נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

Blooming
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » פרייטאג מאי 31, 2019 10:21 am

ר' יום טוב האט געשריבן:פאלגענד זענען די סיבות פארוואס א חלק ציבור כאפט זיך נישט צו די דרויסענדיגע געגנטער:

1) אין עיקערס ענקלעיוו אדער אנדערע דעוועלאפמענט, האסטו א דירה פאר ארום זעקס הונדערט. ווען דו ווילסט האבן די זעלבע גרויסע נייע דירה אינדרויסן, קאסט עס בכלל נישט נישט ביליגער. דערצו קומט ארויף א טעקס ביל פון ארום 15 אלפים. הגם דו קענסט טרעפן פיל ביליגער סיי הייזער און סיי טעקסעס א שטייגער ווי בלומינג גראוו א.ד.ג. רעדט מען אבער פון א 2200 סקווער פוס 'נייע' הויז - היימיש געבויעט. (אה..אבער דארט באקומסטו א פרייוועט תורה וגדולה הויז.. גוט. איך רעד נישט וואס מ'באקומט, מ'באהאנדלט בלויז וואס ס'קאסט דאס לעבן מיט א געזונדל קעה"ר און א געצוימטן בודזשעט.)

2) צו גיין אינדרויסן לוינט זיך אפשר נאר פאר איינער וואס זוכט יעצט דאס ערשטע מאל צו קויפן א דירה. איינער וואס איז שוין געסעטלט מיט א דירה, האט בדרך כלל נישט קיין סיבה - פיינאנציעל גערעדט - פ"וו צו פליפן זיין דירה און קויפן אינדרויסן. ואין חכם כבעל נסיון.



90% וואס האבען געקויפט אונדרויסען האבען געצאלט גאר ווייט פון $600.000 נאר און די דריי/פיר הונדערט
איך רעד נישט פון די וואס האבען געקויפט גאר גרויסע הייזער פון 2800-3000 סקווער פיס און געצאלט און די הויכע פינף הונדערט צו זעקס מאות
ווייל און עיקערס ענקלעוו גייט קאסטען א 3000 סקווער פיס דירה 850 אלפים פאר אלע סורשארגעס.


יעצט וועגן די טעקסעס,
וויפיל צאלט מען מעינטענענס, וואסער, טעקסעס, און אלע פער פרעשער סורשארגעס פון וואנען און די גג על גג עפאכע און פאלם טרי, די איז נישט נוגע.

נאר איין זאך די אלע וואס האלטען און איין שרייבען וועגען טעקסעס כאפען נישט
, יא די אידען וואס האבען געמאפט קיין בלומינג גראוו און האבען די קוואלעטי אף לייוו פון ב"ג וואס מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס וואונט נישט דא, די רואיגקייט, ליפטיקייט, הרחבת הדעת בבית ובפרט בחוץ, אידישע שכינים גענוג נאנט אבער גענוג ווייט, שיינע גאסען יעדער מיט זיין גארטען,
די אויסוואל פון עלף בתי מדרשים וואס די ביסט וועלקאום און יעדע פון די,
די אידען זענען גרייט צו צאלען נאך פינעף זעקס טויזענט דאללער א יאר טעקסעס פאר דעם.

Blooming
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

הדלקה און בלומינג גראוו בחצר הקודש צאנז זמיגראד

תגובהדורך Blooming » פרייטאג מאי 31, 2019 10:28 am

תפילה
IMG-20190528-WA0183.jpg
IMG-20190528-WA0183.jpg (421.72 KiB) געזעהן 4920 מאל
IMG-20190528-WA0168.jpg
IMG-20190528-WA0168.jpg (235.03 KiB) געזעהן 4920 מאל
צוגעלייגטע
IMG-20190528-WA0184.jpg
IMG-20190528-WA0184.jpg (521.82 KiB) געזעהן 4920 מאל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 31, 2019 11:41 am

ר' יום טוב האט געשריבן:פאלגענד זענען די סיבות פארוואס א חלק ציבור כאפט זיך נישט צו די דרויסענדיגע געגנטער:

1) אין עיקערס ענקלעיוו אדער אנדערע דעוועלאפמענט, האסטו א דירה פאר ארום זעקס הונדערט. ווען דו ווילסט האבן די זעלבע גרויסע נייע דירה אינדרויסן, קאסט עס בכלל נישט נישט ביליגער. דערצו קומט ארויף א טעקס ביל פון ארום 15 אלפים. הגם דו קענסט טרעפן פיל ביליגער סיי הייזער און סיי טעקסעס א שטייגער ווי בלומינג גראוו א.ד.ג. רעדט מען אבער פון א 2200 סקווער פוס 'נייע' הויז - היימיש געבויעט. (אה..אבער דארט באקומסטו א פרייוועט תורה וגדולה הויז.. גוט. איך רעד נישט וואס מ'באקומט, מ'באהאנדלט בלויז וואס ס'קאסט דאס לעבן מיט א געזונדל קעה"ר און א געצוימטן בודזשעט.)

2) צו גיין אינדרויסן לוינט זיך אפשר נאר פאר איינער וואס זוכט יעצט דאס ערשטע מאל צו קויפן א דירה. איינער וואס איז שוין געסעטלט מיט א דירה, האט בדרך כלל נישט קיין סיבה - פיינאנציעל גערעדט - פ"וו צו פליפן זיין דירה און קויפן אינדרויסן. ואין חכם כבעל נסיון.

בקיצור ברענגסטו ארויס אז ענקלעיוו איז געמאכט פאר פארמעגליכע אידן נישט פאר פרישע אינגעלייט אדער דורעכשניטלעכער פארדינערס, איא? דאס איז די גאנצע וויכוח

א אינגערמאן זאגט מיר אז ער האט אראפגעלייגט 150 אלפים פאר עיקערס פאר יומי ווערצבערגער און גייט אויך נעמען אפאר יאר און דארף אראפ לייגן נאך ביים קלאוזען

די רעדע איז אז איינער וויל יעצט מופן און צאלן די ביליגסטע איז נאר אינדרויסן , און דאס איז די סיבה וויזוי רוב מענטשן זענען דארט אנגעקומען

מענטשן וואס וואינען אינדרויסן שוין באלד 3 יאר וואלטען נאך יעצט געווארט פאר זייער דירה פארטיג צו ווערן און זיך דארפן בארגן פארן דאון פעימענט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג מאי 31, 2019 12:01 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
מענטשן וואס וואינען אינדרויסן שוין באלד 3 יאר וואלטען נאך יעצט געווארט פאר זייער דירה פארטיג צו ווערן און זיך דארפן בארגן פארן דאון פעימענט

איינער האט גוט געזאגט, מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט ארויסגעמופט פון שטעטל, האט ער געזאגט איך האב נישט אוועקגעמופט, איך האב ס"ה געקויפט א דירה ווי לאנג מיין דירה אין שטעטל וועט זיין גרייט, דערוויל וואוינט ער שוין דארט דריי יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 31, 2019 2:28 pm

יעצט אויף די מינוט זע איך נישט וויאזוי איינער קען מיט א קאלקלעיטער מיט א ספרעדשיט ברענגען קלארע פאקטן אז א דירה איז מער פאנאנציעל ווערט

אפגערעדט פונעם פאקט אז די מיזט ווארטען 3 יאר אדער מער צו קענען מופן

און דאס אז אין דיין הויז וועסטו קענען האבן א רענטעל אדער צו בויען נאך א דירה אין אפאר יאר ארום

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג יוני 02, 2019 8:17 pm

אני הקטן אהער און אהין בין א גרויסער אנהענגער פון די דרויסענדיגע געגנטער, ווי געוויסע באקאנטע סוחרישע נגידים האבן געמאכט דעם חשבון אז צו קויפן און באצאלן די פרייזן פאר א פארשטופטע קאנדא, שטומט נישט מיט ביזנעס מאטעמאטיק.

אבער, דער אבער איז, מען דארף קוקן ווי און וואס, אויב מאכט דער חשבון נישט קיין סענס, דאן האסטו גארנישט פון ארויסגיין אינדרויסן, אויב גייסטו צאלן 25 אלפים, גייסט גיין פארקאלאוזער, ווען מען רעדט פון טעקס פון 10*15 אלפים, און דער עצם מקח איז א נידריגע ציפער, וועסטו נאך קענען מאכן די חודשליכע פעימענטס, אבער טאמער גייסטו אין די רייכע וואודדבערי געגנטער, ווי די טעקסעס זענען אסטראנאמיש הויעך און דער עצם סעיל איז טפסריש, איז הגה בעצמך, וויאזוי גייסטו אויפקומען מיט די מאנאטליכע צאלונגען?!

מען הערט שוין פון געוויסע וואס וויינען און ווילן צוריק דרייען דעם זייגער, וואס גייט נישט אזוי לייכט.

אלזא, מען ברויך נעמען אלע קאלקולאציעס און חשבון, און אויסוועלן א גוטן ביליגען געגנט, און ס'דא לרחצה ב''ה.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » פרייטאג יוני 07, 2019 8:26 am

9.PNG
9.PNG (440.53 KiB) געזעהן 4194 מאל

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

תגובהדורך אורחאפורחא » פרייטאג יוני 07, 2019 11:37 am

.
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

איגערקע
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

די עירוב און פולען שוואנג

תגובהדורך איגערקע » מיטוואך יוני 12, 2019 3:00 pm

טייערע אידן, אונזערע ברודער אין בלומינגראוו דארפן אייער הילף. באשטייערט צו די גרויסע מצוה פון עירובו חצירות.

https://bloominggroveeruv.com/

אינעם בילד, הרב רבי יואל קאהן און הרב רבי חיים מאיר שטיינמעץ ביים איבערגיין די דעטאלען פונעם עירוב
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-06-12 at 2.45.14 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-06-12 at 2.45.14 PM.jpeg (106.31 KiB) געזעהן 3791 מאל
WhatsApp Image 2019-06-12 at 1.18.28 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-06-12 at 1.18.28 PM.jpeg (431.91 KiB) געזעהן 3791 מאל

איגערקע
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

מזל טוב מזל טוב!!!!!!!

תגובהדורך איגערקע » דאנארשטאג יוני 13, 2019 9:23 pm

מזל טוב, מזל טוב הערט מען שרייען אין אלע גאסן. דער עירוב איז אין קראפט תהלה לקל חי.

די היינטיגע טאג י' סיון תשע'ט, וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע בוכשטאבן אין די אידישע היסטאריע ביכער. דעם טאג וואס עד איז פארטיג געווארן א כשרע מהודר'דיגע עירוב. אין דעם עיר ואם בישראל בלומינגראוו.

נאך דריי יאר וואס אידן האבן באזעצט דעם באדן, און איז צוביסלעך געווארן א אידישע שטאט מיט שולן און מקוואות. אבער אידישע פרויען זענען געווען איינגעשפארט אינדערהיים, און נישט געקענט טראגן.

א שמחה נעמט ארום אלע איינוואוינער, נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט. ווי אידישע בליט און וואקסט ברוך השם.

הרה"ג רבי מאיר בערקאוויטש שליט"א הרב ד'קאריץ איז דער פייאניאר פונעם עירוב. וואס האט זיך אוועק געגעבן און נישט גערוהט. ביז דאס איז דורך געפירט געווארן ביזן סוף.

טייערע אידן עס פעלט נאך א פאר טויזענט דאלער. נישט יעדן טאג, קומט אינטער אזא מצוה צו שטיצן אידן וואס היטן שבת. ביטע זייט אייך משתתף אין דעם לינק.
https://bloominggroveeruv.com/

Blooming
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:00 pm

איינער האט די מאפע פונעם עירוב??

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » פרייטאג יוני 14, 2019 10:22 am

Blooming האט געשריבן:איינער האט די מאפע פונעם עירוב??

5fe10f9040d94625b23740fabeaf60c0.jpg
5fe10f9040d94625b23740fabeaf60c0.jpg (89.37 KiB) געזעהן 3335 מאל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג יוני 14, 2019 10:43 am

שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.

איגערקע
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » פרייטאג יוני 14, 2019 10:59 am

וואס איז די מעשה מיט ר' לייביש'ן?

יוסיף דעת
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » פרייטאג יוני 14, 2019 11:33 am

אהער און אהין האט געשריבן:שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.


העי!! איר האט פארגעסען צו שרייבן רבתי
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג יוני 14, 2019 12:43 pm

יוסיף דעת האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב.
ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע.
ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

ווי האט נאר דער רבי רעאגירט ווען עימיצער האט געזאגט ''שטעטל''?
-זאג שטאט, האט דער רבי געזאגט!!!
ופרצת ימה, קדמה, צפונה, ונגבה.


העי!! איר האט פארגעסען צו שרייבן רבתי

ניין, איך האב זיך גע'ישוב'ט צו שרייבן צו נישט, און ס'געבליבן אז נישט, ווייל

בלומינגראוו איז קרית יואל אליינס, עס פעלט נישט אויס קיין רבתי אדער כוף הדמיון.

(דרך אגב, איך האב די זעלבע אגענדע ווי דעם ק''י וואכנשריפט, ביידע מיינען מיר אז אידן זאלן האבן דירות און גראז און ביימער, נאר ער טוט עס מיט א רבתי און איך אן דעם....)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג יוני 14, 2019 12:53 pm

איגערקע האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ר' לייביש'ן?

עפעס א מעשה מיטן יט''ל האט צוגעזאגט פאר איינעם עולם הבא אויב וועט ער מאכן אן עירוב אין סיגוט, (דאן) אונגארן.
דער רבי האט געזאגט פאר ר' לייבושן אז דו וועסט העלפן פארן שטעטל, און דארט וועט זיין אן עירוב, וועסטו אויך האבן עולם הבא.
עפעס אזוי גייט די מעשה.
*
ועי' באריכות בספר רצון צדיק, ואח''כ בעיתון דער בלאט במדור קרית מלך רב, האיך שהעסקן ר' ליבוש ז''ל ואתו עמו להבחל''ח הרה''ח ר' משה'לע גליק שליט''א, והרה''ח ר' חיים הערש ליימזידער שליט''א, עמלו קשות לבקשת רבינו, אכלו תבן עד שהגיעו להקים העיר הגדולה לאלוקים.

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

ושמחים לשמרו ולערוב עירובו

תגובהדורך אורחאפורחא » פרייטאג יוני 14, 2019 1:04 pm

ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת
צוגעלייגטע
eirev3low.jpg
eirev3low.jpg (121.5 KiB) געזעהן 3098 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2010 2:50 pm

קוקט איבער די מאפע צו מאכן זיכער אז אויב איר זענט אינעם עירוב

תגובהדורך אורחאפורחא » פרייטאג יוני 14, 2019 1:07 pm

קוקט איבער די מאפע צו מאכן זיכער אז אויב איר זענט אינעם עירוב
צוגעלייגטע
poster.jpg
poster.jpg (175.78 KiB) געזעהן 3096 מאל
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג יוני 14, 2019 3:19 pm

אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » פרייטאג יוני 14, 2019 5:19 pm

מצב כללי האט געשריבן:
אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?

ווירזשיניע האט שוין לאנג א פריוואטע עירוב

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג יוני 14, 2019 7:49 pm

בחורהזעצער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
אורחאפורחא האט געשריבן:ושמחים לשמרו ולערוב עירובו
עירוב ענדליך גרייט די וואך שבת


פארוואס מאכט מען נישט איין גרויסן עירוב זאל אריינעמען אויך די ווירזשיניע געגענט?

ווירזשיניע האט שוין לאנג א פריוואטע עירוב

איז די קשיא נאך שטערקער, פארוואס שטעלט מען זיך נישט צוזאם און אלעס זאל האבן די זעלבע גרינע קאליר?

אפעטיט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

תגובהדורך אפעטיט » מוצ"ש יוני 15, 2019 10:14 pm

הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?

Blooming
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מוצ"ש יוני 15, 2019 11:10 pm

אפעטיט האט געשריבן:הער איך אז די מאורות נתן רב איז נישט צופרידן מיט די עירוב.
ווייסט איינער די סיבה?


נישט גוט געהערט

Blooming
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

*שמחים לשמרו ולערב עירובו, זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו*

תגובהדורך Blooming » מוצ"ש יוני 15, 2019 11:13 pm

גאר א פרייליכע שטימע האט געהערשט דעם שבת אונעם שטערקסטען נייעם חסידישע ישוב בלומינג גראוו, ווען מען האט מחדש געווען דעם נייעם עירוב המהודר און שטעטל,
די פילע קערידשעס וואס מען האט געפירט די קליינע קינדער, און די טלתים און די הענט שבת צופרו באגעגנדיג אויפען וועג צום ראדאוויצער בית המדרש, צו די איבערגעבליבענע עסן און בעגס וואס די עולם האט געברענג צו שלש סעודות און קאריצער ביהמ"ד איז געווען א נייעה ערשיינונג אונעם שטעטל,


א פרייד אויף אלע פענימער איז געווען ווען עס האט זיך דעם שבת נאך שטערקער ארויס געזעהן דעם ריזיגען וואקס אונעם געגנט, א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.

די תושבי השכונה זענען גאר דאנקבאר פאר הרה"ג רבי מאיר בערקאוויטש מ'קאריץ פאר די גאר שווערע ארבעט און הארעוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארען און דעם פראיעקט זיכער צו מאכען אז אלעס קלאפ אויף דעם גרעסטען הידור וואס נאר שייך

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!
לעצט פאראכטן דורך Blooming אום זונטאג יוני 16, 2019 12:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט