נייע חסיד'ישע ישוב אין וואטערבערי, קאנעטיקוט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יא ר' יונה, איך האב ב"ה א גוטע בענקל מיט אן אנלאנער, א שכח פארן מיך אינזין האבן.

יעצט לגבי דיין מיליאן דאלאר פראגע, מיר געפונען אין די אידישע היסטאריע בעיקר דריי אופנים ווען אידן ציען זיך:
1) ווען מ'טרייבט.
2) ווען מ'לויפט (נאך/פון געלט).
3) ווען מ'פירט (א מנהיג העדה).

אזוי לאנג קיין איינע פון די סיבות זענען נישט עכט דא, וויל יעדער "זאגן" און טראכטן אז ער העט ווען געוואלט גיין, אבער "באמת" איז אים גרינער צו זיצן איינגעלייגט, (און קרעכצן, א באזונדערע הנאה), נאר ווען ער'ט נישט האבן ווי אנידערצולייגן דעס קעפעלע ביינאכט (כפשוטו) עט'ר באין ברירה גיין צוליב סבה נומבער איינס.

מ'דארף מתפלל זיין און אודאי טון כל מה שביכולתנו אז ס'זאל בדרך לא דרך געלונגען פריער, אבער מ'טאר נישט ווערן צוטראגען, און שכל שמיר מסכים, נאר למעשה איז שוין אנאנדער געשעפט, נו, אבער דאס אידאס, ס'אידישע פאלק ווי טייער און הייליג, זענען נישט אזוי "פלעקסיבעל".

עס זענען אודאי דא אלעמאל יוצאי מן הכלל, אבער זייער ווינציג, און שווער זיי צו טרעפן ביים היימישן עולם, איז ממילא זעהט'ס אזוי אויס.

וה' יעזרנו על דבר כבוד שמו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

טהור, די ישוב איז שוין עטליכע חדשים אדווערטייזד אין אידישע אויסגאבעס.

כאב עס אלץ אנגעקוקט ווי א ליטוואק וואס פראבירט צו מאכן א חסידישע געגענט דורך אריין שטעלן ענגלישע רעקלאמעס אין אידישע אויפלאגס און שרייבן דערין אז עס ווערט געבויט א העימיש האסידיק קאמיוניטי.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

אַבּערוואַס האט געשריבן:יא ר' יונה, איך האב ב"ה א גוטע בענקל מיט אן אנלאנער, א שכח פארן מיך אינזין האבן.

יעצט לגבי דיין מיליאן דאלאר פראגע, מיר געפונען אין די אידישע היסטאריע בעיקר דריי אופנים ווען אידן ציען זיך:
1) ווען מ'טרייבט.
2) ווען מ'לויפט (נאך/פון געלט).
3) ווען מ'פירט (א מנהיג העדה).

...

נו, אבער דאס אידאס, ס'אידישע פאלק ווי טייער און הייליג, זענען נישט אזוי "פלעקסיבעל".


וה' יעזרנו על דבר כבוד שמו.


ביי די חסידישע איז עס אזוי, די ליטווישע, מאדערנע, וואוינען אויסגשפרייט אסאך מער, א חסידישער איד דארף האבען א מצב, מען קען נישט וואוינען אין א וואלד, אבער וואטערבורי מיין איך האט שאנצען, ס'ביליג, ס'האט שוין געוויסע איינריכטונגען, אין ס'נישט אזוי ווייט, סאו ס'נעמען זיך צאם א צוואנציג יונגעלייט קען מען אנהייבען דארט א ישוב, מען דארף נישט האבען פאר דעם א קהילה זאל עס שטופען, ס'נישט אזוי ווי עפענען א נייע שטעטל, וואס איז אסאך א שווערערע אונטערנעמונג,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אש קודש »

איך מיין אז קיינער האט נישט ארויס געברענגט אז פינעף מינוט צו פארען איז דא דארט אלע מעדזשער גרויס סטארס אזוי ווי טארגעט וואלמארט ס'איז דא דארט אלע ציגעהערען
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מאנסי און לעיקוואוד האציך דייקא געגרינדעט פון די ליטאים. אפשר איז דאס אויך א שטיקל ליכט אויפן אנהויב פון א פרישע שכונה פאר חסידים?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אויב מען טאר נישט גיין אין א שפיטאל נאר אדער נוי יארק אדער נוי דזשערזי
דאן פארוואס טרענספערט מען אסאך מאל קיין באסטאן (מען זאל נישט וויסן)?
נארוואדען, מען וועט זוכן כל מיני תירוצים פארוואס צו בלייבן אין וויליאמסבורג אד"ג
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מיט די שפיטעלער וועלכע זענען דא לעבן בלומינגבורג מיין איך איז שוין נישט קיין חילוק צו דער דאקטער מעג שלעפן דעם פלאג אדער נישט...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

וואס הייסט?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

די שפיטעלער וועלכע זענען אין געגענט פון בלומינגבורג זענען אזעלכע שוסטערישע שפיטעלער אז דער מענטש גייט אויס נאך פאר מען טוט עפעס מיט אים, און אויב קומען זיי יא אן צו טון עפעס לייגן זיי אים אוועק מיט דעם.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך babaganush »

מען קען שוין זעהן די דירות?
Bishlachish
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 22, 2014 10:41 pm

Size of Diros

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bishlachish »

Waterbury Dev has the best chance for Yingeleit who REALY want to get in at BOTTOM PRICES ...
I have been there for many Shabusim it has Everything needed.. but a CHASIDUS.If any of yoy have QUESTIONS go ahead ask me......
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

can you please show on Google maps where the hiemisha area is ?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

טהור-עיניים האט געשריבן:אזוי אויך זאגן זיי אז תיכף פון אנהייב וועט זיין צוגעשטעלט שוהלן, מוסדות, מקוואות, טראנספארטאציע און ביזנעס געלעגענהייטן

ס'מיינט דאס "ס'וועט זיין צוגעשטעלט"? ווער וואס און ווען?
תיכף פון אנהויב? טאקע? קען מען דאס באווייזן? וויפיל משפחות ברויך זיין אינעם ערטן שאס אז מען זאל קענען אקאמאדירן אלע גילאים?
לדעתי העניה, אזוי לאנג ווי מען דארף מבטיח זיין מוסדות התורה צו אלעמענ'ס געשמאק וועלן אלע טראגן דעם זעלבן פנים און מען קען זיך גרייטן צום נעקסטן ישוב
וויזוי איז אזא שורה אדורך אן א תגובה ווייס איך נישט

טהור-עיניים האט געשריבן:די לעצטע שטיק צייט זענען געזעצן די עסקנים מיט די אינטערנעמער פון די נייע דעוועלאפמענטס, און זיי זענען צוגעקומען צו א פארשטענדעניש צו געבן די ערשטע צוויי הונדערט הייזער פאר גאר ביליגע פרייזן, און אפילו נאכדעם וועלן די פרייזן זיין ביליג (אפילו אין פארגלייך צו בלומינגבורג).
דערווייל וואס איך ווייס איז אז זיי זאגן אז די סייז פון די דירות הייבט זיך אן ביי 2500 סקווער פוס און די פרייזן הייבן זיך אן ביי 189 אלפים!!! אזוי אויך זאגן זיי אז תיכף פון אנהייב וועט זיין צוגעשטעלט שוהלן, מוסדות, מקוואות, טראנספארטאציע און ביזנעס געלעגענהייטן.

די עכטע פראגע איז וויפיל ס'וועט קאסטן נאך די ערשטע צוויי הונדערט הייזער, וואס נאר דאן איז דער עולם גרייט זיך אינטערצוהייבן. ברענגט אביסל דעטאלן וואס די פרייז אויף די גאס איז, דאס איז מער ווערט ווי הבטחות פון עסקנים
--
אנטשולדיקט פאר די נעגאטיוויטי

חיים ושלום האט געשריבן:א בית החיים איז שוין דא?

ס'דא א קפידא צו זיין נטמן אין די שטאט וואו מען האט געוואוינט?

עקבי הצאן האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'דארף אויך אביסל וויסן וועגן'ם "סיסטעם", מיט וואס און צו וועלכע זייט ס'איז אנדערש ווי ניו יארק, (כ'האב למשל געהערט פון עמיצן אז ווען א מענטש ליגט און שפיטאל שטערבליך קראנק מעגן זיי און געוויסע מצבים ע"פ חוק, אל אפם פון די קרובים אויסשטעקן די מאשינען, ודי).

חוץ ניו יארק און ניו דשערסי איז דאס דער אנגענומענער געזעץ אין אלע שטאטן פון אמעריקא, טאר מען שוין נישט וואוינען אין ערגעץ?

אוואדע נישט! וואס די פראגע בכלל? וואס מיינט איר פארוואס דען זיצן מיר דא מיט געבינדענע הענט אויב נישט וועגן אזעלכע און ענליכע חששות
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

טהור, די עסקנים פון וועמען די רעדסט זענען אנאנים?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

איך האב דעם יום טוב געזעהן דער עטווערטייזמענט וועגן וואטערבערי. מיין ערשטער השתדלות איז געווען ארויפצוגיין אויפן וועב זייטעל זייערע, איך בין אבער מיט גארנישט קליגער געווארען.

איך האף אי"ה מארגען צו קלינגען דעם נומער וואס זיי האבען ארויפגעשטעלט און הערן וואס זיי האבען צו זאגען.

איך בעט ווער דא עס ווייסט מער אינפא זאל עס ביטע מיטטיילען מיטען ציבור. א דאנק
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

וואו איז געווען א אדווערטייזמענט אדער website אדער נאמבער?
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

איך האב עס געזעהן אין די. Weekly Link
Shochen
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shochen »

יונהלע האט געשריבן:וויליאמסבורג איז 60 פארצענט שווארצע און שפאנישע און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. פלוצלונג ווערן מיר בעסערע מענטשן??... נאר ווען מ'האלט נישט ביים מופן טרעפט מען אלע מיני תרוצים!!


ביטע געדענק אז וויליאמסבורג ביי אונז מיינט מען די אידישע קווארטל. %99.99 איז אידען (ווייסע). גרויסע חילוק.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ס'הייסט די פראדזשעקט געביידעס (בכל שם וחניכא), און סתם אפארטמענט הייזער מיט די חברה, טראגען אנאנדערע זיפ קאוד?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

היות עס זענען דא אפאר קשיות געוואנדן צו מיר, הנני להשיבם למיטב ידיעתי, אחד על אחד:

הניק המכונה היפאקריט פרעגט עטליכע פראגן,

מוסדות:
מען ארבעט יעצט צו פיינעלייזן בניינים פאר א תלמוד תורה און א מיידל סקול, מען האפט בקרוב וועט עס זיין מסודר און דאן וועט מען ארויסקומען צום עולם מיט מער דעטאלן.

מען קען עס באווייזן. פאר די וועלכע ווילן דוקא די מוסד פון זייער חסידות, זיי וועלן מוזן ווארטן נאך אביסל, פאר די וואס א כלל חסידי מוסד איז אויך גוט, זיי וועלן קענען בעז"ה זיך ארויסציען מיט די ערשטע איינוואוינער אין די ערשטע פאזע. פונקטליך וויפיל משפחות מען דארף איז נישט קלאר, ווייל עס ווענדט זיך וויפיל קינדער יעדע משפחה האט, אבער ביילייפיג 150-200.

פרייזן פון הייזער:
מען קען נישט צופיל הייבן די פרייזן, ווייל די דשענעראל מארקעט אין וואטערבערי איז נישט צו הויך, קויפן הייזער אויף די אפענע מארקעט אין וואטערבערי קאסט ביליגער ווי מען האט געאפערט די נייע הייזער אין בלומינגבורג.

עס איז נישט דא קיין קפידא צו ליגן אין דעם שטאט ווי מען האט געוואוינט, אבער עס איז אויך אין די פלענער.

תהלים איד, זיי זענען נישט אנאנים, האפענטליך בקרוב וועלן זיי זיך ארויסשטעלן צום ברייטן ציבור מיט זייערע פולע נעמען.

פיצי קעפעלע, דער וועבזייטל האלט נאך אינמיטן געבויעט ווערן, עס איז געווען א טעות עס אריינצולייגן אין דעם אדווערטייזמענט פאר עס איז גרייט.


און יעצט אפאר כלליות'דיגע ווערטער. ערשטנס, איך בין נישט קיין אפיציעלער רעדנער פאר דעם פראיעקט, אבער איך בין אין קאנטאקט מיט די עסקנים דורך א חבר, און אזוי האב איך געהערט געוויסע פרטים.

דער מודעה אין די וויקלי לינק איז געווען מער געצילט צו ווייזן פאר דעם דעוועלאפער אז דער ציבור איז סיריעס און זיי ווילן קומען, ווי באמת פארן ציבור. יא, מען שטעלט שוין אויף א אפיס ווי מען וועט ענטפערן בעז"ה די קאללס פון די אלע אינטערעסירטע, אבער זיי זענען נאך נישט אינגאנצן גרייט ארויסצוקומען צום פאבליק דערמיט. זיי האפן בקרוב צו זיין גרייט און ארויסקומען דערמיט, מיט אלע פרטים ופרטי פרטים.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

בשם ה' נשכיל ונצליח!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

שכח טהור עיניים, אוי הלוואי מי ייתן והיה...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און יעצט וויל איך אין קורצן שרייבן אפאר ווערטער איבער דעם כלליות'דיגער ענין פון נייע ישובים, און עס אויך נוצן אלס תשובה צו דעם אשכול וועלכע זעהט מיר אויס איז געעפענט געווארן אלס עפעס אן אנטווארט פאר דעם אשכול, ווי יענער פותח האשכול פרובירט שטארק צו איבערצייגן אז "דער עולם" האלט נישט ביים ארויסמופן און פערטיג. פינטל.

אלס ראי' לדבריו ווייזט ער אז דער עולם האט דאך נאך נישט ארויסגעמופט קיין מאנסי...

ע"כ וויל איך דא ענטפערן אויף דעם. און אזוי ווי איך האב נישט קיין צייט, עס איז שפעט און איך מוז גיין שלאפן, וועל איך טרייען עס צו מאכן קורץ. ווער עס קען מאנסי גוט, ווייסט אז מאנסי איז בכלל נישט דער ענטפער אויף דעם ביקוש.

דער געברויך פאר א נייעם ישוב איז איבריג מסביר צו זיין און עס איז קלאר אז דער ברוקלין'ער חרד'ישער געמיינדע, די וועלכע דארפן אזוי וויכטיג דעם לייזונג, איז צאמגעשטעלט פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, און דער וויליאמסבורגער סאטמאר'ער (שאפראן-לייטנער-יאוואזשנע-קאשוי-וכו') אינגערמאן דארף האבן עפעס אנדערש ווי דער בארא פארקער סטאלין'ער אדער באיאנער חסיד. און אינצווישן די און אזוי אויך פון רעכטס און פון לינקס זענען דאך דא נאך פארשידענע מינים ממינים שונים ומשונים ולא ראי זה כראי זה. אבער הצד השוה שביניהם איז אז אלע מוטשענען זיך מיט דירות.

ווען איך רעד רעד איך פון דעם נוטראל'ער, כלל חסידי אינגערמאן, אין דעם קען זיין אריינגערעכענט א סאטמאר'ער, באבוב'ער, סקווער'ער, סטאלינ'ער און גור'ער, אדער סיי וועלכער אנדערער חסיד אדער נישט חסיד וועלכער קען זיך אריינפאסן אין א כלל חסידי מקום, און פאר דעם אינגערמאן קען מען צושטעלן א נייער ישוב. אבער דער נייער ישוב "מוז" האבן צוויי בעסיק זאכן, וואס אן דעם איז נישט דא וואס צו רעדן.

ניין, עס מוז נישט האבן "אלע" באקוועמליכקייטן, עס זענען דא גענוג מענטשן וועלכע זענען גרייט מוותר צו זיין אויף א פינף-מינוט-פאר-חצות-הלילה-מעריב-מנין, אדער אויף א 24\6 פיצא געשעפט, עס זענען דא גענוג היימישע אידן וועלכע זענען גרייט ארויסצוגיין אויף א ניי מקום און שוויצן אביסל פאר די ערשטע פאר יאר. אבער די פונדאמענטאלע צוויי זאכן וואס מוז זיין, אויף דעם קען ער נישט מוותר זיין, נישט ער איז נישט גרייט, נאר ער קען נישט.

די צוויי זאכן זענען: 1. ביליגע דירות און 2. די מעגליכקייט פאר גענוג אזעלכע דירות.

און איך וועל מסביר זיין. א דירה פון 2050 סקווער פוס פאר 450 אלפים אין מאנסי, איז טאקע נישט עקסטער טייער, אבער עס איז לגמרי נישט ביליג. און ווען דו לייגסט נאך צו אז דער דירה איז צוויי שטאק אין די הייך אן קיין געהעריגע בעק יארד און סטארידש, איז עס שוין נאך ווייניגער ווערט.

א טאון האוז פון 2800 סקווער פוס פאר בערך 350 אין בלומינגבורג, איז אויך נישט טייער, אבער עס איז זיכער נישט ביליג. יעדע זאך דארף מען קוקן לפי הערך, און לפי הערך האט מען נאך אין ערגעץ נישט געאפערט "ביליגע" דירות.

און דער צווייטער פראבלעם איז דער מספר הדירות. יעצט רעדט מען פון בלומינגבורג, ער האט דערווייל נאר דעם פערמיט אויף 396, וואס וועט זיין נאכדעם. (למעשה האלט איך לגבי בלומינגבורג אז דער פייט איז היסטאריע, דער נייער מעיאר ווייסט זייער גוט אז אין צוויי יאר ארום גייען לאממס מענטשן זיין רוב און ער גייט שייינערהייט מיטארבייטן מיט אים. אפשר וועט ער עס מוזן מאכן אויסקוקן ווי ער איז שטרענג, אבער סוף סוף וועט ער מיטארבייטן מיט אים) רוב היימישע ניו יארקער אידן ווילן וואוינען אין א שטאט מיט אסאאאאאאך מענטשן, נישט זיין אייינער פון 396.

און דאס איז דער פראבלעם אין אלע אנדערע מקומות. אמת אין מאנסי, אין די דרויסענדיגע געגענטער ווי ערמאנט און טשעסטנאט רידש קען מען אמאל טרעפן א לייטיש הויז פאר אונטער פיר מאות, אבער ראשית איז עס נישט ביליג ווי שוין דערמאנט, און שנית איז נישט דא גענוג פון דעם.

על כן, אויב וועט מען פאקטיש באווייזן צוצושטעלן פארן עולם די צוויי זאכן, איינס אז די דירות זאלן זיין ביליג, און צוויי אז עס זאל זיין גענוג דערפון, בין איך זיכער אז דער עולם וועט יא גיין. (קענסט מיך פרעגן ווער "דער עולם" איז...).

און דא אין וואטערבערי, לויט ווי די עסקנים זאגן, איז דא די ביידע זאכן. דער דעוועלאפער האט גענוג שטח פאר ארום דריי און אהאלב אלפים דירות, ער האט שוין אויף דעם אן אפרואוועל (דאס מיינט אז די שטאט אין מסכים אין פרינציפ אז ער זאל בויען דארט דעם מספר דירות (און, בד"וו, זיי ווייסן אז מען רעדט פון אידן)), און אויף די ערשטע פאר הונדערט (כ'מיין ער האט געזאגט די ערשטע פיר הונדערט) האט ער שוין דעם פיינעל פערמיט. און דאס איז נאר דער דעוועלאפער, עס זענען דא נאך דעוועלאפערס וועלכע האבן שטח דארט וועלכע וועלן גערן בויען און פארקויפן פאר אידן.

קומט אויס אז וואטערבערי ענטפערט די ביידע פונדאמענטאלע געברויכן, סיי אז עס זענען דא גענוג דירות, און סיי אז עס איז ביליג. א נייע טאון האוז פון 2500 סקווער פוס פאר 189, דאס איז שוין גערעדט, דאס איז א ביליגע פרייז. דאס איז א פרייז וואס רוב מענטשן קענען זיך אן עצה געבן דערמיט.

צוליב די אויבנדערמאנטע זאכן האלט איך שטארק פון דעם נייעם געפלאנטן ישוב, און איך האף בעז"ה צו זיין פארבינדן מיט די עסקנים און באריכטן פארן עולם מער אינפארמאציע אזוי ווי עס וועט ווערן אוועילעבל.
לעצט פארראכטן דורך טהור-עיניים אום דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך babaganush »

גענומען פון די weekly link
אטעטשמענטס
waterbury.jpg
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מיין מיליאן דאלער פראגע: איז בכלל מעגליך צו בויען א טאון האוז פאר 189k?
אין בלומינגוברג האט מען געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, און קר״י זאגט מען אז עס איז נישט מעגליך, איז דא צו קויפן אין קאנעטיקוט ספציעלע ביליגע מאטריאל אזוינס וואס מען קען נישט באקימען אין ניו יארק?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”