חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Hershy21
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

משה'לע גרינוואלד האט געשריבן:
Hershy21 האט געשריבן:
משה'לע גרינוואלד האט געשריבן:מיין חשבון ארום 110
געכאפט היינט א שפאציר אויף די קלערק גאס ממש א אידישער גאס די קינדער שפילן און טאנצן ממש א מחי', נאך דא דארט עוועילעבל מיין איך, ממש מען זעהט נאר אידן אויפן גאס, רוהיג שטיל א מחי'.

סא א גרויסע דערגרייכונג אויב מ'האלט שוין דארטן איבער
הונדערט משפחות בלי עין הרע

אמת.
דער עולם אין דזשערי האט אסאך אנגעהויבן אליין צו מסדר זיין זאכן און זיך מער נישט פארלאזן אויף דרויסענדיגע עסקנים, וואס דאס מאכט אז זאכן געשעהן אסאך שנעלער, בעסער געזאגט זאכן געשעהן.
עס איז דא זייער א גרויסער ליסט וויפיל זאכן עס איז געשעהן זינט פאר א יאר דעיע צייט.
אנגעהויבן ביי די מוסדות און גע ענדיגט ביי די שאטעל און גראסערי.
מען קען זאגן אז עס האט זיך אנגעהויבן פאר א יאר צו בויען, ביז דאן האבן די תושבים געווארט אז זאכן זאלן אליין געשעהן, און יעצט מאכט מען עס געשעהן, דער גיסטע איז פריש און מינטער און יעדער פארביי גייענדער טאג איז דא אן א שיעור חידושים אין אלע געביטן.
די תושבים וואס האבן געזינגען א גאנצער צייט אז דאס פלאץ איז נישט גוט האבן מער ווייניגער שוין אוועק געמופט, און אסאך פון די נייע תושבים בפרט פון דעם יאר זענען זייער ענערגיש, און ווי עס קוקט יעצט אויס וועט דזשערזי זיין בקרוב די צווייטער אפשען פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער וואס גלייכן סיטי לייף אבער דאך די וויליאמסבורגער עולם.
אן א שיעור אידן קומען קוקן דאס פלאץ און יעדער באוואונדערט ווי שטארק דער עולם איז צופרידן און געבויט, וואס דאס אליין האט געבויט די ליסט פון די נייע תושבים וואס גרייטן זיך צו קומען פראבירן דאס פלאץ, דורך קודם דינגען פאר א שטיק צייט.
א 3 בעדרום דירה אין וויליאמסבורג איז כאטשיג 3000 אין דזשערזי איז עס ווייניגער ווי האלב סא פאר צוויי חדשים וואוינען אין דזשערזי סיטי מיטן צאלן א מאווינג טראק האט מען זיך שוין געשפארט געלט.
און פראבירן די פלאץ קען מען גארנישט דערלייגן.....

ווי אזוי גייט די אויסדרוק: געבענטשט זענען וואס טוען אלעס אליין נישט ווארטן אז אנדערע זאלן
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

Hershy21 האט געשריבן:וויפיל משפחות וואוינען יעצט דארט?

אדמור מסקווירא גרינוויל זאגט אינעם שמועס מיט סקווירא רבי עטליכע אין אכציג משפחות
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
Hershy21 האט געשריבן:וויפיל משפחות וואוינען יעצט דארט?

אדמור מסקווירא גרינוויל זאגט אינעם שמועס מיט סקווירא רבי עטליכע אין אכציג משפחות

דו מיינסט טאקע אז ער איז פונקטליך אויפדעיטעט?
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

אוהב ספרים האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
Hershy21 האט געשריבן:וויפיל משפחות וואוינען יעצט דארט?

אדמור מסקווירא גרינוויל זאגט אינעם שמועס מיט סקווירא רבי עטליכע אין אכציג משפחות

דו מיינסט טאקע אז ער איז פונקטליך אויפדעיטעט?

גראדע יא
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יישר כח @לוי יצחק!

א הערליכע שמועס!

אגב, איך זעה נישט פארוואס דער סקווירא'ער רבי דארף וויסן אז אין סאטמאר זאגט מען נישט קיין תחנון פרייטיג, וויפיל סקווירא אידן ווייסן דען אז אין רוב חסיד'ישע פלעצער זאגט מען נישט קיין תחנון ביי מנחה יעדן טאג?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:יישר כח @לוי יצחק!

רוב סקווירא אידן ווייסן אז מ'זאגט נישט קיין תחנון אין סאטמאר ביי מנחה, ס'קומט אמאל אויס צו דאווענען מיט א מנין ערגעץ אנדערש, משא"כ די רבי דאווענט קיינמאל נישט אינדערפרעמד.
גראדע געדענק איך אז די רבי האט שוין יא אמאל ארומגעשמועסט אין דעם ענין אז מ'זאגט נישט קיין תחנון פרייטאג אין סאטמאר.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מסתמא ווייסן זיי מער ווי די פארקערטע, ד.ה. אידן פון פלעצער וואס מען זאגט נישט תחנון ווייסן ווייניגער אז אין סקווירא און אין בעלזא זאגט מען יא

אבער דא רעדסטו דאך פון א רבי'ן, אוודאי ווייסט ער די סארט זאכן, עס איז זיין זשאב דאס צו וויסן. די סארט ענינים באהאנדלט מען דאך כסדר ביי די רבי'שע באזוכן און שמועסן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:יישר כח @לוי יצחק!

א הערליכע שמועס!

אגב, איך זעה נישט פארוואס דער סקווירא'ער רבי דארף וויסן אז אין סאטמאר זאגט מען נישט קיין תחנון פרייטיג, וויפיל סקווירא אידן ווייסן דען אז אין רוב חסיד'ישע פלעצער זאגט מען נישט קיין תחנון ביי מנחה יעדן טאג?

קודם כגלייב נישט זיי ווייסן נישט, נאכדעם פארגלייכסט צו א רבין, נאכדערצו דער סקווירער וואס איז א גאר באקאנטער ידען
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איך הער וואס עטץ זאגטס, הגם דער סקווירא'ער @פארצייטיש זאגט אנדערש.

א אנדערע זאך וואס וואונדערט מיר אביסל, פון וואו קען דער סקווירא'ער רבי ר' מנשה מאיער? ער דרוקט זיך נאך אויס מיט אזעלכע שטארקע לשונות אויף איהם!

אגב, די מעשה פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס דער גרינווילער רבי פארציילט איז נישט מדוייק, דער ייטב לב איז געווען דארטן אויף שבת מיט נאך א צדיק (כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט ווער) און זיי האבן זיך מקבל געווען אז די הנהגות וואס זיי וועלן זעהן וועלן זיי אננעמען, פרייטיג האט מען נישט געזאגט קיין תחנון, און שבת האט דער ייטב לב געהערט אז זונטאג גייט מען אויך נישט זאגן קיין תחנון איז ער אוועקגעפארן מוצ"ש כדי ער זאל נישט דארפן מקבל זיין די הנהגה, דער אנדערער איז יא געבליבן אויף זונטאג און ביי זיי זאגט מען טאקע נישט קיין תחנון זונטאג.

ווער עס געדענקט די נאמען פונעם צווייטן צדיק זאל ביטע שרייבן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זידיטשויב
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זידיטשוב איז דאך ווי זיי זענען געווען
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך הער וואס עטץ זאגטס, הגם דער סקווירא'ער @פארצייטיש זאגט אנדערש.

א אנדערע זאך וואס וואונדערט מיר אביסל, פון וואו קען דער סקווירא'ער רבי ר' מנשה מאיער? ער דרוקט זיך נאך אויס מיט אזעלכע שטארקע לשונות אויף איהם!

אגב, די מעשה פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס דער גרינווילער רבי פארציילט איז נישט מדוייק, דער ייטב לב איז געווען דארטן אויף שבת מיט נאך א צדיק (כ'קען מיך נישט דערמאנען יעצט ווער) און זיי האבן זיך מקבל געווען אז די הנהגות וואס זיי וועלן זעהן וועלן זיי אננעמען, פרייטיג האט מען נישט געזאגט קיין תחנון, און שבת האט דער ייטב לב געהערט אז זונטאג גייט מען אויך נישט זאגן קיין תחנון איז ער אוועקגעפארן מוצ"ש כדי ער זאל נישט דארפן מקבל זיין די הנהגה, דער אנדערער איז יא געבליבן אויף זונטאג און ביי זיי זאגט מען טאקע נישט קיין תחנון זונטאג.

ווער עס געדענקט די נאמען פונעם צווייטן צדיק זאל ביטע שרייבן.

דער מהרש"א הארוך איז זיכער געפארן קיין סקווירא.

און ר' מנשה אליין פלעגט דאך פארן ימים טובים קיין וויזניץ, זייענדיג א שטארקער חסיד פונעם רבי'ן דער אמרי חיים.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צולייגער האט געשריבן:

חידוש בעיני, נישט געוואוסט.

יישר כח!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:און ר' מנשה אליין פלעגט דאך פארן ימים טובים קיין וויזניץ, זייענדיג א שטארקער חסיד פונעם רבי'ן דער אמרי חיים.

חידוש בעיני, נישט געוואוסט.

יישר כח!

יעצט פארשטייסטו שוין וויאזוי ער איז אזא שטארקער חסיד פון רבי'ן ז"ל?...
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

צולייגער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:און ר' מנשה אליין פלעגט דאך פארן ימים טובים קיין וויזניץ, זייענדיג א שטארקער חסיד פונעם רבי'ן דער אמרי חיים.

חידוש בעיני, נישט געוואוסט.

יישר כח!

יעצט פארשטייסטו שוין וויאזוי ער איז אזא שטארקער חסיד פון רבי'ן ז"ל?...

:grin:
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
משה'לע גרינוואלד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

ער האט געוואלט וויסן צו סקווירא קען אנגיין מיט די סקווירא מנהגים.
האט דער רבי גע ענטפערט אז די איינציגסטער זאך וואס ער בעהט איז צו זאגן קץ.
די איבריגע לאזט ער אלעס טוהן ווי סאטמאר.
ער איז בכלל א איד אן קיין קפידה'ס נאר פאר זיך טוט ער אלע סקווירא מנהגים.
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
משה'לע גרינוואלד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

צולייגער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:און ר' מנשה אליין פלעגט דאך פארן ימים טובים קיין וויזניץ, זייענדיג א שטארקער חסיד פונעם רבי'ן דער אמרי חיים.

חידוש בעיני, נישט געוואוסט.

יישר כח!

יעצט פארשטייסטו שוין וויאזוי ער איז אזא שטארקער חסיד פון רבי'ן ז"ל?...

ער איז נאך אלץ שטארק דבוק אין וויזשניץ.
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפצעם האט געשריבן:ער'ט מסתמה געמיינט צו פרעגן אויב דארט אין גרינוויל פירט מען זיך אויך אזוי

ער פרעגט גאנץ קלאר אויף דעם גאנצן מנהג.

פון וואנעט זאל ער וויסן, עס שטייט ערגעץ?

------

וויפיל אידן וואוינען טאקע דארט?
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ער'ט מסתמה געמיינט צו פרעגן אויב דארט אין גרינוויל פירט מען זיך אויך אזוי

ער פרעגט גאנץ קלאר אויף דעם גאנצן מנהג.

פון וואנעט זאל ער וויסן, עס שטייט ערגעץ?

לקוטי מהרי"ח ברענגט עס
וקול התור נשמע בארצנו
משה'לע גרינוואלד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

מגליון שמחת התורה
1.png
1.png (108.18 KiB) געזען 1498 מאל
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

משה'לע גרינוואלד האט געשריבן:מגליון שמחת התורה
1.png

דער וואס האט ארויפגעלייגט די שמועס פון גליון בחצר הקודש האט נישט געלייגט די המשך השיחה, שפעטער אין די שמועס האט די סקווערער רבי טאקע פארציילט די מעשה, אבער נישט אויפן סאטמארער רב, נאר אז ס'איז געווען אין די יבנה שוהל אין תל אביב. (די רבי האט שוין אמאל פארציילט אז ס'זענען דא וואס פארציילן אז די מעשה איז געווען מיט זקינו הרה"ק רבי פיני'לע מאוסטילא זי"ע ווען ער איז געווען אינעם יבנה שוהל).
אויך שטייט דארט צוגעצייכנט א שמועס בנוגע די מאמר 'מכה אשר לא כתובה בתורה', אז דאס אליין איז א 'מכה אשר לא כתובה בתורה' און ס'האט נישט קיין מקור.
משה'לע גרינוואלד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

ב"ה געוועהן גאר א געהויבענער שבת די וואך אין בית המדרש עמק התשובה.
אין בית המדרש האט זיך אנגעזעהן א שיינער עולם פון געסט פון בארא פארק מאנסי מאנרא און לעיקוואוד.
מנחה האט דער רב איבערגעגעבן פארן רב הצעיר דסטראזשניץ הרה"ץ ר' משה חיים ראזענבוים שליט"א.
קבלת שבת האט געדאווענט דער אדמיניסטראטאר ר' משה יצחק איידליס הי"ו.
היסטאריש איז געוועהן דער שבת אז דאס איז דער ערשטער מאל וואס דער רב שליט"א האט עולה געוועהן שישי זייט ער האט עולה געוועהן על כס הרבנות מיטן אויסרייד אז ער וויל ענדערשער מפטיר, צוליב וואס עס האט עולה געוועהן בנו של האי עסקן נמרץ לבית מדרשינו בפרט ולכל עניני העיר בכלל הרב ר' דוד צבי ווייס שליט"א לכבוד די בר מצוה קומענדיגער שבת קודש.
פרקי אבות האט פארגעלערנט הרה"ג דער דיין ובעל מכשיר הרה"ג ר' יוסף דייטש שליט"א דומ"ץ גרינוויל והגלילות, מיט דברי חיזוק והתעוררות לקראת די ימים נוראים.
שלש סעודות האט דער רב אנגעהויבן מיט א התנצלות ברוב עותנותו, אז ער איז אינו ראוי אבער ער זאגט נאר נאך פון פריערדיגע וכו'.
מלוה מלכה איז דער רב אריינגעקומען אסאך פריער ווי א יעדער וואך און מען האט געענדיגט זייער פינקטליך.
נאך תהילים איז דער רב אריינגעקומען צו א פולער בית המדרש ארום 5:45 צו סליחות, איטערעסאנט אז נאכן פארגרעסערן דער בית המדרש 3 מאל דארף מען נאך אלץ צו לייגן פלאץ.
און פון די אריבער 100 זיצן איז נאר נאך געבליבן איינצעלנע צו קויפן.
דער עיקר מען זאל האבן געפוילט אלעס גוטס.
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הרה"צ מ'סטראזניץ פלאנט צו עפענען א ביהמ"ד?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

די רמ"א ברענגט אז אן אבל זאל אין יאר עולה זיין מפטיר
משה'לע גרינוואלד
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 am

Re: חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לע גרינוואלד »

שנאפס האט געשריבן:הרה"צ מ'סטראזניץ פלאנט צו עפענען א ביהמ"ד?

אויף די מינוט נישט אבער לכאורה מיט די צייט יא.
ער גלייכט צו מחזק זיין די קלענערע בתי מדרשים מיטן קומען דאווענען כסדר, אפי' קיין סקווירא וואס איז א היפשער מהלך פון זיין הויז.
אויב זאגסטו וואס "יעדער" זאגט זאגסטו גארנישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”