בית משתה - שבת

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

בית משתה - שבת

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מאי 06, 2019 11:46 pm

איך האב א פייל (16 עמודים) כמעט גרייט "בית משתה - שבת". עס איז אויפגעטייפט געווארן דורך מתנדבנים פון "הוצאת ספרים אייוועלט" און עס ליגט שוין ביי מיר א שטיק צייט.
עס איז שוין כמעט גרייט צום דריק, פעלט נאך אויס אביסל צוצוענדיגן די הגהה און צולייגן די לעצטע פאר מ"מ. איך האב לעצטענס נישט אזויפיל צייט פאר דעם.
דערפאר ווער עס וויל זוכה זיין במצוה יקרה וחשובה זו און צוענדיגן די הגהה, זאל מיך ביטע קאנטאקטן און איך וועל אים שיקן דעם פייל. אזוי ארום וועלן מיר דאס קענען ארויסגעבן בקרוב אי"ה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3837
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 06, 2019 11:58 pm

אויף וואס איז עס געבעיסט? וועלכע וויינען זיינען גוט אויף שבת?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מאי 07, 2019 1:03 am

צו געזונט האט געשריבן:אויף וואס איז עס געבעיסט? וועלכע וויינען זיינען גוט אויף שבת?

עניני שבת קודש בדרוש ואגדה.
וואסי פשט פון דיין ליצנות?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג מאי 07, 2019 9:30 am

די נאמען בית משתה איז אביסעל אינטרעסאנט.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג מאי 07, 2019 9:53 am

מיין ערשטע געדאנק ווען איך האב געזען דעם נאמען.
האב איך געטראכט אז עס איז א מחאה אויף דעם נייעם סטייל פון זיך אנשיקערן אין שבת.
דעם נאמען טרעפט מען אין מגילה.ביים משתי אחשורוש ביום השביעי כטוב לב המלך ביין

שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » דינסטאג מאי 07, 2019 1:56 pm

הרב יידישע קהילות, דער עולם געדענקט נישט דעם מחבר, אלע חלקים פון דעם ספר, ממילא איז דער נאמען "בית משתה" עפעס קאמיש. אבער מ'דארף פשוט בקיצור פארציילן - בפרט פאר די נייע - וועגן דעם ספר "בתי נפש" מיט אלע אירע חלקים, וויפיהל צייט די אייוועלט מעמבערס האבן אוועק געגעבן דאס צו אויפזעצן און מגיה זיין וכו' וכו', דאן וועט עס טראגן אן אנדערע פנים, און מ'וועט מסתמא שנעל טרעפן מגיהים.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

אוועטאר
צושליסן
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

תגובהדורך צושליסן » דינסטאג מאי 07, 2019 2:51 pm

שרייב-פעדער האט געשריבן:הרב יידישע קהילות, דער עולם געדענקט נישט דעם מחבר, אלע חלקים פון דעם ספר, ממילא איז דער נאמען "בית משתה" עפעס קאמיש. אבער מ'דארף פשוט בקיצור פארציילן - בפרט פאר די נייע - וועגן דעם ספר "בתי נפש" מיט אלע אירע חלקים, וויפיהל צייט די אייוועלט מעמבערס האבן אוועק געגעבן דאס צו אויפזעצן און מגיה זיין וכו' וכו', דאן וועט עס טראגן אן אנדערע פנים, און מ'וועט מסתמא שנעל טרעפן מגיהים.

ווי קען מען זעהן די ספר בתי נפש?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 07, 2019 3:17 pm

צושליסן האט געשריבן:
שרייב-פעדער האט געשריבן:הרב יידישע קהילות, דער עולם געדענקט נישט דעם מחבר, אלע חלקים פון דעם ספר, ממילא איז דער נאמען "בית משתה" עפעס קאמיש. אבער מ'דארף פשוט בקיצור פארציילן - בפרט פאר די נייע - וועגן דעם ספר "בתי נפש" מיט אלע אירע חלקים, וויפיהל צייט די אייוועלט מעמבערס האבן אוועק געגעבן דאס צו אויפזעצן און מגיה זיין וכו' וכו', דאן וועט עס טראגן אן אנדערע פנים, און מ'וועט מסתמא שנעל טרעפן מגיהים.

ווי קען מען זעהן די ספר בתי נפש?

viewtopic.php?f=97&t=26480&start=50#p1211834
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: בית משתה - שבת

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג אפריל 06, 2020 11:44 pm

דא איז דער פייל. נאכנישט ג'ענדיגט 100% אבער לזכות הרבים לייג איך עס יעצט ארויף.
(ווער עס וויל דעם ווארד פייל, זאל מיר שרייבן אין אישי)
ווער עס קען משלים זיין די מ"מ און/אדער מסדר זיין שיין אזוי ווי מיר האבן געטוהן אין די אנדערע חלקים ישא ברכה מאת ה'.
צוגעלייגטע
שבת בית משתה.pdf
(89 KiB) דאונלאודעד 52 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט