קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

איך זעה אן אנהייב אויפן וועג ווייטער ארויף פארן שטעטל מיט די מוסדות קאמפיין.

יעדע מוסות ברויך און וועט אייביג ברויכן צוקומען צו שטיצע פון אחינו בני ישראל, און 'יא' די מוסודות ''וועט זיך אי''ה אנלייגען אויף אחינו בני ישראל און ברוקלין יאהר יערליך'' ביז די שטעטל וועט פארמאגען אייגענע עשירים.

די גרעסטע זאך וואס די שטעטל האט געפעלט ביז יעצט איז א טאטע, די שטעטל ברויך א לידער וואס זאל זיך שטעלן און די לענג און די ברייט פאר די הצלחה פונעם שטעטל. דאס איז אזאך וואס יעדער וואס איז אינטערסירט זיך ארויס צוציען צו א נייע פלאץ קוקט ארויס דערויף.

יעצט אז מהרי''י האט גענומען די זאך פערזענליך איז דאס א מורא'דיגע שטופ ארויף פאר די פלאץ.

סיי צוקניפענדיגע תושבים וועלן גרינגער מאכען דאס באשלוס ארויס צו מופען
סיי עשירים וועלן גרינגער תורם זיין גרעסערע סכימים
סיי אז די דיוועלאפער וועלן פילן אשטערקערע שותפות

ונזכה...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

משה יענקל האט געשריבן:איך זעה אן אנהייב אויפן וועג ווייטער ארויף פארן שטעטל מיט די מוסדות קאמפיין.

יעדע מוסות ברויך און וועט אייביג ברויכן צוקומען צו שטיצע פון אחינו בני ישראל, און 'יא' די מוסודות ''וועט זיך אי''ה אנלייגען אויף אחינו בני ישראל און ברוקלין יאהר יערליך'' ביז די שטעטל וועט פארמאגען אייגענע עשירים.

די גרעסטע זאך וואס די שטעטל האט געפעלט ביז יעצט איז א טאטע, די שטעטל ברויך א לידער וואס זאל זיך שטעלן און די לענג און די ברייט פאר די הצלחה פונעם שטעטל. דאס איז אזאך וואס יעדער וואס איז אינטערסירט זיך ארויס צוציען צו א נייע פלאץ קוקט ארויס דערויף.

יעצט אז מהרי''י האט גענומען די זאך פערזענליך איז דאס א מורא'דיגע שטופ ארויף פאר די פלאץ.

סיי צוקניפענדיגע תושבים וועלן גרינגער מאכען דאס באשלוס ארויס צו מופען
סיי עשירים וועלן גרינגער תורם זיין גרעסערע סכימים
סיי אז די דיוועלאפער וועלן פילן אשטערקערע שותפות

ונזכה...

אגרי, כ'האב עס געשריבן אויבן אפשר אין אנדערע ווערטער, מ'טאר אבער נישט אפלאזן די לייצעס נאר מ'דארף גליען די רעדער ווילאנג דער אייזן איז נאך הייס, יעצט איז די צייט צו טון!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

lebediger berel האט געשריבן:

גערעכט גערעכט

אבער דאס אז סאטמאר קומט אריין שטארק און נעמט אחריות דאס איז א געוואלדיגע שטופ
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

יעצט געטראפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

בעל הנס האט געשריבן:וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?

קול מבשר מעלדט אז ס'געווען א זיג פאר די קהילות און עסקנים אינדארסירטע קאנדידאטן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

בעל הנס האט געשריבן:וואס זענען די רעזולטאטן פון די נעכטיגע וואלן?

דער לאנגיעריגע טראסטי ר' אהרן הערש ראבינער האט געווינן מיט 101 וואוטס, אינו דומא מאה למאה ואחד... עס איז נישט געלאפן קיין קעגענער און קיינער האט נישט אריינגעשריבן אנדערע נעמען (ווי עס איז געווען פאריגע פאר מאל) די בלומינגבורגע עסקנים באדאנקן זיך פאר די אלע וואס האבן גענומען די פאר מינוט און ארויסגעקומען שטימען. כאָטש דאָס מאָל איז טאַקע נישט געווען גארנישט קיין רייט-אינס, מיינט עס נישט אז ס'וועט נישט זיין דאס קומענדיגע מאל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

פילע אידן מאנ''ש וועלן פערזענליך איבערגעבן נדבת לבם ביום הפורים הבעל''ט צו שטיצן און ארויסהעלפן דעם רבינ'ס (סאטמאר מהרי"י שליט''א) מוסדות אין קרית יטב לב.
אטעטשמענטס
IMG_20190320_191549.jpg
IMG_20190320_191549.jpg (77.19 KiB) געזען 2604 מאל
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

באאיינפלוסט פונעם לעצטיגן אויפוואכונג ארום קי״ל בלומינגבורג, האב איך לעצטענס געמאכט אסאך ריסערטש אויף די שטעטל און אפי׳ אנגענומען אן איינליידענוג פון א ידיד מיינער און פארברענגט אן איינגענעמער שבת דארטן. איך וועל פראבירן איבערצוגעבן אביסל פון מיינע געפונסן.

איך שטעל זיך פאר אז איך וועל שרייבן אסאך זאכן וואס איז בכלל נישט קיין נייעס פאר די ליינער, אבער פאר מיר איז דאס יא געווען אינטרעסאנט, בעט איך מחילה למפרע, אויב סאיז אייך נישט אינטרעסאנט זייט מוחל גייט צום נעקסטן תגובה.

איז אזוי.
דער שטעטל פארמאגט בערך 150–140 איינוואוינער קע״ה, (א גרויסע רוב זענען נישט אין די נייע דעוועלאפמענט) יעדער האט אן אנדערע מעשה וויאזוי ער איז אנגעקומען, טייל האבן באקומען סעקשן 8, טייל האבן געקויפט און אפי׳ וואס זענען געקומען פאר רענט נאר זיי גלייכן די אפסטעיט רואיגקייט און עפארדעביליטי.

די וואס וואוינען אין די נייע דעוועלאפמענט זענען ע״פ רוב גרעסערע פאמיליעס וואס דארפן די גרויסע דירות, און די דרויסענדע זענען די מערהייט קלענערע פאמיליעס.

דער שטעטל איז ווי באקאנט אויסגעשטאטעט מיט די וויכטיגע עמענעטיס צו וואס מדארף ציקומען אפט, ווי למשל עטליכע בתי מדרשים, מקוואות, גראסערי, פיש געשעפט, יעצט א נייע הארדווער געשעפט און דאקטער. פאר איבריגע זאכן דארף מען פארן קיין מידעלטאון וואס איז 10 מינוט, אדער קיין ק״י וואס נעמט א האלבע שעה. סאיז מיר געווען אינטרעסאנט, אז די אלע זאכן וואס זענען יא צוגעשטעלט זענען צוגעשטעלט זייער אפ טו דעיט, נישט ווי איך האב ערווארטעט פון א דארף.

די איינוואוינער זענען פון אלע סארטן, כולל אינגעלייט, ארבייטער, בעלי בתים און סתם ליידיגייערס. הויכע, פלאכע, שטאפענע היטן, שיינע און אנדערע קוטשמעס. שווארצע גלעזער, סטיילישע, שווארצע זאקן, דזעקעקטס, לעצט סטיילישע סוטס, און שיפע טאשן. זייער דיווערסיפייד.

די דירות אינדרויסן פונעם דיוועלאפמענט זענען וויאויבן דערמאנט קלענערע און אלטע דירות, א גרויסע טייל פון די וואס זענען געקומען פארן 8טער וואוינען דארט. אסאך פון זיי וואלטן קאנסידערט צו בלייבן ווערן די דירות זאכן ווען זיין צוגעראכן ווי עס באדארף צו זיין.

די דעוועלאפמענט. שיינע ריזיגע דירות, בין פערזענדליך זייער נתפעל געווארן. כ’האב זיך געראכטן אויף גרעסערע גראונדס ארום די דירות, אבער ס’איז נאך אלס זייער גוט געבעלענסד די פרייוועסי ווס. די קאמיוניטי, דהיינו מען וואוינט זייער צוזאמען, אבער פון די אנדערע זייט האט יעדער זיין אייגענע ד׳ אמות וואס באלאנגט אויסשליסליך נאר פאר אים. מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

עס זענען דא אפאר זאכן וואס פעלט צום שלימות, וואו למשל צוויי שלאף שטיבער האבן נישט קיין קלאזעטס, א פאדער צימער ווען מקומט אריין און די דירה, א פלעי רום אויף די ערשטע שטאק, די ערשטע פאזא פעלן ספאט לייטס אונעם דיינינג רום. אבער איך הער אז פאר עטליכע אלפים האבן א שיינע פאר איינוואוינער דאס אלעס פאראכטן.

איין זאך וואס זיי טוען זייער באדוירן, דאס זענען די נידריגע בעיסמענטס, הגם מניצט דאס און גרויסן פאר סטארעדש.

ע״פ רוב די איינוואוינער זענען זייער צופרידן, זיי האבן שטארק הנאה וואס די געלט האט זיי געגעבן.

די דירות זענען צפעציעל געאייגנט פאר גרעסערע משפחות, אדער פאר די וואס זיכן א שטארקע ברייטקייט, און וואס פארדינען גענוג אויף צו קענען אויסהאלטן אזא דירה. אן ארעמאן וואס זיכט עפעס א מציאה דארף ארויסגיין זיכן אין די ארומיגע עלטערע הייזער.

פארזעצונג בעזהש״י

פליז דיסריגארד עני טייפאס.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כח
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

קונדיטון האט געשריבן:מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

האמיר הנאה צו הערן... א שטארקע אויפטוה

ווען איך האב באטראכט דעם געגענט פון אינדרויסן, האבן די הייזער געמאכט א רושם, ווי מען וואוינט זייער צעקוועטשט, איינער אריין אינעם צווייטענס נאז
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

הלשון האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן:מען האט מיר אויפגעמערקט אז די קאך אין דיינינג רום האבן נישט קיין פענסטער צום פארנט, זייער פראקטיש ווען מען איז אויסגעשטעלט צו יענטע שכנים.

האמיר הנאה צו הערן... א שטארקע אויפטוה

ווען איך האב באטראכט דעם געגענט פון אינדרויסן, האבן די הייזער געמאכט א רושם, ווי מען וואוינט זייער צעקוועטשט, איינער אריין אינעם צווייטענס נאז

ריכטיג, אבער (לויט מיין אינפארמציע) שפירן די איינוואוינער נישט אזוי. דער איינצוגער פאל ווי יא איז די בעק פארטשעס, ווי טייל וואס שטערט זיי האבן איבער געמאכט די געיט אדער געטון אנדערע פעולות צו באשוצן די פריוואטקייט.
אגב ס׳איז דא א חילוק צווישן די ערשטע און צווייטע פאזע, וואו ס׳איז שטארק פארבעסערט געווארן.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

יישר כח קונדינדן זייער שיין אראפגעשריבן.. עס איז אלץ אינטערסאנט צו הערן וויאזוי א גאסט זעהט זאכן, אפט זעהט א באזוכער זאכן וואס איינוואוינער באמערקן נישט, ווי די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל"...

דאס וואס די שרייבסט וועגן די דירות אינדערויסן עס איז באמת א פראבלעם, סיי עס איז נישט דא גענוג לויטן געברויך און סיי א גרויס טייל דערפון זענען זייער אלט 80-90 יעריגע דירות. ב"ה עז ווי ספיק איז דא צוויי אפליקאציע'ס בעפאר דעם זאניג באורד צו בויען קלענערע דירות אויף מעין סטריט, און נאך צוויי אנדערע האלטן טיפ אינמיטן די פלאנירונגן שטאפל. איינס פון די ערשטע זאכן וואס דיוועלאפערס דארפן טון בעפאר מען קען באקומען ערלויבניש צו בויען איז באווייזן אז מען האט גענוג וואסער פארן געברויך פון די דירות, ווילאנג די וועטער איז אונטער אדער ארום דעם פרירונג-פונקט קען מען נישט דורכפירן די נויטיגע טעסטן ווייל דאס וואסער אין די כלים העלן פארפרוירן ווערן.. עס איז צום האפן אז יעצט ווען די וועטער ווערט אביסל ווארעמער זאלן די פרוייקטן זיך קענען ריקן פאראויס בעז"ה מיט שנעלע טריט.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

זייער שיין געשריבן
די ספאט לייטס איז סיי און פאזע איינס און סיי און פאזע צוויי נאר דא פיר ספאט לייטס, און א דיינונג רום פון ארום 400 סקווער פוס איז עס ווייט פון גענוג, פאר ארום זעקס זיבען הונדרעט טאלער קען מען צוללייגען נאך,
די זעלבע איז און די קיטשען איז אויך נישט גענוג לעכטוג און פאר אפאר הונדרעדט טאלער קען מען עס מסדר זיין.

ריגארדונג די פאדער צימער, איז א בראך ווייל דאס קאסט שוין יא אפאר אלפים צו מאכען אויף די ריכטיגע וועג,
די בעיסמענט ווען עס וואלט געווען אפאר פיס העכער וואלט אויך נישט געשאט

באט פאר די פרייז וואס מען צאלט איז דאס נאך אלס א מציאה רבה
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

משה יענקל האט געשריבן:ריגארדונג די פאדער צימער, איז א בראך ווייל דאס קאסט שוין יא אפאר אלפים צו מאכען אויף די ריכטיגע וועג,

טא בי פעיר.. דעס איז געמאכט אזוי ביי דיזיין, אמת אז אסאך מענטשן גלייכן עס נישט אזוי און לייגן זיך עס צו אליינס. באט דאס איז אזוי געמאכט בכוונה תחילה, אסאך אנדערע היימישע דעוועלאפמענט בויט מען אזוי.
די זעלבע איז אמת מיט די קאך און דיינוג-רום, עס איז דא וואס גלייכן צו האבן אביסל טירן, דאס איז אבער געבויט מיט די אפען-ספעיס דיזיין.
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

קונדיטון האט געשריבן:באאיינפלוסט פונעם לעצטיגן אויפוואכונג ארום קי״ל בלומינגבורג, האב איך לעצטענס געמאכט אסאך ריסערטש אויף די שטעטל און אפי׳ אנגענומען אן איינליידענוג פון א ידיד מיינער און פארברענגט אן איינגענעמער שבת דארטן. איך וועל פראבירן איבערצוגעבן אביסל פון מיינע געפונסן.

האררעי! האררעי! אט דאס האב איך שוין געשריבן און גערעדט צו פילע מענטשן לעצטענס, הערט אויף מיט די טענה'ראציעס. קום ארויס אויף א שבת און דו וועסט זיך אלעס איבערצייגן אליינס! אין פאקט איז דערווייל יעדער וואס איז געווען אויף א שבת געווארן זייער אינספייערד.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

בנוגע די צושטיפטקייט.

ווי פריער געשריבן האב איך עקספעקטעט צו טרעפן שיינע גראונדס ארום די הייזער.. וכו'.... וגו'. די רעאקציעס אויף מיין וואונדער האב איך באקומען אויף די סגנון.

מיט א קינדער געבענטשטע פאמיליע איז די געשמאקסטע און גרינגסטע צו וואוינען מיט אסאך שכנים, אויב גייסטו ארויס צו די גלילות, אדער צו גלילות פון מאנסי און ק"י, זענען די קינדער לימיטעד צו פארברענגען מיט די פאר שכינים ריגארדלעס צו זיי זענען אין זייער יארגאנג, און צו זיי פארשטייען זיך יא אדער נישט. משא"כ אין די דעוועלאפמענט זענען די קינדער געניג פריי זיך אויסצווועלן פריינטשאפט פון אלע סארט, און פון די אנדערע זייט דארף מען נישט קאמפרימייזן אויף די ביסל פריוואטקייט וואס א אידישע שטוב נייטוגט זיך. (אינטרעסאנט אז איך האב געהערט די זעלבע ארגיומענט פון פארשידענע ריכטונגען.)

איינער האט צוגעלייגט: ווען איך וועל רעטייערן און חתונה מאכן די קינדער וועל איך זיך ערלויבן צו קןיפן א פריוואטע הויז מיט שיינע גראונדס מיט א "סווימינג פאל"!. א צוויטער האט זיך ערלויבט צו זיין סארקאסטיש: "אויב איז דעס צו צושטיפט פאר אייך דאן גייטס קיין ק"י אויף די לעמבערג אדער פראג גאסן דארט אויף די פערטע שטאק וועט איר טרעפן עטוואס מער הרחבה". (דאס האט מיר געקאסט א שמייכל)

צו באמערקן: עס איז דא א פייער וואנט צווישן די יוניטס און מ'קען נישט אריבער הערן פון איינס צום צווייטן, אזוי אויך איז נישט דא קיין שכינים העכער אדער אינטער, סא די אידן ערלויבן זיך צו שרייען אויף די משפחה לויט ויי דאס הארץ גליסט, אן קיין צוריקהאלט.

איך וועל בעזהש"י פארזעצן בקרוב
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

אזוי ווי עס קומט מיר אן שווער דאס שרייבן, וועל איך צוטיילן מיין חומר און קלענערע תגובות.

עפארדעביליטי. די פרייז פאר א הויז דאכט זיך איז כעת $325,000 לפ"ז אז איר לייגט אראפ 10% בלויז $32,500 קען מען פאראויסשאצן די חודשליכע האוזינג עקספענס בערך $2,980. דהיינו ווי פאלגענד:
טעקס: $1,123
אינשארענס: $100
HOA: $203.74
מארגעדש: $1,482 (בעיסד אויף 294 טויזענט, רעיט 4.5%)
PMI: $65

אויב איר קויפט נישט אויף אייער נאמען נאר א צווייטער קויפט פאר אן אינוועסטמענט און איר וועט זיין די טענענט דאן וועט איר (געווענדליך) דארפן אראפלייגן כאטשיג 20%, $65,000 און די חודשליכע האוזינג עקספענס וועט זיין בערך $2,783. דהיינו ווי פאלגענד:
טעקס: $1,123
אינשארענס: $100
HOA: $203.74
מארגעדש: $1,356 (בעיסד אויף 260 טויזענט, רעיט 4.75%)

מאכט אייך דעם חשבון אויב איר קענט דאס ערלויבן. (איך בין זיכער אז אסאך אידן טראכטן נישט אז זיי קענען ציקומען צו אן אייגן דירה......)
עולם השקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם השקר »

גראדע קען מען קויפן ביז 97 פארצענט טאמער איך האב נישט קיין טעות

און אויך אז מען קען עס קויפן מיט סעקשאן 8

און סעקשאן 8 קאווערט א גרויס חלק

עס איז באמת א געלעגענהייט וואס מענטשן גייען באוויינען,עיין ערך 20 יאר צוריק אין קרית יואל אדער מאנסי
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

עולם השקר האט געשריבן:גראדע קען מען קויפן ביז 97 פארצענט טאמער איך האב נישט קיין טעות

ריכטיג. איך בין אבער נישט אזוי באקאנט מיט די רעקווייערמענטס, פאר וועם ס'איז נוגע זאל רופן א מארטגעדש בראקער.

עולם השקר האט געשריבן:און אויך אז מען קען עס קויפן מיט סעקשאן 8

און סעקשאן 8 קאווערט א גרויס חלק

איך האב געפלאנט שפעטער צו רעדן דערפון. לכאורה איז דאס נישט רעלעווענט פאר די דעוועלאפמענט, זינט די טעקסעס זענען דערווייל זייער הויעך, וועט סעקשאן 8 נישט עפראוון אזוי פיל.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אז די דערמאנסט די סכומים וואס קאסט, אולי איז כדאי צו שרייבן דערוועגן, דיסקלעימער: לעת עתה דארף מען רעכנן צו קענען באצאלן די אלע קאסטן וויאזוי עס איז יעצט, פשוט ווייל ביזן קרעטשמע דארף מען אויך קענען אנגיין. כ'שרייב עס פאר אינפארמעשנעל פערפעסעס אנלי דער ציבור זאל וויסן אז מען פרובירט אויף אלע פראנטן אראפצודריקן אויפן די קאסטן בעז"ה.

בנושא הטעקס האט מען שוין עטליכע מאל געשריבן אז עס ווערט העפטיג באקעמפט אין געריכט. מיט א געריכט קען מען זיך קיינמאל נישט אויסרעכנן, נישט מעגליך פארויסצוזאגן מיט א זיכערקייט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגן, אבער די אדוואקאטן גיבן זייער גוטע שאנס בעז"ה צוריק אראפצוריקן די טעקסעס. לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די טרייעל פארקומען בעז"ה אין יוני אדער יולי פון דעם יאר.

עס איז דא א שאנס אז דער טאון וועט מסכים זיין צו סעטלען די קעיס פריער, אויך איז מעגליך אז דער אפפעלעט געריכט וועט זיך אריינמישן פריער, מיר האבן זיך געוואנדן אפאר חדשים צוריק צום אפפעלעט געריכט און געבעטן אז זיי זאלן הייסן די נידריגע געריכט בכלל נישט צו מאכן א טרייעל נאר תיכף זאגן אז די טאון האט געהעכערט די ווערד שלא ביושר און נאר דן זיין אויף וויפיל פונקטליך מען דארף עס אראפנידערן. דער טאון דארף אריינשיקן זייער ענטפער-פאפירן צום אפעלעט געריכט בעפאר מאי 1 (עטוואס מער פון א חודש ארום) נאכדעם וועלן מיר האבן א געלגענהייט צו ענטפערן אויף דעם, דאן וועט מען האפפענטליך באשטומען א דאטום אויסצוהערן די טענות פון ביידע צדדים און דערנאך קען מען ערווארטן א פסק.

וועגן פי-עם-איי זאגט מיר איינער אז די באנק האט אים עס גרינג אראפגענומען, זיי האבן געשיקט א ריעל-עסטעיט בראוקער וואס האט געשאצט אז די הויז קען פארקויפט ווערן פאר $467,500 ולכן איז די לאון-טא-וועליו רעשיוא גענוג גרויס אז מען דארף שוין נישט באצאלן די פי-עם-איי.

עקסטער דעם האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעלייגט אין די טעג אראפצונידערן די עדז-או-עי באלאסטונג דורך נוצן די סערוויס'ס פונעם ווילידש פאר וועמען די אייגנטומער צאלן שוין סיי ווי א שיינעם סכום אין שטייערן. למשל די מיסט אינעם דיוועלאפמענט ווערט יעצט אויפגענומען דורך א ספעציעלע פירמע וואס קאסט אפ א הון תועפות, אלע אנדערע איינוואוינער אינעם ווילידש באקומען דעם סערוויס אומזינסט אלץ חלק פון די שטייער וואס זיי צאלן. עס איז אן אריכות פארוואס דאס איז אזוי אוועקגעשטעלט געווארן, מען ארבעט יעצט דאס צו טוישן בעז"ה.

אינשורענס האב איך געפרעגט עטליכע מענטשן מען צאלט בערך 4-5 הונדערט דאלער א יאר, דאס קומט אויס צו ארום $40 דאלער א חודש. [היות אינעם עדש-או-עי איז כעת אריינגערעכנט א טייערע אינשורענס אויף די בילדונג'ס ביז צו די שיעטראק, דארף מען נישט קויפן קיין טייערע אינשורענס אליינס, פראפעשנלס ארבעטן יעצט אויך אויף דעם פרט אראפצוברענגן די קאסט פון די אינשורענס אינעם עדש-או-עי קאסט, און לאזן דעם עולם קויפן אליינס לויט די ראט פון זייער אגענט]
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

א באשרייבונג איבער דעם נייעם הארדוועיר סטאר אין די גוישע פרעסע
Variety Store Debuts On Main Street In Bloomingburg
By Tim Michaels

fredhome.jpg
fredhome.jpg (132.46 KiB) געזען 2861 מאל

Moshe Fried looks over newly stocked items at Freedhome Variety which opened in Bloomingburg.

BLOOMINGBURG - For the first time in years, shoppers can pick up small appliances, housewares, glassware and the like without leaving the village. Freedhome Variety has opened at 54 Main Street in a space formerly used as a warehouse.

Ester and Moshe Fried said they “jumped in” and opened the store when no one else seemed willing to take on the job.

In Ester Fried’s case, the store isn’t too much of a stretch; relatives have run H&T Variety in Kiryas Joel for 40 years, she said one recent afternoon shortly after the store opened. The store isn’t fully stocked yet — more shelves and goods are still on the way — and she and her husband were busy opening boxes and putting items on display. Last week, the Frieds were expecting a new sign for the front of the building to draw more attention. In the meantime, a small sign with the logo depicting a hammer, a key, a duster and a frying pan is taped to the window.

Moshe Fried said he was happy with the turnout for the grand opening earlier this month and business so far.

The Frieds originally had planned to open Freedhome Variety in the vacant hardware store on a corner of Main Street and Winterton Road, the main intersection of the village. They even put large “coming soon” signs in the windows. But the work needed to bring the 100-year-old building up to snuff was too much of a challenge, so they settled on the space at 54 Main Street, which was built in 2009.

The old hardware store, which closed about three or four years ago, was the last place to buy general merchandise in the village, Mayor Russell Wood Jr. said. The mayor, who has lived in Bloomingburg his whole life, couldn’t remember a store similar to Freedhome ever located in the village.

“It’s a wonderful thing,” said Wood, who stopped in the store himself to wish the Frieds the best of luck. Wood said the village could use more retail outlets. “I wish we’d get more.”

The store also stocks school supplies; party goods; cleaning supplies; pots, pans and cooking utensils; telephones; items for infants such as bottles and pacifiers; and a section for hardware. Moshe Fried said he welcomes suggestions from the public and that he has space to expand if necessary.

The store is open from 11 a.m. to 7 p.m. Sunday through Thursday, and from 11 a.m. to 1 p.m. on Friday.
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

יונה האט געשריבן:א באשרייבונג איבער דעם נייעם הארדוועיר סטאר אין די גוישע פרעסע

Link pls
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

סקאטש האט געשריבן:
Link pls

https://newsatomic.com/post/link/076sWs
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”