סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ר איד, מיר זענען נישט משוגה, דו האסט עפעס אן אגענדע קעיגן ראקוועל, כל הכבוד, פיר נאר נישט ארום, לאז דאס קעציל ארויס פון זאק, און זאג וואס דיין פראבלעם איז
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

הערליך האט געשריבן:יעדע שמועס מיט דיר פארט אריין אין איין דיירעקשן, אז סאיז דא אינדערויסן בעסערע פראדוקטן פאר מער געלט, באלד העסטו זאגן אז דאס האט אויך איינער געפרעגט, דו ליינסט שאלות וואס קיינער פרעגט נישט, קענסט מיר זאגן וואס דו ווילסט דא האבן? דו האסט געמופט קיין לעיקוואד צען יאר צוריק ביזט זייער זייער חשוב און טייער, יעדער ווייסט שוין, די אלד פעשענד, וויליאמסבורגע סאטמערע אינגעלייט וואס די ווייבער דרייוון נאך נישט, מוזן וואוינען נעבן געשעפטן אז אזא מאוו זאל ארבייטן, און נישט איבערצוגיין אין סערקעלס, יעדער ווייסט שוין אז הרב לעקוואד האלט אז מען דארף ענדערש קויפן אין טאמס ריווער, אויך ווייסט שוין יעדער אז r' לעקוואד vאלט אז סאיז גארנישט צו וואוינען נעקסט דאר צו א פרוי וואס גייט נישט בצניעות לויט אונזערע סטאנדארטן, נאר מען קען לעבן בשלום, מיר ווייסן דאס אויך, גייט מען יעדע פאר טאג איבערגיין מיט דיר דעם שמועס? אדער איז נאך עפעס וואס דו האלסט וואס סאיז וויכטיג דער עולם זאל וויסן פאר מען ענדיגט?


קלארשטעלונג, איך וואוין דא פינף יאר און מיין ווייב דרייווט נישט און זי האלט נישט ביים דרייווען, און ווייל איך וואוין טאקע וואו איך וואוין איז עס כמעט נישט געווען קיין פראבלעם די לעצטע פינף יאר, און מיין ווייב האט בכלל נישט קיין ניסיון צו דרייווען און יא איך האב נישט געקויפט אינדערויסן פון שטאט פאר ביליגער וויפיל איך האב געצאלט טאקע צוליב די סיבה משא"כ די בעלזא פרויען איז סאך שווערער און פאר א דעגרי וועט עס זיין אביסל שווער פאר די סאטמאר'ע, צוליב וואס עס איז נאכנישט אלעס דא דארטץ

איך האלט נאכאלץ אז אוק & וויין וועט זיין א בעסערע אפשען פאר א חסיד'ישע אינגערמאן וואס קומט יעצט קיין לעיקוואוד צו וואוינען, מען זאל נאר ווארטן אדער עטליעסט יעצט פרובירן אביסל אויסצוהאנדעלן א גוטע דיעל, ווייל ווי עס קוקט אויס גייט עס נישט אזוי ווי געפלאנט, און די בראקערס מוז מאכן עטליכע אפען האוזעס און צוזאגן ליגענטס וועגן מוסדות, דאס אליינס ווייזט אז עס ווערט טאקע שוין צוריק א באיער'ס מארקעט, וואס דאס איז נישט געווען 2014-2016
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

הערליך האט געשריבן:ר איד, מיר זענען נישט משוגה, דו האסט עפעס אן אגענדע קעיגן ראקוועל, כל הכבוד, פיר נאר נישט ארום, לאז דאס קעציל ארויס פון זאק, און זאג וואס דיין פראבלעם איז


ווי זעסטו אין מיינע ווערטער אן אגענדע ספעסיפיק קעגן ראקוועל אדער פארהאנד אדער סאטמאר קומען, ס"ה איז אויב איינער פרעגט האב איך געזאגט פאר ווער עס האט געוואלט הערן, מיין איינציגסטע אגענדע בעיקר איז קעגן די טאונשיפ וואס פיקסט נישט אויף קיין אינפראסטרוקטשער און בפרט וואס באדערט מיך פערזענליך איז עפעס א גאס די אנדערע זייט שטאט, וואס איז נישט רעלעווענט דא.
מיין אנדערע אגענדע איז שטופן יעצט צייט, איך ליג מיט קאפווייטאג, האפענטליך וועט עס ווערן בעסער נאכ'ן שלאפן אבער איך קען נישט איינשלאפן...
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

פאר קאפ וויי גייט מען אין טראמפ אשכול, לאז ראקוועל צורוה
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

וזאת למודעי,
איך האב נישט קיין שום אגענדא,און איך שטעל מיך פאר אז הרב ״לעיקוואד״ האט אוכט נישט קיין שום אגענדא.
ס״ה זעמיר אונז ביידע אנוואוינער און די אומגעגנט און אונז זעמיר מודיע פארען עולם וואס די גייט פאר.
ווס די שרייבערס בעד וואס סווייזט זיך ארויס אז זיי ווייסען נישט בחייכון וואס די גייט פאר.
איך קען נישט מיט איין תגובה פארענטפערען אלע שטותים וואס איז אלץ געשריבען געווארען דא און די לעצטע בלאט,איך וועל אבער אנרירען אפאר נקודות.
די דרוקסט אויס די מעלה פון ראקוועיל אז מוואוינט צווישען צניעות,דיגע,בחדא מחתא אז מקען וואקען צום גראסערי און צום שאפינג סענטער ארום.
איך האב פאר אייך גרויס נייעס,די שאפינג סענטערס ארום דרייען זיך די מערסטע מאדערענע עלעמענט פון לעיקוואד,די זשעסנאט געגנט איז באוואוינט מיט גאר א מאדערענע עלמענט,יונגעלייט קומען אפציעל און בית מדרש מיט דזשינס און פון די עזרת נשים העל איך נישט מאריך זיין (סאיז מער א שטייגער ווי פייפ טאונס וכ״ו
מילא אויב ווילסטו דיין טעכטער זאלען שפאצירען צום שאפינג סענטער וויל איך דיר פשוט פארציילען וואס די גייט פאר.
דער וואס האט געשריבען אז מדארף נישט גיין אויף רט 9 און ראוש הייערס,
איך פארשטיי נישט גייט מען דען נישט ארבעטען און דיע דעוועלעפמענט און וואס טוט זיך ווען א קינד פארשפעיטיגט א באס.
און ניו העמפשיר און ראוש האורס זיך צודרייען אריין און סידור ברידזש איז אוכט יענע חתונה
איך האב ס״ה רחמנות אויף מענטשען וואס ווערען פארכאפט פון די מארקעטינג פון אפאר געלטגייציגע חברה.
בנוגע וואס איז יא די סעלושען וועל איך פרובירען שפעורה צו שרייבען
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

הערליך האט געשריבן:פאר קאפ וויי גייט מען אין טראמפ אשכול, לאז ראקוועל צורוה

You sound overly upset. Calm down
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

oh vei האט געשריבן:וזאת למודעי,
איך האב נישט קיין שום אגענדא,און איך שטעל מיך פאר אז הרב ״לעיקוואד״ האט אוכט נישט קיין שום אגענדא.
ס״ה זעמיר אונז ביידע אנוואוינער און די אומגעגנט און אונז זעמיר מודיע פארען עולם וואס די גייט פאר.
ווס די שרייבערס בעד וואס סווייזט זיך ארויס אז זיי ווייסען נישט בחייכון וואס די גייט פאר.
איך קען נישט מיט איין תגובה פארענטפערען אלע שטותים וואס איז אלץ געשריבען געווארען דא און די לעצטע בלאט,איך וועל אבער אנרירען אפאר נקודות.
די דרוקסט אויס די מעלה פון ראקוועיל אז מוואוינט צווישען צניעות,דיגע,בחדא מחתא אז מקען וואקען צום גראסערי און צום שאפינג סענטער ארום.
איך האב פאר אייך גרויס נייעס,די שאפינג סענטערס ארום דרייען זיך די מערסטע מאדערענע עלעמענט פון לעיקוואד,די זשעסנאט געגנט איז באוואוינט מיט גאר א מאדערענע עלמענט,יונגעלייט קומען אפציעל און בית מדרש מיט דזשינס און פון די עזרת נשים העל איך נישט מאריך זיין (סאיז מער א שטייגער ווי פייפ טאונס וכ״ו
מילא אויב ווילסטו דיין טעכטער זאלען שפאצירען צום שאפינג סענטער וויל איך דיר פשוט פארציילען וואס די גייט פאר.
דער וואס האט געשריבען אז מדארף נישט גיין אויף רט 9 און ראוש הייערס,
איך פארשטיי נישט גייט מען דען נישט ארבעטען און דיע דעוועלעפמענט און וואס טוט זיך ווען א קינד פארשפעיטיגט א באס.
און ניו העמפשיר און ראוש האורס זיך צודרייען אריין און סידור ברידזש איז אוכט יענע חתונה
איך האב ס״ה רחמנות אויף מענטשען וואס ווערען פארכאפט פון די מארקעטינג פון אפאר געלטגייציגע חברה.
בנוגע וואס איז יא די סעלושען וועל איך פרובירען שפעורה צו שרייבען



למשל, איינער וואס גייט אין די שאפראן קאנטרי אין סאויט פאלסבורג, איז די זעלבע ווי איינער וואס גייט אין ליבאביטשע קאנטרי, ווייל ביידע קויפן איין ביי לאנדאס סופערמאקקעט? ברענג ארויס דיין שרעקליכע טענה געהעריג, ווייל דו קומסט אריין זייער אפגעהאקט
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

איך בין נישט קיין שרייבער און איך האב נישט די וועלטס צייט
איך שטעל מיך פאר אז די ביסט אן אנגעשטעלטע און דעם פראיעקט און די האסט די וועלטסט צייט,און די ווערסט קאן זיין באצאלט פארען שרייבען.
וואס איך זאג איז,אז סאיז אסאך איידעלער פאר סאטמערע יונגעלייט צו וואונען און עפעס א געסיל און דזשעקסאן צו און טאמס ריווער,ווי צו וואונען און walking distance פון טעשעסנאט שאפינג סענטערס.
ווייל וואונען waking distance לעבן דיע שאפינג סענעטערס מיינט לעבן מיט
מאדערענע מענטשען.
און גלייך מיר נישט צו צו קאנטרי ווייל קאנטרי ווייסט יעדער איינער איך בין פון ערגעץ אנדערש.
משא״כ ווען מוואוינט for good .
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

איך זעע איך ברויך מיר אויסלערנען וויאזוי משרייבט פון א טעלעפאון,סקומט ארויס פארדרייט
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

oh vei האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער און איך האב נישט די וועלטס צייט
איך שטעל מיך פאר אז די ביסט אן אנגעשטעלטע און דעם פראיעקט און די האסט די וועלטסט צייט,און די ווערסט קאן זיין באצאלט פארען שרייבען.
וואס איך זאג איז,אז סאיז אסאך איידעלער פאר סאטמערע יונגעלייט צו וואונען און עפעס א געסיל און דזשעקסאן צו און טאמס ריווער,ווי צו וואונען און walking distance פון טעשעסנאט שאפינג סענטערס.
ווייל וואונען waking distance לעבן דיע שאפינג סענעטערס מיינט לעבן מיט
מאדערענע מענטשען.
און גלייך מיר נישט צו צו קאנטרי ווייל קאנטרי ווייסט יעדער איינער איך בין פון ערגעץ אנדערש.
משא״כ ווען מוואוינט for good .



קודם, איך בין נישט קיין שרייבער, און אוודאי און אוודאי נישט קיין איינגעשטעלטער, איך פארמאג זייער זייער ווייניג צייט אין מיין טאג, פארהאן דא גענוג וואס קענען מיך פרזענליך, איין רויטן גרייצער האב איך נישט געמאכט אויף דעם פראיעקט, און מיין אינטערעס אין די זאך איז פונקט ווי די אינטערעס פון אלע אנדערע קונים אין דעם פלאץ, לא פחות ולא יותר, שרייבן אויף מיר איינגעשטעלטער, קריגט באצאלט פארן שרייבן, איז א טשיפ שאט

צום ענין, וואס דו זאגסט האב איך געהערט, זאג איך אייך אז איר האט גאר א שוואכע א השגה אין פארשטיין די נאטור פון א סאטמער וויליאמסבורגן עווריטש אינגערמאן, און צו דו פארשטייסט יא אדער נישט איז נישט נוגע, אבער גלויבט מיר, איך בין שוין עוסק אין דעם ענין אפאר יאר, שלא ע״מ לקבל פרס, איך מאך נישט קיין געלט דערויף, און איך זאג אייך, אז עס וואלט נישט געארבייט בשום אופן, לב יודע נפש בהמתו, איך קען מיין חיידער, רוב סאטמערע אידן קומען קיין לעקוואד נאר ווייל מען האט די בריירה צו וואוינען אפגעזונדערט, צו איר גלייכט עס צו נישט, דאס איז דער פאקט.
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

ווען מען גייט אין וויליאמסבורגער סטארס און כל שכן וכל שכן אין בארא פארקער סטארס זעהט מען נאך אזוי סאך ווי אין לעיקוואד,
די ווארט איז די קינדער וואקסן אויף אין א היימישע ענווייראמענט מען שפילט זיך מיט היימישע שכינים מען דאווענט אין שול מיט בלויז היימישע סאטמארע אידן דאס איז וואס די אידן וואס האבן געקויפט אין ראקוועל ברויכן און דאס האבן זיי ב״ה
סאיז דא אסאך ברויקערס וואס זיכן צי פארקויפן הייזער ממילא זענען סיי ביזי פרעדיגן די חסרונות פון ראקוועל, זיי כאפן נישט אז דאס איז בלויז מעלות
און איך גלייב אז די ניקס דא וואס זענען ביזי האקן אויף ראקוועל זענען אויך פון די ברויקערס
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

און איך וועל איבער׳חזרן נאכאמאל לכבודו פון הרב לעיקוואד
אמת אז ווען עס זאל ווען זיין אם אפשען פון ראקוועל מיט אן אנדערע מער צישפרייטע דעוועלעפמענט בלויז פאר סאטמארע וואלט איך אויך ציגערעדט צי גיין צי די אנדערע, אבער לעת עתה איז ראקוועל און ריווערוואד די איינציגסטע דעוועלפעמענטס וואס זענען געאייגענט פאר א וויליאמסבורגער סטייל סאטמארע אינגערמאן
און זאל קיינער נישט קיין טעות האבן, די עיקר פון וואס מען רעדט דא איז פון אביסל מער גראז אבער די הייזער אליינס זענען א מחי׳ און ווי געשריבן איז דא זעכציג פיס גראז צווישן די בעקיארדס
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ווער דארף גראז רבונו דעלמא כולא
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

איך בין נישט קיין בראוקער און נישט קיין קרוב צו א בראקער,איך בין אן אינוועסטיר בלויז און נישט יודישע געגנטער.
איך שרייב דאס לטובת די מענטשען,איך האלט אז סאיז שטות גדול צו צאהלען דיע פרייזען פאר דאס וואס באקומט.
אזא טאון האוז ברויך מען פארקויפען פאר 350 טויזענט.
פאר די פרייז וואס מבעט ענק וואלט מען געמעגט בויען ווי א מענטש א דאפלעקס צו אפילו א פריוואטע הויז,מיט א נארמאלען בעקיארד און אביסעל פרייוועסי
נארוואס עטץ קומטץ פון א געגנט וואס האט פון די טייערסטע האוזינג מארקעטס און די וועלט מילא מיינט עטץ אז דאס הייסט עפארדיעבעל.
למעשה סאוט דזשערסי איז א שפאט ביליגע מארקעט א לאט קאוסט א שיבוש.
און אז מקומט שוין וואוינען ערגעץ און יאהאפץ לאנד זאל מען שוין בויען וואו מענטשען.
און בעטען ביליג.
נאר היות אונז זעמיר א אינוואלודע קאממיוניטי קען מען פיין נעמען עדווענטיזש פונעם עולם.
למעשה סאוט דזערסי איז א בילי ג
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

סאוט קאריע איז סאך ביליגער

ערעב איד, וועקט אייך אויף פון דרימל
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

פאר סיבה קימט מען קיין לעיקוואד און מען גייט נישט קיין מיסיסיפי, אין לעיקוואד איז דא אידישע געברויכן און פארדעם צאלט מען די פרייזן, א טאון האוז אין יעהופעץ האט איין פרייז און אין לעיקוואד א צווייטע פרייז
אבער באמת קריג איך זיך נישט מיט דיר ווייל דער אימפעריעל האט טאקע היבש געהויבן די פרייזן אין לעיקוואד, אבער צי זאגן שטות גדול? דאס נישט, מען האט א רחבות׳דיגע דירה מיט אלע אידישע היימישע געברויכן וואס דאס האט מען נישט אין סאוט דזשערזי
כהאף איך בין געניג קלאר, ווייל איך זאג איבער און איבער די זעלבע זאך און מען קימט ווייטער צוריק מיט די טענה אז דארט און דארט איז ביליגער און מער פרייוועסי, געוואלד! אונז ווייס מיר פון דעם אבער סאטמארע אינגעלייט דארפן אויסער א הויז מיט גרינע גראז א היימישע סביבה מיט היימישע געברויכן אנע דעם וואס די פרויען זאלן ברויכן דרייווען
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכבוד הרב אוי וויי שליט"א
איך וואלט אייך גע'עצה'ט איר זאלט ארויסגעבן אייער ווייטאג ערגעץ אנדערש
אין א געוויסע זין מיט אייער שרייבן דא טרינקט איר אידיש בלוט פון הנאנחים ונאנקים ממשא הכבד של הדירות קריזיס פה ניו יארק
יישר כח פארן פארשטיין
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

ער טרינקט נישט קיין בלוט
להבדיל אלף אלפי הבדלות דער גוי פארשטייט אויך נישט פארוואס אידן צאלן אזאנע געפעפערטע פרייזן אין ק״י אדער מאנסי און אפילו אין בלומינגבורג, איינער וואס ברויך נישט קיין היימישע קאמיונעטי וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נודה לך האט געשריבן:לכבוד הרב אוי וויי שליט"א
איך וואלט אייך גע'עצה'ט איר זאלט ארויסגעבן אייער ווייטאג ערגעץ אנדערש
אין א געוויסע זין מיט אייער שרייבן דא טרינקט איר אידיש בלוט פון הנאנחים ונאנקים ממשא הכבד של הדירות קריזיס פה ניו יארק
יישר כח פארן פארשטיין

און טאקע די צוזעצטע אידן זוכט ער צו העלפן און מיעץ זיין וואו עס לוינט בעסער צו קויפן.
ווידער די בלוט פון די ראקוועל בראקערס מיין אז זיי זענען שוין אויסגעצאלט....

יעדער מעג זאגן זיין מיינונג, נאכדערצו מיט א נארמאלקייט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מרעדט דא פון סאטמארע אידן וואס יעצט ליגט אויפן טיש על פי רוב איינע פון די 3, לעיקוואד, דז סיטי, אדער בלומענבורג, און קומען באוואשן איינע דערפון וואס דערווייל האט מען על פי רוב געהערט ווי שטארק מ'איז צופרידן וועט למעשה אריינווארפן פאר מאנכע וואס האבן שוין געפאסט באשלוס אז לעיקוואד איז די בעסטע פאר זיי וועט עס צוריקהאלטן, הלמאי איינער וואס מיינט מיין טובה שרייט סאיז נישט ווערט דאס געלט....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

זענען ווילאמסבורגע יודען אזאנע בטלנים און קענען זיך נישט קיין עצה געבען,די אפשענס זענען אנלימיטעד איינמאל מנוצט אביסעל שכל.
מיר באדערט זייער שטארק אז ממאכט יודישע ביליגע געגנטער טייער.
מקען וועין וואוינען און הייזער פאר דריי הונדרעט טויזענט דאללער,און לעבן א לעבן וואס איז עפארדעיבעל און וואס פאסט זיך צוה פאר די מיטעל קלאס.
און די אמת איז די דעוועלעפערס זענען טאקע נישט שולדיג ווייל זיי ווייסען אז בהמות וואו ענק וועלען פארשוואגען א רעכטדענקיגע טראכטער.
ווען די קויפערס וואלטען געקענט בעסער די מארקעט וואלטען די פרייזען קיינמאל נישט געווען ווי סאיז.
די פאקט איז די גויעשע דעוועלעפרעס איבער ניו דזשערסי ארבעטען אויף קלענערע מארזשינס ווי די היימישע דעוועלעפערס.
זיי געבן ארויס בעסערע און שענרע הייזער,זיי געבן מער אפשעינס,זיי בינדען נישט צו די קויפערס צו קויפען דווקא פון דיע פאר סופלייערס וואס רוקען זיי אריין פונדערזייט.
וכ״ו
די ווארט איז איין זאך
אונז מיין מיר אז איינער ארבעט פאר אונז
ניין קיינער ארבעט נישט פאר אונז
און אסאך ארבעטען קעגן אונז
צו לייזען די דירה קריזיס דארפען מען זיין שארף און קריעטיוו,מדארף זיך אריינרוקען און ביליגע סובערבס און זיך צושפרייטען.
סאיז נישט דא קיין שום סיבה שבעולם אז מזאל לעבן פאריאגט און פארפלגט צו באצאהלען מארגעטזישעס וואס די רייכסטע מענטשען און אמעריקא צאהלען.
אונז זעמיר מיטעל קלאס און ארימע קלאס בירגער לאמיר וואונען אזוי ווי אונז זעמיר.
לעיקוואד איז דאס געווען מעיקרא א טאון פאר ארימע ישיבה בירגער,זענען געקומען אפאר רייסערס און פרובירען צו מאכען דערפון איך ווייס וואס.
און וועין דער לאקאלע עולם וועקט זיך אויף און זעעט די חורבן,לויפט מען קיין ווילאמסבורג און בארא פארק פארקויפען לאקשען.
זייטס נישט קיין צועק לשעבר,אז מופטס קיין סאוט דזערסי צאלטס סאוט זערסי פרייזען און וואונטס ווי מענטשען,מיט אביסעלע מענטשליכקייט.
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

די סאטמארע בהמות זענען באקוועמע מענטשען און האלטן נישט ביים דורך גיין קיין חבלי לידה,און דאס זענען טאקע איינע פון די עיקר סיבות פארוואס רוב ראקוועל בייערס האבן דאס אויסגעוולט אנשטאט בלומענבערג און דזשערזי סיטי
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

גיכער האט געשריבן:פאר סיבה קימט מען קיין לעיקוואד און מען גייט נישט קיין מיסיסיפי, אין לעיקוואד איז דא אידישע געברויכן און פארדעם צאלט מען די פרייזן, א טאון האוז אין יעהופעץ האט איין פרייז און אין לעיקוואד א צווייטע פרייז
אבער באמת קריג איך זיך נישט מיט דיר ווייל דער אימפעריעל האט טאקע היבש געהויבן די פרייזן אין לעיקוואד, אבער צי זאגן שטות גדול? דאס נישט, מען האט א רחבות׳דיגע דירה מיט אלע אידישע היימישע געברויכן וואס דאס האט מען נישט אין סאוט דזשערזי
כהאף איך בין געניג קלאר, ווייל איך זאג איבער און איבער די זעלבע זאך און מען קימט ווייטער צוריק מיט די טענה אז דארט און דארט איז ביליגער און מער פרייוועסי, געוואלד! אונז ווייס מיר פון דעם אבער סאטמארע אינגעלייט דארפן אויסער א הויז מיט גרינע גראז א היימישע סביבה מיט היימישע געברויכן אנע דעם וואס די פרויען זאלן ברויכן דרייווען

אויב ווילסטו טאקע לעיקוואד,נעמטס ענק צאם קויפטס א לאט און הייערטס א בילדער ווי א מענטש,קוקטס פאר א געגענט וואס וועט ארבעטען דאס בעסטע מיט די טרעפיק פראבלעמען,נעמטס ענק איינער וואס ארבעט פאר ענקער אינטרעסען,און לאזטס ענק נישט אויסנוצען דורך מענטשען וואס ווילען אנפיהלען זייער טאשען אויפען חשבון פון אייער לעבן די נעקסטע דרייסיג יאר ועוד.
oh vei
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oh vei »

איי געיס מיין שרייבען דא איז בבחינת שוטה אסור לרחם עליו
מענטשען וואס זיכען צו פארענטפערען מיט כל מיני נימוקים פארוואס
מזאל לעבן א טייערע לעבן און נישט זיך גרינגער מאכען לעבן.
איי געיס זייעטס מיר אלע דעזונט
איי גאוס סאיז גזירה מן השמים אוועקנעמען די גלייכגעוויכט פונעם עצם המח.
וד ירחם על שארית עמו
אגוטע נאכט יודען
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

אנשטאט מחזק אידן וואס האבן גענימען די וואנדער שטעקן און געטוהן די ריכטיגע שריט אין לעבן צי וואוינען ווי נארמאלע מענטשען זאגסטו אז וואס, אז זיי וואלטן ענדערש געדארפט גיין וואוינען אויפ׳ן מארס ווייל דארט איז ביליגער, כ׳הער וואס די זאגסט, האסטו א שטארקע פוינט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”