tesla האט געשריבן:וויפיל קאסט כהיום א פרייוועט הויז מיט א שטיקל לאט?
אין וויפיל איז די טעקס? אינשארענס? דאן פעימענט? וכי'.
זייער אן אינטערסאנטע פראגע וואס איר פרעגט. א הויז איז נישט קיין באטל מילך וואס שטייט אויסגע'שורה'ט אויפן פאליציע עטליכע סארטן, יעדע האט א באשטימטע פרייז און אוועליבלטי.. הייזער איז אמאל יא דא און אמאל נישט דא, אמאל איז דא אזא סארט און אמאל אן אנדערע סארט, אמאל איז די זעלבע הויז אסאך טייערער און אמאל איז עס אסאך ביליגער, עס ווענד זיך אין אסאך פאקטארן. ווי אויפגעכאפט די ספעציפישע געגענט איז אין יענע צייט, וויפיל פון די סארט איז יעצט דא אויפן מארקעט, וויפיל מענטשן זענען אינטערסירט דעס צו קויפן וויפיל די באנק האלט ביים בארגן דערויף ועוד.
לעצם הענין, עס איז דא זייער ווייניג הייזער אין די אידישע קווארטל וואס שטייען צום פארקויפן. אז מ'קוקט למשל אויף זילא.קאם, איז נישטא אפי' איינס אינעם גאנצן געגענט (בייגעלייגט א סקרינשאט, אנגעצייכנט א סירקעל ווי אידן וואוינן).
עס איז דא געציילטע אייגענטומער וואס ווילן אפשר יא פארקויפן, אבער אויף יעדע דערפון זענען שוין דא א ליסטע פון אינטערסירטע קונים, ווער ס'העט באצאלן די ערשטע\מערסטע ווען זוכה זיין. נישט עכט שייך צו זאגן פרייזן.
טעקס איז יעדע הויז אנדערש. געוואנדן אין די גרויסקייט און אין די ווערד דערפון. דאונפעימענט ווענד זיך אין די פרייז פון די הויז, און צו מ'קויפט עס פאר אינוועסטמענט אדער צו וואינען און וועכע סארט מארגיטש מ'נעמט..