נחום וואהלינער האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:Wow!
איך האב נישט געגלייבט אז עס איז דא אזא אינטערעסע אין די נושא. איך האב געמיינט אז דאס איז מיין משוגעת hobby.
מילער: יא, עס איז שוין דא 100 יאהר א קליינע קהלה מיט א שוהל. דאס איז בנוסף צו די גאר ווארימע חסידישע שוהל פון הגר"י ל"ב גאב"ד וואדרידזש שליט"א. וואודרידזש האט זיך אזוי צוביסלעך און שטיל גאר שיין אויפגעבויט אין די לעצטע 15 יאהר. עס איז דא דארטן אידן פון סאטמאר, פאפא, וויען און אונגערישע געשטימטע היימישע אידן א גאנץ יאהר. עס איז דא דארט איינער טאבאק די בע"ב פון היילענד פארק וואס וואוינט שוין דארט היבש אסאך יארן, ווי אויך קענען מיר א היימישע משפחה 'מצליח' וואס וואוינען דארט שוין דורות... מערסטענס מיטל יעריגע אידן וואס האבן שוין אויסגעגעבן רוב קינדער. לעצטענס האבן זיך אהנגעהויבן ארייציען אויך משפחות מיט קינדער. זיי האבן א מקווה טהרה א גאנץ יאהר. ווי אויך האט די לאקאלע שוהל נישט פארפאסט א מנין פאר 100 יאר!!!! וואכן, שבת, יו"ט, יו"כ, שחרית, מנחה, מעריב. עס איז דא א legend אז איינמאהל א' סליחות (זיי זאגן מוצאי שבת) איז נישט געוועהן קיין מנין ביז עס איז אהנגעקומען א pick up truck מיט א איד - עור עזר במתניו leather jacket & boots ווי א פארמער פאר א צענטער און זיי זאגן אז ער איז געוועהל אליהו הנביא זכור לטוב.
די מעשה האב איך געהערט פון די רב הקאנגערגעישאן
[שוין ריטייערט - היינט איז שוין דא א נייע] וואס בדידיה הוא עובדא.
וואדרידזש איז אלץ געווען א אידישע שטעטל, מ'פארציילט אז רבי ברוך בער איז אמאל דארט געווען אויף שבועות, אריינקומענדיג אין שול יו"ט ביינאכט האט ער געזאגט אז ער פילט זיך ווי אינדערהיים אין קאמיניץ...
די מעשה מיט רבי ברוך בער זצ״ל איז פארגעקומען אינעם אלטען ביהמ״ד קהל אנשי סענטערוויל,
(תרע״ז האבן די אינסטאנצן געטוישט נאמען פון סענטערוויל צו וואודרידזש)
די סענטערוויל קהילה איז געגרינדעט געווארן פארן ערשטן וועלט קריג בשנת תרס״ג דורך אידן בעלי מסירת נפש וועלכע האבן אוועקגעמופט פון ניו יארק סיטי ווי מען איז געווען געצווינגען צו ארבייטען אום שבת רח״ל,
האבן זיי ארויסגעמופט קיין וואודרידזש ווי זיי האבן געקויפט אייגענע פארמס אזוי זענען זיי געווען בעה״ב אויף זיך אליין ווען יא צו ארבייטען און ווען נישט,
אין די תר״צ יארן זענען די אידן אין וואודרידזש געווען רוב פון די ווילעדזש און די צענטער קהלה פון סאליווען קאונטי ניו יארק,
בשנת תשל״ו האט די אלטע ביהמ״ד דקהל אנשי סענטערוויל אפגעברענט,
צילוב א מחלוקה ווער עס זאל זיין שוחט האט געפירט די אינגערע דור צוגרינדען א אייגענע קהלה/ביהמ״ד דאס איז די היינטיגע טאון שוהל,
קאנג. אוהב שלום וועלכע האט ליידער יארן נישט געהאט קיין מחיצה עד שבא און די אנהייב תש״ס יארן
הרה״ח בנש״ק ר׳ יוסף סופר ז״ל און האט מתקן געווען די מחיצה.
מיר וועלן בעזהשי״ת צירוק קומען בקרוב מיט פונקטליכע דאטומס פאר אלעם אויבען דערמאנט, מיט מער דעטאלן.