חרדי'שע דעוועלאפמענט אין שכונת טשעסטער - קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

באמת א יישר כוח - איך האב ממש דאס ארויסגעזאגט פון מויל, "היידפארק," אבער כ'האב דאך נישט געוואלט באשמוצן די נאך-אלץ-וואוילע אייוועלט מיט אזא שמוציגע אויסדרוק.

אבער דאס איז ליידער דער אמת, מיט אויסשמועסן און צולייגן אזעלכע פשוט-פריוואטע געשעפטן צווישן אחינו בני ישראל, זיך באהאלטנדיג אונטער די אייוועלט'ס קאמופלאזש, איז פשוט רשעות און זינלאז, און ברענגט נאר טראבל בפרט ובכלל. ווער ווייסט וויפיל די עוכרי ישראל קומען דא צו לעקן א ביינדל פון אזעלכע שמועסן, אדער גאר ארגער וואס מ'קען נישט אלעס זאגן.

צולייגער האט געשריבן:כ'האב קיין בלאסן מושג וואו עס קומט דא אריין זיך צו בארואיגן, ווען כ'זעה נישט אז איינער זאל דא האבן געווען אומרואיג.

אבער זאגט איר מיר, טייערער דברים אלו, איז דאס אויסגעהאלטן צו אויסשמירן דא א דין ודברים צווישן צוויי אידישע קינדער? איר האלט באמת אז יעדע מחלוקה צווישן צוויי שותפים ברויך ווערן אויסגעשמועסט? ווען עס וואלט געווען דעמאלדן ווי א טרוקענע נייעס, מילא, ווערט דאס אבער אויסגעשמועסט, וואס האלט דער? און וואס ענטפערט יענער?, דאס איז זינלאז, אוממענטשליך און שלעכט.

#געווען אמאל א היידפארק


ווער עס האט א פראבלעם מיט א היימישע ביזנעס קען רופן צו די"ת, בעטן רשות פאר ערכאות, ווארפן פאשקעווילן, עפענען א האטליין, נעמען טאבלעטן, אלעס פיין, אבער לאזט'זשע אייוועלט ריין.


גא" מ
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

טשעסטער
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2018-08-12 at 12.06.04 PM.jpeg
WhatsApp Image 2018-08-12 at 12.06.04 PM.jpeg (108.82 KiB) געזען 5400 מאל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

עסטאבלירטע געגנט אין טשעסטער, נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מ'וואלט שוין געמעגט עפענען א אשכול פארן די 'היימישע געגנט אין טשעסטער'. (נישט אויסמישן מיט די דעוועלאפמענט דארט וואס פלאנט געבויעט צו ווערן 5 מייל ארויפציהר) מיט אירע 3 געגנטער, 3 שולן, הערליכע מאיעסטעטישע פאלאצן ארומגענומען מיט ריזיגע לאנקעס פון גרינע גראז און שמעקעדיגע בלומען, און די ביליגע פרייזן.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

קום אריין מיט די אדרעס פון שול וכו'
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

וויפל משפחות ?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

די ברייער פארמיליע אליינס האבען 10
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

אויב די באציעסט זיך צו די געגענט פון די פאר געסעלעך נעבן קרעיגוויל\גרעיקארט רד. דער געגענט איז אין בלאאמינגגראוו, מחמת חסרון חסרון ידיעה רופט מען עס טשעסטער, במילא ברויך מען נישט א סעפערירטע אשכול, השמעלצערס ישמעלצי
שבעה מי יודע!?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

די חילוק איז נאר אז בלומינגראוו האט נישט די פאלאצן און לאנקעס אוואו אין באלמיין/ענגל/וויסטא
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

פונקט באקומען אין אימעיל נעכטן ,געבראטענע מציאות

איך בין נייגעריג וויפעל עס גייט קאסטן א יאר ארום אזאנס

שטעלט אייך פאר 20 יאר ארום וועט דער יוד קענען בויען 150 דירות אויף די 7 עיקער

אין פאקט יעדע הויז אין בלומינג-גראוו והגלילות וואס איז א עיקער ,אפגערעדט טאמער מער פון א עיקער פראפערטי צאלסטו ארויף מיט מאה אלף אדער צוויי נאר וועגן די פראפערטי
אטעטשמענטס
Screenshot_20180814-130524_crop_720x955-360x477.png
Screenshot_20180814-130524_crop_720x955-360x477.png (212.27 KiB) געזען 4372 מאל
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז ווייטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

farshlufen האט געשריבן:דאס איז ווייטער.


יא יא

א יאר ארום ווערט עס הארץ און צאלסט א מאה אלף צו מער

עיין ערך ,בלומינגראוו, קאנטרי האללא , ועוד
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דעיס ווערט נישט הארץ אין צען יאהר אויכנישט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

zibala האט געשריבן:אויב די באציעסט זיך צו די געגענט פון די פאר געסעלעך נעבן קרעיגוויל\גרעיקארט רד. דער געגענט איז אין בלאאמינגגראוו, מחמת חסרון חסרון ידיעה רופט מען עס טשעסטער, במילא ברויך מען נישט א סעפערירטע אשכול, השמעלצערס ישמעלצי

אפשר אויפן פאפיר איז עס בלומינג גראוו, אבער געאגראפיעלי איז עס נאנטער און א חלק פון טשעסטער ווי צו בלומינג גראוו.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דעיס ווערט נישט הארץ אין צען יאהר אויכנישט.


ביזט א נביא? :lol:

גלייב מיר אסאך יודן וואלטן געוויסט 10 יאר צוריק אז די הייזער אין בלומינגראוו וואס קאסט יעצט 500 טויזענט אדער 600 ,וואלטין זיי דעמאלס געצאלט 200 טויזענט אדער ווייניגער און אפגעקויפט הונדערטע הייזער

אפשר קענסטו זיין א פיינענשאל עדווייזאר ...און זאגן נביאות ווי עס לוינט זיך צו אינוועסטען ..
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:דעיס ווערט נישט הארץ אין צען יאהר אויכנישט.


קארגע דריי יאר צוריק אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט

ווען יעדע איינציגע הויז אין בלומינג-גראוו געווען ווערט לכל הפחות 100 אלפים ווייניגער ווי היינט אדער הייזער וואס איז היינט 2 אדער 300 טויזענט דאלאר טייערער ווי דעמאלס און 2 אדער 3 יודן האבן שוין געמאכט אויף די זעלבע הייזקע א מאה אלף באזונדער דערויף ..ווער האט געקענט פאראויס זאגן אויף דעם

און איך האב דעמאלס געזאגט פאר צענדליגע יודן אז ביז א יאר צוויי האסטו דא הונדערטע יודן ,האט מען מיר געלאכט אין פנים

אני הקטן האב נישט געוויסט ווי ווייט אמת דאס איז

הלואי ווי איך קען ווען האבן א נביא וואס זאל מיר דעמאלס זאגן אז יעדע הייזקע וועט ווערט זיין מיט א מאה אלף מער מיט א שנעלקע אריבער
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אויב איר וואלט געקענט די געגענט וואלט איר פארשטאנען וואס איך מיין.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אויב איר וואלט געקענט די געגענט וואלט איר פארשטאנען וואס איך מיין.

זיי מסביר פאר די וואס קענען נישט די געגנט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דברים אלו האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אויב איר וואלט געקענט די געגענט וואלט איר פארשטאנען וואס איך מיין.

זיי מסביר פאר די וואס קענען נישט די געגנט
שויתי ה' לנגדי תמיד
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך זע פאר א שטארקע צוקונפט אין טשעסטער. טאקע אנדערש ווי בלומינג גראוו, פרייזן וועלן נישט אזוי דראסטיש ארויפפליען, אבער עס זענען דא דארט א ריזיגע אויסוואל פון גאר שיינע זאכן.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

איינער קען צוצייכענען אויף מעפ ווי עס קומעט אויס?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אויב איר וואלט געקענט די געגענט וואלט איר פארשטאנען וואס איך מיין.


איך ווייס נישט וואס די מיינסט

אבער איך ווייס די געגענט און וויזוי עס זעט אויס

טאמער עפעס די אלטע הייזער אין בלומינג-גראוו וואס פארקויפט זיך פאר 400 אלפים און מען באכעט אריין געלט און עס קומען כסדר אינטער נאך הוצאות אין זייער אסאך הייזער דארט אימגערישט וועגן די אלטקייט

קען שוין יעדע געגענט מאכן סענס נאכדערצו מען רעדט פון הערליכע שיינע הייזער
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

בלומינג גראוו איז איין זאך, אבער נישט קיין שטחים א מייל ווייט איין הויז פון צווייטן, א זאך וואס איז געאייגנט פאר זייער א קליינעם פראצענט פון יודישע יודן.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:בלומינג גראוו איז איין זאך, אבער נישט קיין שטחים א מייל ווייט איין הויז פון צווייטן, א זאך וואס איז געאייגנט פאר זייער א קליינעם פראצענט פון יודישע יודן.


יאך הער וואס די זאגסט

זעט אויס די קענסט נאר א קליין חלק פון יודישע יודן :lol:

קארגע דריי יאר צוריק האבן זיך צענדליגע יודן געוועט מיט מיר אז עס וועט נישט זיין קיין מנין אין בלומינג-גראוו

איך ברויך טאקע גיין אפנעמען דאס געלט פון זיי

אין מאנסי גלילות צאלט מען פאר די הייזער א 6/700 מאה אלף

דא האסטו עס פאר 400 טויזענט , און צענדליגע הייזער זענען שוין אין יודישע הענט , מער הייזער ווי די ווייסט אדער מיינסט

מיש צוריק אפאר בלעטער אין בלומינג-גראוו אשכול ווי די טענהריי איז אויב עס איז שוין דא 30 יודישע הייזער אינטער יודישע הענט ,ווען אין די צייט וואס איז שוין געווען איבער 60 הייזער אינטער יודישע הענט

עס איז דא א גרויסע וועלט אויסער אייוועלט ..

איך זיך נישט דא צו אויספראקען יודן יחידים פערזענליך אבער ווער עס האלט מיט האבן עטליכע גאר חסידישע יונגעלייט מסלתה ומשמנה וואס קרית יואל פארמאגט זיך איינגעהאנדעלט דארט הייזער ,טייל וואס האבן שוין געמופט אפילו ,אזש אז איך בין נאך פארגליווערט אז אזא קאליבאר יודן נעמן זיך די גאטס צו מופן אין אזאנע פלאצען אפגעזינדערט אויף 10 עיקער
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

פערזענליך האלט איך א אויג אויף א הייזקע וואס האט פארשידענע מעלות געאגראפיש און סטייל, די פראבלעם איז נאר די טעקס וואס וועט מיר קאסטן אויפצוהאלטן דעם הייזקע וואס קומט באגלייט מיט א שיינעם צאל אקער לאנד.
צוליב דעם זוך איך אן אינועסטירער וואס זאל קומען מיט מיר, איך וועל האבן א הויז ווי צו וואוינען און גראז אויף וואס צו קלאצן אויף, און מיט די אקער לאנד וועלמיר זיך צוטיילן שוה בשוה, אזוי וועט ער מיר העלפן צאלן די טעקסעס וואס איז נישט הויעך פער אקער נאר צוליב די צאל אקער קומט עס אן צו א באדייטענדן סכום.
(איך וועל נאך אלץ צאלן צענדליגער טויזענטער דאלארן ווייניגער ווי מיין ברודער/פעטער/שוואגער וואס קויפט אין ברך משה אויפן 4'טן שטאק 8 צימערן, און באקומט צו דעם נאך א 10-10 בעיסמענט פארן פרייז פון 513.000 אלפים און וועט נאך מוזן צולייגן א עקסטערע שיינע פאר אלפים פאר מינימאל נויטיגע אפגרעידס ווי א נארמאלע אידישע קאך ועוד...)
ווער ס'וויל/ווייסט פון אינוועסטער זאל מיר קאנטאקטן אין אישי.
און צו אלע וואס חוזק'ן אפ פון דעם 'שוין עסטאבלירטן געגנט': ''זייט געווארנט וואס איר זאגט, ווייל א געגנט וואס האט שוין אצינד 3 שולן און צענדליגער פאמיליעס איז שוין א פאקט. בנוגע דעם עתיד, ע''ע בלומיגראוו והגלילות''.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אהער און אהין האט געשריבן:פערזענליך האלט איך א אויג אויף א הייזקע וואס האט פארשידענע מעלות געאגראפיש און סטייל, די פראבלעם איז נאר די טעקס וואס וועט מיר קאסטן אויפצוהאלטן דעם הייזקע וואס קומט באגלייט מיט א שיינעם צאל אקער לאנד.
צוליב דעם זוך איך אן אינועסטירער וואס זאל קומען מיט מיר, איך וועל האבן א הויז ווי צו וואוינען און גראז אויף וואס צו קלאצן אויף, און מיט די אקער לאנד וועלמיר זיך צוטיילן שוה בשוה, אזוי וועט ער מיר העלפן צאלן די טעקסעס וואס איז נישט הויעך פער אקער נאר צוליב די צאל אקער קומט עס אן צו א באדייטענדן סכום.
(איך וועל נאך אלץ צאלן צענדליגער טויזענטער דאלארן ווייניגער ווי מיין ברודער/פעטער/שוואגער וואס קויפט אין ברך משה אויפן 4'טן שטאק 8 צימערן, און באקומט צו דעם נאך א 10-10 בעיסמענט פארן פרייז פון 513.000 אלפים און וועט נאך מוזן צולייגן א עקסטערע שיינע פאר אלפים פאר מינימאל נויטיגע אפגרעידס ווי א נארמאלע אידישע קאך ועוד...)
ווער ס'וויל/ווייסט פון אינוועסטער זאל מיר קאנטאקטן אין אישי.
און צו אלע וואס חוזק'ן אפ פון דעם 'שוין עסטאבלירטן געגנט': ''זייט געווארנט וואס איר זאגט, ווייל א געגנט וואס האט שוין אצינד 3 שולן און צענדליגער פאמיליעס איז שוין א פאקט. בנוגע דעם עתיד, ע''ע בלומיגראוו והגלילות''.


יא יא די וואס ווייסן פון די נאנט זענען די אינוועסטערס שוין לאנג דארט ... :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”