עס איז כדי צוצולייגן אז זיי ארבייטן אויף צו נידערן די טעקס, און זיי האלטן שטארק אז זיי וועלן מצליח זיין בעזהש"י. אויב ווילסטו דאס אננעמען איז מסתבר אז יעצט איז די צייט צו כאפן א גוטע דיעל. ווייל ווען די טעקס וועט אראפגיין איז נישט מסתבר אז זיי וועלן נאך טיילן די גרויסע הנחות.
יונה האט געשריבן:אז די דערמאנסט די סכומים וואס קאסט, אולי איז כדאי צו שרייבן דערוועגן, דיסקלעימער: לעת עתה דארף מען רעכנן צו קענען באצאלן די אלע קאסטן וויאזוי עס איז יעצט, פשוט ווייל ביזן קרעטשמע דארף מען אויך קענען אנגיין. כ'שרייב עס פאר אינפארמעשנעל פערפעסעס אנלי דער ציבור זאל וויסן אז מען פרובירט אויף אלע פראנטן אראפצודריקן אויפן די קאסטן בעז"ה.
בנושא הטעקס האט מען שוין עטליכע מאל געשריבן אז עס ווערט העפטיג באקעמפט אין געריכט. מיט א געריכט קען מען זיך קיינמאל נישט אויסרעכנן, נישט מעגליך פארויסצוזאגן מיט א זיכערקייט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגן, אבער די אדוואקאטן גיבן זייער גוטע שאנס בעז"ה צוריק אראפצוריקן די טעקסעס. לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די טרייעל פארקומען בעז"ה אין יוני אדער יולי פון דעם יאר.
עס איז דא א שאנס אז דער טאון וועט מסכים זיין צו סעטלען די קעיס פריער, אויך איז מעגליך אז דער אפפעלעט געריכט וועט זיך אריינמישן פריער, מיר האבן זיך געוואנדן אפאר חדשים צוריק צום אפפעלעט געריכט און געבעטן אז זיי זאלן הייסן די נידריגע געריכט בכלל נישט צו מאכן א טרייעל נאר תיכף זאגן אז די טאון האט געהעכערט די ווערד שלא ביושר און נאר דן זיין אויף וויפיל פונקטליך מען דארף עס אראפנידערן. דער טאון דארף אריינשיקן זייער ענטפער-פאפירן צום אפעלעט געריכט בעפאר מאי 1 (עטוואס מער פון א חודש ארום) נאכדעם וועלן מיר האבן א געלגענהייט צו ענטפערן אויף דעם, דאן וועט מען האפפענטליך באשטומען א דאטום אויסצוהערן די טענות פון ביידע צדדים און דערנאך קען מען ערווארטן א פסק.
וועגן פי-עם-איי זאגט מיר איינער אז די באנק האט אים עס גרינג אראפגענומען, זיי האבן געשיקט א ריעל-עסטעיט בראוקער וואס האט געשאצט אז די הויז קען פארקויפט ווערן פאר $467,500 ולכן איז די לאון-טא-וועליו רעשיוא גענוג גרויס אז מען דארף שוין נישט באצאלן די פי-עם-איי.
עקסטער דעם האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעלייגט אין די טעג אראפצונידערן די עדז-או-עי באלאסטונג דורך נוצן די סערוויס'ס פונעם ווילידש פאר וועמען די אייגנטומער צאלן שוין סיי ווי א שיינעם סכום אין שטייערן. למשל די מיסט אינעם דיוועלאפמענט ווערט יעצט אויפגענומען דורך א ספעציעלע פירמע וואס קאסט אפ א הון תועפות, אלע אנדערע איינוואוינער אינעם ווילידש באקומען דעם סערוויס אומזינסט אלץ חלק פון די שטייער וואס זיי צאלן. עס איז אן אריכות פארוואס דאס איז אזוי אוועקגעשטעלט געווארן, מען ארבעט יעצט דאס צו טוישן בעז"ה.
אינשורענס האב איך געפרעגט עטליכע מענטשן מען צאלט בערך 4-5 הונדערט דאלער א יאר, דאס קומט אויס צו ארום $40 דאלער א חודש. [היות אינעם עדש-או-עי איז כעת אריינגערעכנט א טייערע אינשורענס אויף די בילדונג'ס ביז צו די שיעטראק, דארף מען נישט קויפן קיין טייערע אינשורענס אליינס, פראפעשנלס ארבעטן יעצט אויך אויף דעם פרט אראפצוברענגן די קאסט פון די אינשורענס אינעם עדש-או-עי קאסט, און לאזן דעם עולם קויפן אליינס לויט די ראט פון זייער אגענט]
וועגן די אומיושרדיגע טעקס אישו, איך קלער אז נאך די יעצטיגע טאון וואלן וואס עס איז אריינגעקומען נארמאלע מענטשן, איז מעגליך אז די טאון וועט סעטלין אינדרויסן פון די קארט די אומיושרדיגע הויכע טעקס לאמיר האפן
יונה האט געשריבן:עקסטער דעם האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעלייגט אין די טעג אראפצונידערן די עדז-או-עי באלאסטונג דורך נוצן די סערוויס'ס פונעם ווילידש פאר וועמען די אייגנטומער צאלן שוין סיי ווי א שיינעם סכום אין שטייערן. למשל די מיסט אינעם דיוועלאפמענט ווערט יעצט אויפגענומען דורך א ספעציעלע פירמע וואס קאסט אפ א הון תועפות, אלע אנדערע איינוואוינער אינעם ווילידש באקומען דעם סערוויס אומזינסט אלץ חלק פון די שטייער וואס זיי צאלן. עס איז אן אריכות פארוואס דאס איז אזוי אוועקגעשטעלט געווארן, מען ארבעט יעצט דאס צו טוישן בעז"ה.
אינשורענס האב איך געפרעגט עטליכע מענטשן מען צאלט בערך 4-5 הונדערט דאלער א יאר, דאס קומט אויס צו ארום $40 דאלער א חודש. [היות אינעם עדש-או-עי איז כעת אריינגערעכנט א טייערע אינשורענס אויף די בילדונג'ס ביז צו די שיעטראק, דארף מען נישט קויפן קיין טייערע אינשורענס אליינס, פראפעשנלס ארבעטן יעצט אויך אויף דעם פרט אראפצוברענגן די קאסט פון די אינשורענס אינעם עדש-או-עי קאסט, און לאזן דעם עולם קויפן אליינס לויט די ראט פון זייער אגענט]
8 חדשים שפעטער וואס טוט זיך מיט די טעקס?
די מיסט ווערט שוין היינט אויפגענומען דורך א ווילידש-באצאלטע פירמע, אין רעזאלטאט איז ערווארטעט א שטארקע נידערונג אין די חודש'ליכע אפצאל פאר אלע איינוואינער דעם קומענדיגע יאנוואר - ווען די קומענדיגע יערליכע באדזעט פון די עדש-או-עי וועט אריין גיין אין קראפט. די נושא פון אינשורענס איז אסאך באהאנדלט געווארן אין די פארגאנגענע חדשים, גרויסע עקספערטן [אין שפיץ פון ר' גבריאל מאנן אליינס א לאנג יעריגע אינשורענס אגענט מיט אריבער 30 יאר ערפארונג] טוען פארזיכטיג איבערקוקן די יעצטיגע פאלעסי'ס מיט די פלאנירטע טוישונגן צו מאכן זיכער אז יעדער און אלעס איז פולשטענדיג געדעקט, בעפאר מען מאכט סיי וועלכע טויש.