די נקודה האט געשריבן:טשעסטער גייט לכאורה נאכפאלגן אין די פיס טריט איינמאל די נייע דעוועלאפמענט ווערט באזעצט מיט גענוג אידן וועט טשעסטער זיכער דאמינירן א געוויסע אידישע וואל כוח
ווילעדזש און טאון אוו מאנרא גייט אויך ביום מן הימים נאכפאלגן ווען מער און מעג אידן באזעצן זיך אין אירע שטחים
וואודבארי וועט אויך נישט בלייבן אונטערשטעליג אבער וועט דויען ביז תש״צ לכה״פ עס זאל זיך אנהייבן עפעס ערנסט
משיח זאל אודאי פריער קומען
נאר וואס דען ?
בלומינגראוו האט דאס באוויזן כמעט ווי אין א אויגן בליק שלא כדרך הטבע אזוי שטארק און אזוי שנעל בלי גוזמא אונטער 5 יאר פונעם ערשטן מנין און דער ישוב האט באוויזן צו זיין אזוי פעסט אראפגענאגלט וואס איז צום שטוינען לויט אלע מומחים וואלטן דאס נאכנישט געקענט היינט האלטן דא
ממילא זאגט די סברא אז פארן ווייטערדיגן עתיד גייט עס ווייטער שפרודלן און בליען און וואקסן מיט א דויערהאפטיגע שטארקייט ובאחדות ווייל א העכערע סייעתא דשמיא באגלייט דעם פלאץ פון די ערשטע מינוט וואס איז זיכער נישט בלויז מענטשליכע כוחות
מיט די פליישיגע אויגן קען מען אפשר זאגן אז ס׳איז אסאך צו פארדאנקען בזכותו ובברכתו ועידודו פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מצאנז זמיגראד שליט״א וואס איז מאציל מהודו אויפן גאנצן ישוב מיט א העכערע ליכטיגקייט
ס'איז טאקע צום שטוינען,
ס'איז שוין אבער געוועהן אידן וואס האבן עס שוין געזעהן, אין די שטימע איז געווען באשריבן איינע פון די ערשטע תושבים אז ער האט שוין דעמאלט געזאגט אז ביז פינעף יאר גייט זיין רוב אידן, און ביז צעהן יאר 95% אידן, (א שאד ער האט מיך עס נישט געזאגט, גראדע מיינעך אז ס'וואונען נאך רוב גוים, לאמיר ווארטן נאך פינעף יאר אויב 95% וועט זיין אידן, כ'מיין אז דעיס וועט שנעלער געשעהן,)
פארשטייט זיך נאכדעם וואס ס'האבן שוין געוואונט דארט 3 אידן עטליכע יאר, און ס'האבן שוין אנגעהויבן אריין מאפן 5-6 נייע משפחות, שבת און יו"ט איז שון געוועהן מנין, און ס'איז פשוט נישט געוועזן קיין דירות אין קרית יואל גרייט אריין צומאפן, פאר די פרייז פון 300K-200K זיכער נישט, און מענטשן האבן זיך שוין געהאט געפענט די מח זיך ארויס צו ציען אין קאנטרי האלאא, און אידן האבן אינוועסטעט אין בלומינג גראוו אין ריזיגע שטחים און אויך אין פריוואטע הייזער, ס'מיינט אז ס'איז דא געלט פאר אידישע געברויכן ווי למשל טרענספטעישן וכדו', און פארשטייט זיך אז ס'איז דא הינדערטער אויפגעבויטע הייזער איינס נאכן אנדערן, וואס דאס גיט א שטארקע פיוטשער פון א אידישע שטאט, מיטן איבער נעמען די וואלן, גראסעריס, סטארס, שילן, שכנים מיט וועם די קינדער קענען זיך שפילן, וכדו'
און ווי אויך, ר' יואל וואגשאל וואס ער איז דיך געווען דער ערשטער זאגט, אז ער האט עס געגעבן צעהן יאר פון ווען ער האט אריין געמאפט, ביז דער עלם גייט אים נאך טוהן, למעשה איז ער געווארן סעפריזט מיט איין יאר פריער, נאך ניין יאר,
און באמת איז דאס לכוארה געוועהן די וויזשען פון די אלע וואס האבן אינוועסטעט, שוין נאכדעים וואס די גוים האבן געפענט דעים ווילעדזש,
מיט דעים אלעם, וואלט איך געזאגט אז ס'איז זיי גלאנגען,