זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווי הויעך זאל מען בויען אין קרית יואל

מען זאל לאזען בויען אפילו 20 שטאק עס זאל זיין געהעריג סיטי סטייל, קרית יואל איז נישט געמאכט פאר גראז, נאר אז אידען זאלן וואוינען צווישען אידען.
59
24%
יא איך וויל מען זאל בויען 6 שטאק הויעך עס וועט אסאך לינדערן די דירות מאנגעל, און עס וועט זיין שטערקער געבויט ווי ביז היינט.
32
13%
נאר פיר שטאק אזוי ביז היינט + א בוידעם און א בעסמענט.
20
8%
דריי שטאק ברך משה סטייל.
101
40%
נאר 1 פאמיליע הייזער אזוי די טאון לאזט,
39
16%
 
סך הכל שטימען: 251

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:די שטיגען מאכן יעדן טאג א נייע הקפה ניגון..

:lol:

א זייטיקע נאטיץ מענין לענין. סאטמר רב ז"ל איז אמאל געווען אין קאר און ביים אנצינדן די מאטאר האט עס געמאכט קונצן און געגריזשעט. האט ער געזאגט מ'זאל ריפן ר' יאסל, אפשר וועט ער כאפן א תנועה..
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ר' יום טוב האט געשריבן:
שוק הימין האט געשריבן:
האו אבאוט @יום טוב און נאך אפאר חברה דא זענען אויף פעיראל ביי איינעם.......


שלום עליכם...

איך ברענג בלויז צום אויבערפלאך די חסרונות פון וואוינען זייער הויך אויף א הויכע שטאק. דעטס איט. קען זיין אפשר מ'דארף מאכן א באזונדען אשכול דערצו.
דאס איז חוץ סעיפטי אישו'ס. טראכט איין מינוט א סיטואציע אויב א סטראקטור פייער ברעכט ח"ו אויס אין א הילצערנעם בנין בעת דיין פאמיליע שלאפט אויפן אויבערשטן שטאק. פייער גייט אויף ארויף זייער שנעל.


אויך געטראכט די זעלבע ביים אריבער פארן דארטן. פינעף שטאק ארויף אן קיין איין שטיקל אייזן, סהאט מיר געכאפט א שרעק, די אויבערשטער זאל אפהיטן. כהער אז סאיז דא ספרינקלערס איבעראל אבער אין מיינע אויגן איז עס א מעטש באקס. מאך כאטש די סטעפס און פייער עסקעפס פין אייזן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

פופציגער האט געשריבן:אגב, איינער דא ווייסט וויפיל דער פראיעקט קאסט אים אפ???
ער וואלט זיך נישט געקענט האלטן מיט קלענערע בנינים, קלאר נישט! ווייל אפילו יעצט האט ער גרויסע פראבלעמען, כידוע

איך בין נישט אזוי זיכער אז בויען קלענער איז טייערער. איך האב שוין אמאל געשריבן דא ערגעץ א חשבון דערוועגן, אז די היינטיגע וועג פון בויען 20-40 דירות אין א בנין קומט די בוי-קאסטן אויס היבש טייערער פער סקווער פיס. נאר וואס דען, שטח קאסט אסאך און בסך הכל מאכט מען ריווח.
עס איז טאקע אמת אז היינט צו בויען קאסט אסאך, פאר די פאלגענדע סיבות:
- ווי געזאגט ווייל מען בויעט גרויסע בנינים, וואס דאס קאסט אפ פיל מער פער סקווער פוס.
- ווייל די פראפערטי קאסט אסאך. (און דאס איז דאך באזירט אויף וויפיל מ'קען בויען)
- אמאל האט איז א בויער געווען די פאך פון א פשוטער בעה"ב נישט אנדערש ווי א גראסערי מאן. א לאט האט געקאסט פרוטות און מיט די בוי קאסטן האט מען זיך מסדר געווען. היינט איז אין יעדע דעוועלאפמענט אינוואלווד א מנין עסקעלעידס, פון בראקער ביז אפרעיזער וואס יעדער מוז לעקן א פעט ביינדל. גארנישט שלעכט, איך פארגין זיי הארצן גערן.

ועל כולם איז די היינטיגע מעגליכקייט צו באקומען ריזיגע מארגעדזשעס די הויפט שולד אין די הויכע פרייזן. איך גלייב אז אויב דער עולם קען באקומען א מיליאן דאלאר מארגעדזש, דאן וואלט א דירה געקאסט 1.2
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ר' יום טוב האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:אגב, איינער דא ווייסט וויפיל דער פראיעקט קאסט אים אפ???
ער וואלט זיך נישט געקענט האלטן מיט קלענערע בנינים, קלאר נישט! ווייל אפילו יעצט האט ער גרויסע פראבלעמען, כידוע

איך בין נישט אזוי זיכער אז בויען קלענער איז טייערער. איך האב שוין אמאל געשריבן דא ערגעץ א חשבון דערוועגן, אז די היינטיגע וועג פון בויען 20-40 דירות אין א בנין קומט די בוי-קאסטן אויס היבש טייערער פער סקווער פיס. נאר וואס דען, שטח קאסט אסאך און בסך הכל מאכט מען ריווח.
עס איז טאקע אמת אז היינט צו בויען קאסט אסאך, פאר די פאלגענדע סיבות:
- ווי געזאגט ווייל מען בויעט גרויסע בנינים, וואס דאס קאסט אפ פיל מער פער סקווער פוס.
- ווייל די פראפערטי קאסט אסאך. (און דאס איז דאך באזירט אויף וויפיל מ'קען בויען)
- אמאל האט איז א בויער געווען די פאך פון א פשוטער בעה"ב נישט אנדערש ווי א גראסערי מאן. א לאט האט געקאסט פרוטות און מיט די בוי קאסטן האט מען זיך מסדר געווען. היינט איז אין יעדע דעוועלאפמענט אינוואלווד א מנין עסקעלעידס, פון בראקער ביז אפרעיזער וואס יעדער מוז לעקן א פעט ביינדל. גארנישט שלעכט, איך פארגין זיי הארצן גערן.

ועל כולם איז די היינטיגע מעגליכקייט צו באקומען ריזיגע מארגעדזשעס די הויפט שולד אין די הויכע פרייזן. איך גלייב אז אויב דער עולם קען באקומען א מיליאן דאלאר מארגעדזש, דאן וואלט א דירה געקאסט 1.2

סיבות איז דא גענוג, פאקט איז פארט פאקט אז ווען ער בויעט וווען דריי שטאק וואלט ער זיך שווער געדעקט,

אודאי גייט ער ארויסנעמען עט די ענד א פעטן מטבע, ווען נישט טוט ער עס נישט,
אבער כדי צו קענען בויען און אנגיין ביזן ענדע דארף ער האבן גענוג געלט, און די פשוטע חשבון איז אז ווען 200 אידן לייגן אראפ דאון פעימענט האט ער מער ווי ווען 1400, שטימט?
זאת ועוד, דער לאט איז יעצט ווערד מער אזוי אז ער קען נעמען א גרעסערע לאון,
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

לויט די וועג ווי געוויסע לייגן דא אראפ די חסרונות פון א דירה אין קרית יואל פאנג איך אן ווערן ערענסט באזארגט.

אויב איז אמת אז נאך 20 יאר דארף מען אריין לייגן שווערע געלטער אין די דירה, און נאך דרייסיג יאר צופאלט עס, מה הועילו בתקנתם? ביי טיים מ'ענדיגט צאלן די מארטגעדש טרעפט מען זיך אן קיין דאך איבער'ן קאפ?

איך ווער ערענס קאנסערענד איבער די מעלות פון קויפן א הויז ווס. דינגן.

אויב איז דאס אמת, איז דא אפילו איין מעלה צו קויפן א הויז?
אוועטאר
עכט איך
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט איך »

פאלם טרי האט געשריבן:איך האלט אויך אז העכער 3 שטאק זאל מען דארפען מאכן א עלעוועטער

100% גערעכט, אפי' ביי אונז אין בארא פארק אויך סאיז א גרויסע עוולה צו בויען 5 שטאקיגע דירות אן א עלעוועיטער
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

איך מיין אז מען זאל קודם ברייטער מאכן דו גאסן מען זאל קענען פארקן פון ביידע זייטן און נישט בלאקן דע גאנצע טרעפיק און מען זאל בויען פון שטיין און ער זאל אריין לייגן א גוטע עלעוועטער נאר אזוי אלט איך אז עס מאכט סענס צו בויען 6-7 שטאק
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

Joel האט געשריבן:איך מיין אז מען זאל קודם ברייטער מאכן דו גאסן מען זאל קענען פארקן פון ביידע זייטן און נישט בלאקן דע גאנצע טרעפיק און מען זאל בויען פון שטיין און ער זאל אריין לייגן א גוטע עלעוועטער נאר אזוי אלט איך אז עס מאכט סענס צו בויען 6-7 שטאק

the main issue in kiryas yoel is parking
because of the crazy new developments
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פאלם טרי האט געשריבן:איך האלט אויך אז העכער 3 שטאק זאל מען דארפען מאכן א עלעוועטער

אין איך בין טאקע נייגעריג ווי הויעך קען מען בויען מיט האלץ ? ווי לאנג האלט זיך עס ?
אויב אינער וואס ווייסט קען אריינקומען

סאיז א נארמאלע זאך ביי גויאישע דעוועלפמענטס צי בויען אזא זעקס שטאק, זיי מאכען עס נאר אויסקוקען אנגענעם אין סבלענד אריין, די וועג וויאזוי זיי מאכען די פארטשעס וואס זיי מאכען אסאך מאל מיט אייזען וואס סמאכט עס אויסקוקען בעסער,
אבער ביי די גוים איז נישט דא קיין שבת און ביי די גוים ווען איינער געט אזא לייג אראפ אזא דעוועלפעמענט וועלען זיי עס מאכען אביסעל לוקזשערי,

אין קיינער מוז נישט וואוינען דארט יעדער זעט פינקטליך אין וואס ער טרעט אריין,

משא"כ ביי אידען ווילסט דאך דוקא וואוינען אין קרית יואל סא די קענסט נישט זאגען אייביג פאר א אינגערמאן גיי קיין פייוו טאונס צי מאנסי,

איך האב די זעלבע געזאגט לגבי וויליאמסבורג, נישט יעדער קען מאכען אומבאקוועם פאר א צווייטען אין זאגען פוץ אפ, סארבעט נישט אזוי אין אסאך מאל גרעניצט זיך עס מיט הארבע איסורים, סאיז דאך פארט דא ביי אידען אן ענין פון בר מצרא,

האבענדיג געזאגט דעס, ווייס איך אז קרית יואל איז געבענטשט מיט אזא שפראך!!

נו וויאזוי זאל איך עס אנרופען?
נו שוין, ווער סוועט עפענען א אשכול וואס גרעניצט זיך מיט קרית יואל וועט כאפען וואס איך מיין!
סאיז נאר טאקע אזא שפראך אבער פאר פרעמדע קוקט עס אויס ווי ריכטיגע מתאוננים,
סא אויב איינער זוכט סתם אראפצירייסען א דעוועלפער, דעמאלטס זאל מען וויסען אז סאיז דא א צווייטע זייט פון די מטבע ווי אנדערע האבען שוין ארויסגעברענגט,

איך האב נאר געוואלט זאגען אז מבויעט יא אזאלעכע 6 צימאל זיבען שטאקיגע דעוולעפמענטס מזעט עס ארום אין די סטעיטס לעבען "די סי " קען מען עס אסאך זעהן אין אפי אויפן 17 ביי מידעלטאון האט א דעוועלעפער אראפגעלייגט אפאר באקסעס מיט א טאטעל פון איבער 1000 דירות (דערוואגען זאל מען זיך צי מאכען דעס פאר אידען)
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך ווייס אפי נישט צי איינער וועט זיך אנטקעגען שטעלען צי מאכען אן עלעוויטער כאי סשטערט איינעם ממאכט עס פאר אזא בער,

סאיז דא אפיס בילדינגס אויפן 208 אדער דאקטוירעם אפיסעס ווי סאיז 3 שטאק אין זיי האבען מסתמה א עלעוועטער
אפשר נישט
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר נישט »

פופציגער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:אגב, איינער דא ווייסט וויפיל דער פראיעקט קאסט אים אפ???
ער וואלט זיך נישט געקענט האלטן מיט קלענערע בנינים, קלאר נישט! ווייל אפילו יעצט האט ער גרויסע פראבלעמען, כידוע

איך בין נישט אזוי זיכער אז בויען קלענער איז טייערער. איך האב שוין אמאל געשריבן דא ערגעץ א חשבון דערוועגן, אז די היינטיגע וועג פון בויען 20-40 דירות אין א בנין קומט די בוי-קאסטן אויס היבש טייערער פער סקווער פיס. נאר וואס דען, שטח קאסט אסאך און בסך הכל מאכט מען ריווח.
עס איז טאקע אמת אז היינט צו בויען קאסט אסאך, פאר די פאלגענדע סיבות:
- ווי געזאגט ווייל מען בויעט גרויסע בנינים, וואס דאס קאסט אפ פיל מער פער סקווער פוס.
- ווייל די פראפערטי קאסט אסאך. (און דאס איז דאך באזירט אויף וויפיל מ'קען בויען)
- אמאל האט איז א בויער געווען די פאך פון א פשוטער בעה"ב נישט אנדערש ווי א גראסערי מאן. א לאט האט געקאסט פרוטות און מיט די בוי קאסטן האט מען זיך מסדר געווען. היינט איז אין יעדע דעוועלאפמענט אינוואלווד א מנין עסקעלעידס, פון בראקער ביז אפרעיזער וואס יעדער מוז לעקן א פעט ביינדל. גארנישט שלעכט, איך פארגין זיי הארצן גערן.

ועל כולם איז די היינטיגע מעגליכקייט צו באקומען ריזיגע מארגעדזשעס די הויפט שולד אין די הויכע פרייזן. איך גלייב אז אויב דער עולם קען באקומען א מיליאן דאלאר מארגעדזש, דאן וואלט א דירה געקאסט 1.2

סיבות איז דא גענוג, פאקט איז פארט פאקט אז ווען ער בויעט וווען דריי שטאק וואלט ער זיך שווער געדעקט,

אודאי גייט ער ארויסנעמען עט די ענד א פעטן מטבע, ווען נישט טוט ער עס נישט,
אבער כדי צו קענען בויען און אנגיין ביזן ענדע דארף ער האבן גענוג געלט, און די פשוטע חשבון איז אז ווען 200 אידן לייגן אראפ דאון פעימענט האט ער מער ווי ווען 1400, שטימט?
זאת ועוד, דער לאט איז יעצט ווערד מער אזוי אז ער קען נעמען א גרעסערע לאון,

ער האט באצאלט א גרסערע סכום פארן לאט מיטן חשבון אז מ'קען בויען 4.5 שטאק
אויב וואלט מען אין קרית יואל נישט געקענט בויען 4.5 שטאק וואלט דער מוכר הרב בויער נישט געקענט בעטן דעם סכום
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

אז אין וויליאמסבורג איז שוין היינט די סטאנדארט צו בויען 9-10 שטאק אזויווי קעסקעיד קעפסטאון אין פפייזער קען מען זיך שוין ארויף ריקן אין קרית יואל פארשטייצעך מיט פארקינג אינטערען בילדונג
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

נישטא וואו צו בויען
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ניין.

די אינפעסטראקטער איז א חורבן, סיי די הייזער און סיי די גאסן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

געשטימט ברך משה - עצי תמרים סטייל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: זאל מען בויען 6 שטאק אין קרית יואל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יש לו מנה האט געשריבן:געשטימט ברך משה - עצי תמרים סטייל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”