נאר עלטערן מיט קינדער אין שערי חמלה - סקול דיסטריקט - פארשטייען וואס מיינט א קינד אין שערי חמלה, וכל המסתעף, אפגעזען פון טעגלאש, אפגעזען פון אויבנאויפיגע ווערטער און דעקלעראציעס, אפגעזען פון אומבאגרינדעטע גאסן שטייער "חשבונות." קוים ווען מ'טוט עס 12-18 שעה א טאג, יארן לאנג, האט מען "אביסל" ארויס די חשבונות. נאר דער צדיק הדורות מרן רבינו הק' זי"ע האט געקענט מייסד זיין קרית יואל, אזאנס איינס אין דער וועלט, און נאר אין זיין הייליגע שטאט האט מען געקענט מייסד זיין שערי חמלה, אזאנס איינס אין דער וועלט. ודו"ק כי קצרתי אחת מני אלף. נישט געמאכט פאר טענעריי אהין און צוריק. יעדע ווארט ברבים איז איבעריג און א שאד.
הרב מזל, גערעכט מיט שערי חמלה. אבער די אלגעמיינע דיסטריקטן האבען אויך ספעשל עד, נאר עס איז א טייל פון די אלגעמיינע שולע געביידע, און א טייל פון די אלגעמיינע שולע אדמיניסטראציע. אבער ווען דו וועסט מעטשן די פעיראל פון די אדמיניסטרעיטארס דא מיט עטליכע יאהר עקספעריענס און פון אנדער פיל גרעסערע שולעס מיט פול מער עקספעריענס, העסטו שוין זעהן פארוואס דא איז די שטייער אביסל טייער ACCORDINGLY...
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז לאו דוקא ספעשל עד. די דיסטריקט טוט סערווירן אלע (?) 15,000 קינדער וואס וואוינען אין קרית יואל. טאקע נישט מיט א שולע, אבער מיט פיל אנדערע אנגעלעגנהייטן. ווי די קאסטבארע באס טראנספארטאציע און טעקסט ביכער, און אויך ספעשל עד, וואס מיינט נישט בלויז די פאר הונדערט וועלכע זענען ליידער ענראולד אינעם סיסטעם, עס איז דא אסאך הילף פראגראמען פאר קינדער אין ראם פון די געווענליכע שולע. דערנאך איז פאראן אדמיניטראטיווע מענעדזשמענט און לעגאלע קאסטן וואס עקזיסטירט אפגעזען וויפיל קינדער עס גייען אין די שולע.
מאנרא וואדבארי פון די צווייטע זייט, באקומט יערליך צענדליגער מיליאנען אין סטעיט הילף, פון וואס קרית יואל באקומט כמעט גארנישט. ווייל די הילף געלטער איז אנגעוואנדן לויט א פארמולא פון די אפיציעלע פאבליק סקול ענראלמענט צאל. אין די לעצטע פינעף יאר האט די קרית יואל סקול דיסטריקט איבערגעארבעט איר פינאנציעלע סטראטעגיע מיט פרישע מענעדזשמענט כוחות און דער רעזולטאט איז טאקע געקומען אין פארם פון א 10 פראצענט שטייער רעדוקציע אין די לעצטע פיר יאר, עפעס אויף וואס איז גאר שווער צו ווארפן א שווארצן ליכט.
לויט ווי איך האב געהערט בעט מען עקסטער פאר ביכער(די טשעק טאר נישט זיין אויסגעשטעלט צו uta) און טראנספארטאציע (איך רעד נישט פון זונטאג)
א נישט איד האט מיר לעצטנס אנגעשטעלט אין מידעלטאון בעטן איך זאל שתדלן פאר זיין קינד אדער אייניקל צו ווערן אנגענומען דא אין סקול. די חברה דארפן צאלן מיין איך
ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז לאו דוקא ספעשל עד. די דיסטריקט טוט סערווירן אלע (?) 15,000 קינדער וואס וואוינען אין קרית יואל. טאקע נישט מיט א שולע, אבער מיט פיל אנדערע אנגעלעגנהייטן. ווי די קאסטבארע באס טראנספארטאציע און טעקסט ביכער, און אויך ספעשל עד, וואס מיינט נישט בלויז די פאר הונדערט וועלכע זענען ליידער ענראולד אינעם סיסטעם, עס איז דא אסאך הילף פראגראמען פאר קינדער אין ראם פון די געווענליכע שולע. דערנאך איז פאראן אדמיניטראטיווע מענעדזשמענט און לעגאלע קאסטן וואס עקזיסטירט אפגעזען וויפיל קינדער עס גייען אין די שולע.
מאנרא וואדבארי פון די צווייטע זייט, באקומט יערליך צענדליגער מיליאנען אין סטעיט הילף, פון וואס קרית יואל באקומט כמעט גארנישט. ווייל די הילף געלטער איז אנגעוואנדן לויט א פארמולא פון די אפיציעלע פאבליק סקול ענראלמענט צאל. אין די לעצטע פינעף יאר האט די קרית יואל סקול דיסטריקט איבערגעארבעט איר פינאנציעלע סטראטעגיע מיט פרישע מענעדזשמענט כוחות און דער רעזולטאט איז טאקע געקומען אין פארם פון א 10 פראצענט שטייער רעדוקציע אין די לעצטע פיר יאר, עפעס אויף וואס איז גאר שווער צו ווארפן א שווארצן ליכט.
לויט ווי איך האב געהערט בעט מען עקסטער פאר ביכער(די טשעק טאר נישט זיין אויסגעשטעלט צו uta) און טראנספארטאציע (איך רעד נישט פון זונטאג)
ב"ה פון מיר האבן זיי פארגעסן, כ'צאל נישט פאר ביכער פון די לימודי חול פאר יונגלעך און מיידלעך. אויך טראנספארטאציע צאלט מען נישט פאר די טעג וואס דער פובליק שולע איז אפן
וואוינען אין די פראדזשעקטס אין וויליאמסבורג איז אויך אסאך אסאך ביליגער ווי וואוינען אין א נארמאלע בראוינסטיין הויז, מען צאלט נישט אין די פראדזשקעטס קיין עלעקטעריק ביללס, רענט איז ממש 300 א חודש, וכולהו, וועט איינער דאס קאמפערן אמאל צו א נארמאלע געשמאקע פריוואטע הויז? ניין. לא זו אף זו, רוב עולם היינט ברעכט פון די פראדזשעקטס לייף סטייל, כאטשיג אונזערע עלטערן זעעכן דארטן אויפגעצויגן געווארן.
מען רעדט דא אין קרית יואל פון בויען פאר מענטשן אנגעשטויסענע דעוועלאפמענטס, פרייזן פון די הייזער זענען בכלל נישט ביליג, בעסער געזאגט גוט טייער, ממילא איז געקומען די הקרי׳ בארואיגן די מענטשן און פארטושן א קאפ אז סקול טעקס צאלט מען זייער ביליג.
די פראבלעם איז נאר געווען אז דער עולם ברעכט שוין פון די פראדזשעקטס סטייל, ספעציעל ווען עס איז בכלל נישט ביליג אויך נישט צו קויפן, און פארדעם זעט מען אזא שטארקע מאוומענט ביי מענטשן ארויסצומופן, אפילו עס קאסט זיי מער סקול טעקס. דער אמת איז אבער, אז מיט א ניכטערן בליק איז אפילו נישט טייערער צו וואוינען אין בלומינג גראוו ווי אין שטעטל ווען מרעכנט אריין אלע נומבערס, למעשה קען מען נאך אלץ קויפן הייזער פאר 350-400 טויזנט איבערפיקסן איז צווישן 50-75 און ס׳איז נאך אלץ ביליגער ווי די קאנדא, און מ׳קען איבער ארויסבויען נאך עקסטענשאנס, מיט די צייט לייגן א טענענט אונטן, און מ׳האט קוואלעטי און לייף וואס מ׳האט נישט אין א קאנדא.
דאס איז געווען די גאנצע שמועס דא, און איך זעה נאך אלץ נישט קיין איןנפארשטענדליכע סיבה ״פיינענשאלי״ צו קויפן א קאנדא, האלטן די געלט איינגעשפארט אפאר יאר, וכולהו, נאר אז מען האט מורא אדער מען וויל נישט ארויסצוגיין, אבער נישט ווייל ס׳איז ביליגער צו קויפן אין שטעטל. און נאכמאל, ענטפער מיר נישט אז טעקס איז ביליגער, ווייל די חודשליכע מארגעדזש און גמח״ן און מעינטענעס וואס מען צאלט קומט נישט אויס אזויפיל ביליגער. די גאנצע זאך איז א טרוקענע ״פיינענשאלי״ דיבעיט.
און ברענג נישט פון וואודבארי וואס יעדער ווייסט אז ס׳איז טייער, די מענטשן האבן נאך אלץ געוואלט גיין דארטן, אבער בלומינג גראוו איז פיל ביליגער, און האט זייער ביליגע ווילידזש טעקס. קען איינער זאגן וויפיל וועלעדזש טעקס, וואסער און גארבידזש טעקס, מען צאלט צווישן די צוויי מוניציפילאטעטן?
נאמבערס דאונט ליי, איך בין זיכער אז איינער וואס האט געקויפט א קאנדא האט נישט קיין ביליגערע חודשליכע ביל, חוץ אז איר ברענגט אדרעסן מיט נאמבערס. אז דו ווילסט צאלן צו בלייבן אין געגענט, כל הכבוד, וועלקאם טא לייף.
דיסקלעימער, איך בין נישט קיין בראוקער, נאר סתם א נייגעריגער, און א געריבענע סוחר.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
איז דא איינער וואס קען דיטעילס פון בלומינג גראוו טעקסעס וואס קען דורכגיין די נומבער׳ס? (דאכט זיך אז ס׳איז נאר דא 3 טעקס בילס, סקול, ווילעדזש, און קאונטי-טאון צוזאמען, אלע אנדערע זאכן ווי, לייבערערי, פאליציי, אמבולאנס, פייער, ליגט אלעס נכלל אין די פריערדדיגע).
- ואגב, אין קרית יואל באצאלט דער עולם אויכעט פאר די (פאליציי) פובליק סעיפטי, חברה הצלה (ששש...), מצילי אש, אויפהאלטן רוח החיים פארק, וכולהו, דאס אלעס איז פון טעקס געלטער, נאר איז באהאלטן אינעם בודזשעט.
נעם אין אכט, אז האסט אנגעכאפט א גוטן משל גראדע, ווייל ווירדזשיניע איז פערצופעל פון די שענסטע און טייערסטע גאסן דארטן, און אזא סטייל הויז ווי ר׳ ישראל גאלדבערגער צאלט אויך 10,000 אין קרית יואל ווי אויבן ערווערט.
ברענגט דאס צוריק צום אויבערפלאך וואס איך זאג א גאנצן צייט, אז וואוינען אינדרויסן פון שטעטל איז גארנישט טייערער, פון ווען דו האסט א פריוואטע הויז אין שטעטל! פינטל.
די פיילס האב איך באקומען אין אישי פון 2015. היינט איז עס מעגליך מער. די בילל איז פאר א 2800 סק.פס. סינגעל פעמעלי הויז אין קר"י. קליינע לאט. שטייצעך די הויז איז נישט אוף קארלעסבורג.
דאס איז א קיימא לן פון בערך צוועלעף אלפים.
אטעטשמענטס
Scanned from a Xerox Multifunction Printer (006)_Page_3.jpg (675.2 KiB) געזען 4809 מאל
Scanned from a Xerox Multifunction Printer (006)_Page_4.jpg (518.8 KiB) געזען 4814 מאל
Scanned from a Xerox Multifunction Printer (006)_Page_1.jpg (550.37 KiB) געזען 4814 מאל
גיימער אריבער צו די ביליגע 'דועלק' געסל אין בלומינג גראוו, צו א פיצעלע איין שטאק כאטקע היים פון 960 סק. פוס, וואס א דאנק לעצטיגע אומ'יושר'דיגע אסעסמענט איבערשאצונג אין רעזולטאט פון א הויכע סעיל פרייז איז די אסעסט וועליו געשטיגן פון 32,400 צו 50,700.
ר' יום טוב האט געשריבן:גיימער אריבער צו די ביליגע 'דועלק' געסל אין בלומינג גראוו, צו א פיצעלע איין שטאק כאטקע היים פון 960 סק. פוס, וואס א דאנק לעצטיגע אומ'יושר'דיגע אסעסמענט איבערשאצונג אין רעזולטאט פון א הויכע סעיל פרייז איז די אסעסט וועליו געשטיגן פון 32,400 צו 50,700.