מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
באמת א יישר כוח - איך האב ממש דאס ארויסגעזאגט פון מויל, "היידפארק," אבער כ'האב דאך נישט געוואלט באשמוצן די נאך-אלץ-וואוילע אייוועלט מיט אזא שמוציגע אויסדרוק.
אבער דאס איז ליידער דער אמת, מיט אויסשמועסן און צולייגן אזעלכע פשוט-פריוואטע געשעפטן צווישן אחינו בני ישראל, זיך באהאלטנדיג אונטער די אייוועלט'ס קאמופלאזש, איז פשוט רשעות און זינלאז, און ברענגט נאר טראבל בפרט ובכלל. ווער ווייסט וויפיל די עוכרי ישראל קומען דא צו לעקן א ביינדל פון אזעלכע שמועסן, אדער גאר ארגער וואס מ'קען נישט אלעס זאגן.צולייגער האט געשריבן:כ'האב קיין בלאסן מושג וואו עס קומט דא אריין זיך צו בארואיגן, ווען כ'זעה נישט אז איינער זאל דא האבן געווען אומרואיג.
אבער זאגט איר מיר, טייערער דברים אלו, איז דאס אויסגעהאלטן צו אויסשמירן דא א דין ודברים צווישן צוויי אידישע קינדער? איר האלט באמת אז יעדע מחלוקה צווישן צוויי שותפים ברויך ווערן אויסגעשמועסט? ווען עס וואלט געווען דעמאלדן ווי א טרוקענע נייעס, מילא, ווערט דאס אבער אויסגעשמועסט, וואס האלט דער? און וואס ענטפערט יענער?, דאס איז זינלאז, אוממענטשליך און שלעכט.
#געווען אמאל א היידפארק
ווער עס האט א פראבלעם מיט א היימישע ביזנעס קען רופן צו די"ת, בעטן רשות פאר ערכאות, ווארפן פאשקעווילן, עפענען א האטליין, נעמען טאבלעטן, אלעס פיין, אבער לאזט'זשע אייוועלט ריין.
גא" מ