כאפצעם האט געשריבן:לינדן איז נישט ביליג אין ס"ף (בערך ווי לעיקוואוד) און אין טעקס, אבער ס'איז קליינע הייזער (עוורידזש ארום 1,500 ס"ף) וואס מאכט אז די טאטאל פרייז זאל זיין ביליג (ארום 300,000).
א גאר גוטע אפשען פאר ווער ס'וויל נישט דווקא א גרויסע הויז און זיכט א רוהיגע געגענט 35 מינוט פון בארא פארק.
באקימען פין איינעם ארויף צי לייגען דא
איך גיי אי׳ה מופן קיין לינדען, פרייזען מיין איך אז עס איז ביליגער ווי אנדערע געגנטער, ביליגער מיין איך מיטען האבן דיין אייגענע הויז-לאט אבער! א דוגמא לעיקוואוד צאלט מען דאפעלט ווי לינדען מען באקימט טאקע א נייע דירה יודיש׳ליך אויסגעשטעלט סאך גרעסער ווי אין לינדען אבער באקימסט נישט דיין אייגענע בעקיארד פראנט יארד פרייוועסי וכדומה אין מען דארף זיך עס קענען ערלויבען, אין לינדען איז דא גרויסע הייזער אויך נישט נאר 1500 ספ, איך האב 1500 ספ מיט אן אויפגעפיקסטע בעיסמענט פין איבער 600 ספ האסט א גאראדש וואס מען קען מאכען פאר נאך א רום האסט א בוידעם ס׳איז נישט אזוי קליין צים סוף, האסט דיין אייגענע יארד אויב ווילסטו שפעטער צי בויען דארפסט זיך נישט רעכענען מיט קיין שכינים ס׳האט מעלות אין חוסרונת אין וועגן טעקס איז פאר מיך בערך $11,000 ס׳איז טייער אבער ווי איז ביליגער?
ס׳איז דא נאך זאכען וואס מאכט לינדען אנדערש אבער נישט פין דעם רעד איך יעצט
נ.ב שקויעך פאר אלע ניקים דא וואס האבן געברענגט אינפראמציע. געהאט אסאך צי נעמען פין דא
I got from someone private