בלאט 1 פון 9

נייע חרדישע ישוב אין יאנקערס, ניו יארק

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 9:55 pm
דורך לטב עביד
אין אן אנדערע אשכול האט איינער געשריבן
(אינטערעסאנט אז ס'איז נאכנישט דא קיין אשכול פאר יאנקערס)

גיי איך דא פתיחה מיט מיין באגרעניצטע ידיעה.
עס איז א חבורה בעלי בתים - עסקנים מווילימסבורג וואס מאיזה סיבה האלטן זיי אז דארט איז די פיוטשער, און זיי ארבייטן מיט אינוועסטערס אפצוקויפן הונדרעטער הייזער און איבער פיקסן און פארקויפן פאר בערך 300, זיי האבן צאמגעשטעלט אפליקאציעס פון יונגעלייט צו ווייזען פאר די אינוועסטערס אז עס איז דא א פארלאנג,
אויפציעל קומען זיי נאכנישט ארויס צום ציבור.

ווער עס ווייסט מער זאל זיך לאזן הערן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:01 pm
דורך גערעכטער
אויף וויפיל איך בין אינפארמירט ווילן זיי נישט מ'זאל עס מפרסם זיין.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:02 pm
דורך אט אזוי
How far is it from Monroe?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 9:30 am
דורך Intern Tish
יאנקערס איז לויט מיין עקספיריענס זיך דרייענדיג דארט אסאך זייער א נידיריגע עלעמענטן געגענט

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:04 am
דורך יחזקאלע
גייט מיר נישט אריין אין קאפ, אויב איז עס אמת, וואס די לאגיק פון די יעניגע איז, פעלט דען פלאץ ווי צו גיין ?? וואס זענען די מעלות פון יאנקער מער פון סיי וועלכע אנדערע פלאץ, וואס מאכט די עסקנים טראכטן אז אהין גייט מען לויפן אויף 4 ??!! לאז קודם לכה"פ איין עקזעסדירענדע פראיעקט זיך אויסארבייטן און נאכדעם קען מען זעהן ווייטער

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:07 am
דורך עם הנבחר
יחזקאלע האט געשריבן:גייט מיר נישט אריין אין קאפ, אויב איז עס אמת, וואס די לאגיק פון די יעניגע איז, פעלט דען פלאץ ווי צו גיין ?? וואס זענען די מעלות פון יאנקער מער פון סיי וועלכע אנדערע פלאץ, וואס מאכט די עסקנים טראכטן אז אהין גייט מען לויפן אויף 4 ??!! לאז קודם לכה"פ איין עקזעסדירענדע פראיעקט זיך אויסארבייטן און נאכדעם קען מען זעהן ווייטער



איך האב געטראכט די זעלבע

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:34 am
דורך חלהדעקל
כפי מיינע באגרעניצטע ידיעות, האנדעלט זיך עס פון צוויי געגענטער, איינס א בעסערע טייערערע געגענט, וואס די פרייזן לויפן אביסל העכער פארשטייט זיך, און איינס א ביליגערע געגענט, יא מיט היבש שחורים אין די געגענט, ס'איז א סאבורב געגענט, ס'טייטש אז ס'איז נישט ממש א שווארצע באוואוינטע שטאט אזוי ווי זשערסי סיטי, ס'איז אסאך נענטער צום שטאט ווי בלומינבערג און ס'איז נישט אזא דארפיש לעבן ווי בלומינבערג,
ס'איז א גרופע מיטל עידש עסקנים וואס פאר סאם ריזן האלטן זיי אז דארט גייט זיין די ישועה, א חלק פון דעי עסקנים האבן ביז פאר א שטיק צייט צוריק זייער געטרייעט אויסצוארבעטןעפעס אין סטעטן איילענד פארן ווסב"ג ציבור, זיי זאגן אז זיי האבן שוין א שיינע צאל יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי, און ווען זיי וועלן האבן א זיככערע קאמיטמענט פון 100 - 150 יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי וועלן זיי אריינברענגן מוסדות סאטמאר ווס"ב צו א פערטיגע זאך, (א שטארקע שאלה אויב סאטמאר וועט האלטן דערביי נאכדעם וואס זיי האבן פרישט אנענסירט בלומינבערג מיט לעיקוואד)

גארנישט קראנט אלעס נאר מפי השמועה

איינער מיט מער אדער ריכטיגערע אינפא ביטע אריינקומען

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:55 am
דורך עם הנבחר
חלהדעקל האט געשריבן:כפי מיינע באגרעניצטע ידיעות, האנדעלט זיך עס פון צוויי געגענטער, איינס א בעסערע טייערערע געגענט, וואס די פרייזן לויפן אביסל העכער פארשטייט זיך, און איינס א ביליגערע געגענט, יא מיט היבש שחורים אין די געגענט, ס'איז א סאבורב געגענט, ס'טייטש אז ס'איז נישט ממש א שווארצע באוואוינטע שטאט אזוי ווי זשערסי סיטי, ס'איז אסאך נענטער צום שטאט ווי בלומינבערג און ס'איז נישט אזא דארפיש לעבן ווי בלומינבערג,
ס'איז א גרופע מיטל עידש עסקנים וואס פאר סאם ריזן האלטן זיי אז דארט גייט זיין די ישועה, א חלק פון דעי עסקנים האבן ביז פאר א שטיק צייט צוריק זייער געטרייעט אויסצוארבעטןעפעס אין סטעטן איילענד פארן ווסב"ג ציבור, זיי זאגן אז זיי האבן שוין א שיינע צאל יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי, און ווען זיי וועלן האבן א זיככערע קאמיטמענט פון 100 - 150 יונגעלייט וואס האלטן ערענסט דערביי וועלן זיי אריינברענגן מוסדות סאטמאר ווס"ב צו א פערטיגע זאך, (א שטארקע שאלה אויב סאטמאר וועט האלטן דערביי נאכדעם וואס זיי האבן פרישט אנענסירט בלומינבערג מיט לעיקוואד)

גארנישט קראנט אלעס נאר מפי השמועה

איינער מיט מער אדער ריכטיגערע אינפא ביטע אריינקומען




וואס איך פארשטיי נישט עס איז יעצט דא 4 געגענטער וואס עסקנים ארבעטן געב א געלעגענהייט פאר איינס זוך אויסצורבעטען

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:20 pm
דורך אבי.גערעדט
די הויפט מעלה מיט די אלע ישובים איז, אז ביסלעכווייז ווערט פארשווינדן די מושג פון בכלל נישט אוועקמופן, די גאנצע דעבאטע ווערט ארום "וואו" מ'זאל מופן, און ווי גרעסער די אויסוואל איז, אלץ מער מער מענטשן (פרויען בלע"ז) ווערן געפראגרעמט אז מופן גייט מען סייווי, די שאלה איז צו וועלכע ישוב

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:25 pm
דורך עץ ארז
איר האט א נקודה, זינגער'ס האט אמאל געזאגט ער דארף נישט עדווערטייזן דאס טוט שוין GG זיי דערמאנען דער עולם אז מען דארף שוין קויפן א נייע רעקל אבער וואו צו גיין מאכט יעדער אליין דער באשלוס.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 1:13 pm
דורך שוועמל
וועלכע געגענט אין יאנקערס איז די ישוב?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:56 am
דורך וואוילע שעפעלע
שוועמל האט געשריבן:וועלכע געגענט אין יאנקערס איז די ישוב?

לויט מיין ידיעה ווילן זיי נישט מזאל וויסן ווי סאיז ווייל אויב די עולם וועט קומען צו לויפן העלן די פרייזן ארויפשיסן נאר זיי גייען גיין שטילערהייט צו די באלעבאטים און אפקויפן אסאך דירות אויפאמאל פאר ביליג (איינמאל מגעט א דיפאזיט פון פופצן טויזנט דאללער ווייזן זיי דיר די פלאץ).

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:57 am
דורך בן נון
אויב אזוי קען עס נישט זיין א לאנג טורם עצה

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:13 am
דורך וואוילע שעפעלע
בן נון האט געשריבן:אויב אזוי קען עס נישט זיין א לאנג טורם עצה

אין הכי נמי, זיי ארבעטן שוין יעצט אויף נאך פלעצער.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:54 pm
דורך זאכליך
מפי השמועה.

די יאנקערס איידיע פאר די זעלבע קלייענטעל ווי דזשערסי סיטי (נאנט, ביליג, סיטי לייף).

די מעלות פון יאנקערס אקעגן דזשערסי סיטי איז 1) מ'קען אנקומען פון דארט צו ברוקלין אן טאל. 2) ס'הייסט ווייניגער קריים

די חסרונות 1) ס'איז אביסל ווייטער צו פארן 2) ס'איז טייערער

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:04 pm
דורך יאצמעך
זאכליך האט געשריבן:מפי השמועה.

די יאנקערס איידיע פאר די זעלבע קלייענטעל ווי דזשערסי סיטי (נאנט, ביליג, סיטי לייף).

די מעלות פון יאנקערס אקעגן דזשערסי סיטי איז 1) מ'קען אנקומען פון דארט צו ברוקלין אן טאל. 2) ס'הייסט ווייניגער קריים

די חסרונות 1) ס'איז אביסל ווייטער צו פארן 2) ס'איז טייערער

אויב טייערער לוינט זיך שוין ענדערש די ביסעלע טאל

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 1:38 pm
דורך וואוילע שעפעלע
יאצמעך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:מפי השמועה.

די יאנקערס איידיע פאר די זעלבע קלייענטעל ווי דזשערסי סיטי (נאנט, ביליג, סיטי לייף).

די מעלות פון יאנקערס אקעגן דזשערסי סיטי איז 1) מ'קען אנקומען פון דארט צו ברוקלין אן טאל. 2) ס'הייסט ווייניגער קריים

די חסרונות 1) ס'איז אביסל ווייטער צו פארן 2) ס'איז טייערער

אויב טייערער לוינט זיך שוין ענדערש די ביסעלע טאל

נאך מעלות: 1 נייערע הייזער, 2 ווייניגער טראפיק, 3 נישט אזא שלעכטע געגנט (וואוינען נישט דארט מענטשן אונטער פערציג יאר), 4 מער קאנצענטרירט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:28 pm
דורך איפה פייביש
ווי אין יאנקערס איז סיטי לייף און סיטי סטייל הייזער? ס'איז מער מאנסי סטייל ווי סיטי סטייל חוץ אויב מ'רעדט נאנט צו די בראנקס

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:47 pm
דורך וואס א חילוק
ס'בכלל נישט ווייטער ווי זשערסי סיטי!

ביידע זענען 45 מינוט!!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:51 pm
דורך היימישער אינגערמאן
קען איינער שוין זאגן וואסערע געגענט דער יישוב קומט אויס, אדער איז עס נאך אלס א מיליטערישער סוד..

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:55 pm
דורך אן פרעשער
איפה פייביש האט געשריבן:ווי אין יאנקערס איז סיטי לייף און סיטי סטייל הייזער? ס'איז מער מאנסי סטייל ווי סיטי סטייל חוץ אויב מ'רעדט נאנט צו די בראנקס


יאנקער׳ס איז וועסטשסטער סטייל,ערגעץ אינצווישן סיטי אין אפסטעיט. איטרעסאנט אז סיי יאנקערס סיי דשערזי סיטי הערט מען אסאך עדווערטייזד אויף די ראדיא

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:18 pm
דורך פיצי קעפעלע
אין יאנקערס איז דא הייזער אויף האלבע עיקערס און עס זענען דא אפארטמענט בילדינגס ווענציך וועלכע געגענט אין יאנקערס. פון ווי רעדט מען דא?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:29 pm
דורך יום אחד
בוודאי איז יאנקערס עולה על כלנה (די פלאץ) ס'איז פונקט אינדערמיט פון אלע אידישע געגענטער ברוקלין, מאנרא, מאנסי וכ''ו

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:34 pm
דורך איפה פייביש
יום אחד האט געשריבן:בוודאי איז יאנקערס עולה על כלנה (די פלאץ) ס'איז פונקט אינדערמיט פון אלע אידישע געגענטער ברוקלין, מאנרא, מאנסי וכ''ו

דעס איז א געדאנק! ס'איז טאקע א שטארקע פלאס!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:34 pm
דורך וואס א חילוק
יום אחד האט געשריבן:בוודאי איז יאנקערס עולה על כלנה (די פלאץ) ס'איז פונקט אינדערמיט פון אלע אידישע געגענטער ברוקלין, מאנרא, מאנסי וכ''ו

זשערסי סיטי אויך!