חושב מחשבות... האט געשריבן:שמעתי אז די פלאן איז געווען אפצוקויפן אסאך שטח ארום און ארום גיבערס, און מיט דעם קענען מאכן א ווילעדזש, און אזוי ארום האבן מער זעלבסשטענדיקייט און אייגענע בעלות צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מתוך מנוחה. און מיט די מקח אויפן די ישיבה שטח האט מען ענדגילטיג דערגרייכט די ציל, און יעצט קען מען שוין זיך נעמען צום התייסדות הווילעדזש, איינער קען קאנפירמען אויב דאס איז אמת? און ווילאנג ס'נעמט צו מאכן א ווילעדזש, און וואס די פלענער זענען אויף ווייטער.,.
די פלאן פון א ווילידזש [מיט די נאמען עטרת] איז שוין יארן צוריק אראפ פון טיש (סקומט ארויף נאכאמאל יעדע שטיק צייט, אבער סאיז דאמירן בעלמא)
און סוואלט געווען גרינגער צו מאכן ווען די ישיבה איז נאך דארט
שמעתי אז אויף די פאפירן איז עס שוין געווען איבערגעשריבן פאר מוסדות קייאמישע יארן צוריק (מן הסתם איז עס נישט אמת)
קאנספיראציע האט געשריבן:איינער ווייסט קראנט,
צו קייאמישע מוסדות האט שוין גע'קלאוז'ט,
און פאר וויפיל געלט?
און ווי גייט די מאנסי'ער ישיבה -וועלכע איז דארט געווען ביז יעצט- זיין סטאנציאנירט?
יא
יא
4 מיליאן בנוסף צו א מיליאן וואס מהאט שוין געהאט געגעבן פאר א חלק שטח
דערווייל דארט, נאך פסח תשפ"ב אין פעיס יונעווערסעטי אין וועסטשעסטער
נ.ב. רוב שטח איז געווען א שותפות 50/50 פאר מאנסי און קייאמישא לויט די צוואה