בלאט 5 פון 6

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 6:33 am
דורך nmi
כ'האב געהערט אמאל אזא מעשה. א יוד אין מאנסי האט געוואלט פטור ווערן פון א פרוכט בוים איז ער געגאנגן צום רב/דיין זיך איבערעדן דערוועגן און ער האט באקומען א מהלך. ער רופט אריבער א גוי צו זיין בוים און פאנגט אים אן מסביר זיין אז מיר יודן טאטשן נישט קיין פרוכט ביימער... אין מיטן רעדן נעמט דער גוי ארויס פון זיין קאר א chainsaw און קנאקט אראפ דעם בוים. דער יוד האט געמיינט אז דא ענדיגט עס זיך. ער גיט אריין דעם גוי, דו ווייסט וואס דו האסט געטוען דא?...

דער גוי פארט ארויס פון דעם יוד'ס פראפערטי און אזוי ווי ער קומט אן צום ראוד קומט א קאר צו שמייסן פון די זייט און אריינגעשמעטערט אינעם גוי און אויפן פלאץ האט ער אפגעפייגערט. כן יאבדו כל אוביך ה'

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 8:48 am
דורך געריבענער סוחר
ווען איינער האקט אויס א גאנצע וואלד צי בויען, וויאזוי איז דעמאלטס די מעשה?
קוקט מען קודם דורך צי עס איז דא פירות ביימער? אדער מען דארף נישט קוקן, מען שטעלט עס אויף רוב, חזקה, און מען פארט אריין מיט א טרעקטער, און אין איין טאג איז אלעס קליען?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:10 am
דורך farshlufen
אין א געדעכטע וואלד איז געווענליך נישט פארהאן קיין פרוכט ביימער, ס'האט נישט די זון וכו' וואס עס דארף צו וואקסן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:11 am
דורך nmi
געריבענער סוחר האט געשריבן:ווען איינער האקט אויס א גאנצע וואלד צי בויען, וויאזוי איז דעמאלטס די מעשה?
קוקט מען קודם דורך צי עס איז דא פירות ביימער? אדער מען דארף נישט קוקן, מען שטעלט עס אויף רוב, חזקה, און מען פארט אריין מיט א טרעקטער, און אין איין טאג איז אלעס קליען?

מ'קוקט אדורך יעדע בוים מיט אן עקספערט און דערנאך רעדט מען עס אדורך מיטן דיין

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:23 pm
דורך געצ
צייט שטיפער האט געשריבן:
געצ האט געשריבן:עס איז דא א הויז אין קרית יואל וואס אלע איינוואינער האבן געליטן איינער דאן סינדרם איינער האט א קינד פארלארן די שמועה איינר איז אליין געווען קראנק אין אזוי ווייטער ''געדענק עס איז א שפיל מיט פייער''

האבן זיי אויך בודק געווען תפילין ומזוזות? געטשעקט עין הרע ביי די עין הרע לעידי? דור ישרים? וואס לויפסטו תיכף צום בוים?

פאקט אלע איינוואוינער האבן געליטן אין דארט איז געווען א בוים אין דער דיין ר געציל אין האדמור מפשעווארסק האבן געזאגט אז מען קען קויפן דארט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:40 pm
דורך מי יודע
געצ האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
געצ האט געשריבן:עס איז דא א הויז אין קרית יואל וואס אלע איינוואינער האבן געליטן איינער דאן סינדרם איינער האט א קינד פארלארן די שמועה איינר איז אליין געווען קראנק אין אזוי ווייטער ''געדענק עס איז א שפיל מיט פייער''

האבן זיי אויך בודק געווען תפילין ומזוזות? געטשעקט עין הרע ביי די עין הרע לעידי? דור ישרים? וואס לויפסטו תיכף צום בוים?

פאקט אלע איינוואוינער האבן געליטן אין דארט איז געווען א בוים אין דער דיין ר געציל אין האדמור מפשעווארסק האבן געזאגט אז מען קען קויפן דארט

פון פאלגן א דעת תורה ליידט מען נישט, אויב האבן זיי געזאגט אז מען קען קויפן איז ביי מיר ברור כשמש אז נישט פארדעם האבן זיי געליטן!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:48 pm
דורך נו גוט נו שוין
פון וואו נעמט איר אז האדמו"ר מפשעווארסק האט געזאגט אז מקען דארט קויפן?

פשוט אינטערסאנט ווייל ער איז מורא'דיג מחמיר געוויינדליך

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:29 pm
דורך yoel2124441100
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ט ווייל ער איז מורא'דיג מחמיר געוויינדליך

נישט געפערליך מחמיר בּכלל

געשריבן: מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:00 pm
דורך dim
און מיר איז יעצט אויסגעקומען אריבער צו גיין 7 גארפיעלד, די גאנצע שטח איז אויסגעהאקט און אויסגעמאלן, חוץ דער פרוכט בוים, איין איינציגער בוים וואס שטייט נאך דארט אזוי אין די זייט.

אבי מהאקט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:10 am
דורך הענדימען
געצ האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
געצ האט געשריבן:עס איז דא א הויז אין קרית יואל וואס אלע איינוואינער האבן געליטן איינער דאן סינדרם איינער האט א קינד פארלארן די שמועה איינר איז אליין געווען קראנק אין אזוי ווייטער ''געדענק עס איז א שפיל מיט פייער''

האבן זיי אויך בודק געווען תפילין ומזוזות? געטשעקט עין הרע ביי די עין הרע לעידי? דור ישרים? וואס לויפסטו תיכף צום בוים?

פאקט אלע איינוואוינער האבן געליטן אין דארט איז געווען א בוים אין דער דיין ר געציל אין האדמור מפשעווארסק האבן געזאגט אז מען קען קויפן דארט

אפאר ניקס אויף אייוועלט צוזאמען מיט דעם אנאנימער צעטלעך פארשפרייטער זארגן זיך מער פארן וואוילזיין פון כלל ישראל ווי פשעווארסקער רבי און ר' געציל בערקאוויטש?

דיינים, רבנים און רביים האבן נישט קיין מורא פון יעצנו רע?

מי יודע האט געשריבן:פון פאלגן א דעת תורה ליידט מען נישט, אויב האבן זיי געזאגט אז מען קען קויפן איז ביי מיר ברור כשמש אז נישט פארדעם האבן זיי געליטן!

אזוי רעדט א איד!

ס'איז דא א תשובה אין מנחת יצחק איבער באשטימען א קביעות דורך די יום החודש אויף די גוי'אישע קאלענדער זאגט ער אז ס'איז נישט מעגליך אז ס'זאל האבן א שייכות און ס'איז נאר א צופאל

א איד וואס גלייבט אין באשעפער און אין זיין תורה, גלייבט אין דעם וואס שטייט אמר הקב"ה אין אדם שומע לי ומפסיד און ס'קען נישט זיין אז מ'זאל פאלגן א דיין אדער רבי'ן און ליידן דערפאר

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 11:51 am
דורך טעם וריח
פיין אויסגעריסן אלע פירות ביימער @ יוסל וואלדמאן לאט (כמובן כגלייב זיי האבן עס נישט געטוען אן א דעת תורה)

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 12:04 pm
דורך nmi
.

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 2:32 pm
דורך יהלום
איך קען א יוד וואס האט געקויפט א שטח און געבויט א הויז א חודש נאך זיך אריין צהון האט זיין טאכטער ׁ(א מאמע פון קינדער) באקומען יענע מעשה און אוועק אפאר חדשים שפעטער ער איז געווען ביי א אדם גדול און יענער האט אהים געפרעגט אויב ער האט אמאל אף געשניטען א פרוכטבוים האט עק געזאגט ניין!
למעשה שפעטער האט ער זיך געכאפט אז ער האט געהאט אפגעשניטען א בוים ווען ער האט געקויפט זיין שטח איז ער געגנגען פרעגען דער אלטע בעל בית פון וועמען ער האט עס געקויפט און יענער האט אהים געזאגט אז עס איז געווין א פרוכט בוים!!
(א מןפת פונם גדול און אויך דער הארבקייט פון שניידען א פרוכט בוים)

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 2:51 pm
דורך דודהמלך
אויף בעדפארד און פארק איז אויך געווען פרוכט ביימער, מ'האט עס אויסגעריסן, און געבויט א הויכן בנין כאילו לא היה...

ס'איז א רחמנות אוף די מענטשען וואס וואינען דארטן און ווייסן פון גארנישט...

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 3:22 pm
דורך יהלום
איך ווייס נישט אויב עס איז ייער שילד אז דער בעל הבית האט עס אפגעשניטען

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 4:46 pm
דורך בבל
טעם וריח האט געשריבן:פיין אויסגעריסן אלע פירות ביימער @ יוסל וואלדמאן לאט (כמובן כגלייב זיי האבן עס נישט געטוען אן א דעת תורה)

מען נעמט איצט אראפ די ביימער אויף א ספעציעלע וועג מיט די ווארצל אין ערד , עס ווערט געזיכט א רעפארטער פין אייוועלט מיט א קעמרע אפראט

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 5:01 pm
דורך יהלום
איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 6:33 pm
דורך דודהמלך
יהלום האט געשריבן:איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

אין סקווירא איז דא א בוים אינעם שול.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 12:21 am
דורך הענדימען
דודהמלך האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

אין סקווירא איז דא א בוים אינעם שול.

יעדער זאל זיך פירן וויאזוי זיין רבי הייסט אים. מ'קען נישט ברענגען קיין ראיות פון אנדערע חסידות'ן. ספעציעל פון סקווירא וואס זענען גאר שטארק מחמיר אויף צוואת ריה"ח

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 1:26 am
דורך nmi
דודהמלך האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

אין סקווירא איז דא א בוים אינעם שול.

דאס מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט קרעקן די פאנדעישן.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 10:50 am
דורך צייט שטיפער
nmi האט געשריבן:
דודהמלך האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

אין סקווירא איז דא א בוים אינעם שול.

דאס מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט קרעקן די פאנדעישן.

נביא? אדער א קללה?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 12:12 pm

דרך הטבע

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 21, 2019 12:48 pm
דורך להגדיל שמו
nmi האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
דודהמלך האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:איך ווייס א ביהמ"ד וואס האט געוואלט בויען און זיי האבן געהאט א פרוכט בוים האבן זיי געפרעגט דער רב און זייער שטאט (לאנדאן) און אויך דער רבי פון דער חסידות און ביידע האבן געזאגט אז לצורך ביהמ"ד מעג מען עס אריבער פירן צו אנדערע פלאץ וכך הוה און אלע 3 ביימער לעבן נאך און דער אנדערע פלאץ!!

אין סקווירא איז דא א בוים אינעם שול.

דאס מיינט אז אין 20 יאר ארום וועט קרעקן די פאנדעישן.

נביא? אדער א קללה?

דרך הטבע

חחח...

געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2019 10:40 am
דורך הענדימען
כ'מיין אז די בוים איז שוין טויט

געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2019 11:00 am
דורך צו געזונט
לגבי סקווירא און צוואת רבי יהודה החסיד. דארט איז דא די געוויסע זאכען וואס מען איז מחמיר לויט די צוואה, אבער נאר די זאכען איז מען מחמיר. די אנדערע זאכען וואס זיי האבען נישט מקובל, איז א BIG NO NO און מען טראכט ניטאמאל דערפונען. און עס וועט זיך נישט איינער וואגען און זאגען אז עס שטייט דארט און דארט, אדער "וואס באדערט דיך" מחמיר צו זיין. מ'וואגט זיך נישט אויף נייע זאכען וואס איז נישט איינע פון די ק'פעי'דא'ס אדער מקובל פון פריער