרעגן איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם ניק @דירות קאנטעסט, וויאזוי קען איך וויסן צי ער מאכט נישט סתם חוזק פון אונז? דערפאר וועלן מיר איינלייגן די געלט ביי אן עלטערער אנגענומענער ניק וואס ער זאל זיין דער ממונה איבערצוגעבן די געלט פאר'ן געווינער און מיר וועלן אנהייבן דעם קאנטעסט הערשט נאכדעם וואס דער ניק וועט ערהאלטן די געלט און ער וועט באשטעטיגן דא פאר'ן ציבור אז ער האט עס ערהאלטן. אויב זענט איר אינטערעסירט אין דעם פאסטן ביטע שיקט אן אימעיל צו [email protected]
דאס אלעס איז בערך וויאזוי די זאך וועט צוגיין אבער אלעס קען זיך נאך טוישן באזירט אויף די פידבעק פונ'ם עולם.
דערווייל זאל מען נאכנישט אריינשיקן קיין געדאנקען פאר דעם קאנטעסט נאר צואווארטן ביז די פונקטליכע פרטים ווערן אויסגעארבעט, אי"ה אין בערך א וואך ארום נאכדעם וואס מיר וועלן דורכטון די פידבעק און עצות פונ'ם עולם וועלן מיר ארויסלייגן די פונקטליכע פראגע פון די קאנטעסט און אלע רולס און רעגולעשאנס.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
____________________________________________
אפדעיט דאנערשטיג ויקרא נאכמיטאג:
קאנטעסט איז שוין אפען, אלע פרטים איבערן קאנטעסט
viewtopic.php?f=98&t=39203&p=1888449#p1888449
_____________________________________________
אפדעיט דאנערשטיג ויקרא ביינאכט:
וויכטיג מאכער ווערט אויסגעקליבן צו האלטן די געלט פונעם קאנטעסט
viewtopic.php?f=98&t=39203&start=125#p1888675

אפדעיט דאנערשטיג ויקרא 11:57 ביינאכט:
וויכטיג מאכער קאנפירמט אז די געלט איז שוין אין זיין באזיס
"יאפ, באקומען א קאנווערט מיט 500 מאות, און מיר וועלן דאס אי"ה איבערגיבן פארן געווינער פונעם פארמעסט..."
______________________________________________
אפדעיט זונטאג פרשת צו ביינאכט:
מיר האבן צוגעלייגט א PDF פון די קאנטעסט, ביטע פארשפרייטן פאר אייערע חברים.