בר יוחאי!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אויף א קליינער לייטער שטעלט ער זיך ארויף, אין דער האנט א באטל מיט שמן זית זך. לויטער ריינע אויל פאר לויטער ריינע קינדער. מען מאכט פייכט די וואטע אויפן זעלבן פארנעם ווי מען האט באנעצט דעם פנים מיט בלויז איין יאר צוריק. געווען זענען זיי מיט צוויי מער, איצטער זענען זיי מיט צוויי ווייניגער. פאראיאר געצינדן און געטאנצט אין מירון, דורכאויסן יאר האט מען שוין גארנישט געטאנצן, און איצטער וועט מען זיך צונויפנעמען די איבערגעבליבענע כוחות און טאנצן ווידעראמאל אויף די זעלבע ווערטער און מיט די זעלבע דביקות, אבער אויף א העכערן באגריף.

ער שאקלט אויס דאס באטל, די אויל רינט און רינט, אין די מחשבות רינען מיט, אוי! רבי שמעון איז דאך געווען ידע כל הנסתרות, מיר זענען אויך ידע כל הנסתרות. ער האט געוואוסט פארוואס זיי זענען פארהוילן, אבער מיר פארשטייען נישט פשט אין די נסתרות, אבער פון נסתרות ווייסן מיר שוין איינמאל. בר יוחאי! האסט אויסגעקליבן פינף און פערציג און אין דעם האסטו אריינגערעכנט צוויי פון מיינע! עס טוט מיר וויי, עס ציפט און ברענט ווי א ל״ג בעומר מדורה, אבער איך בין זיכער אז עס איז גאר געווען א געוואלדיגע זכי׳.

בר יוחאי! געהייליגט און פארערט,
גענומען האסט דיין יו״ט און צושטערט,
עס איז זיכער אזוי געווען באשערט,
פינף און פערציג באערדיגט מיט ערד.

און ער וויינט זיך ווידער אויס צו זיך אליין. עס איז דאך נישטא באמת צו וועמען צו וויינען אויף דער וועלט, נאר פאר קודשא בריך היא׳ן אליין. קיינעם קען מען נישט באשולדיגן, קיינעם קען מען דאך נישט בארואיגן, עס איז כלל ישראל׳ס קלאפ וואס האט געהאקט מיין פאמיליע. אבער איך שטיי דא און איך גארטל זיך אונטער פאר דיר לשם יחוד, איך וועל נאכאמאל טאנצן און זיך הייליגן, דאסמאל וועלן מיינע לייטזעליגע קינדערלעך מער נישט צושטיפט ווערן, זיי שטייען אין דעם גרויסן היכל פון רבי שמעון אליין, און זיי פרייען זיך מיט פון דארט. כ׳זעה זיי פאטשן מיט די הענט, כ׳זעה זיי זיך מיטפרייען מיט מיר. ביי זיי איז ל״ג בעומר א גאנץ יאר, אבער איך האב דערפאר געווארט א גאנץ יאר.

בר יוחאי! איך בין זיך אוזר בגבורה,
ווען איך דערמאן זיך די ביטערע בשורה,
היינט שטיי איך פאר דיר כאחד מן השורה,
קוק אויף מיינע קינדער דארט אין דיין הייליגע חבורה.

אט איז שוין די מדורה גרייט, און מען וועט צינדן ווידעראמאל רבי שמעון׳ס הייליגן פייער. יכול לפטור את העולם מן הדין, אוי געוואלד לאמיר טאקע האפן אז דאס איז געווען די פאריעריגע מטרה. איך ווייז און איך צייג אין די עפנטליכקייט, איך וויל זיך ווארעמען אין דיין פייער אינאיינעם מיט מיינע קינדערלעך. איך וויל זיך באהעפטן אין די באהאפטענע און דורכדעם אראפברענגען השפעות מן השמים. ואמרתם, כה לחי!

בר יוחאי! ביסט דא מיט אונז צוזאמען,
קוק זיך איין גוט אינעם פייער׳ס פלאמען,
וועסט זען אז די צאנגען נישט פון וואטע שטאמען,
ס׳ברענען דא די הערצער פון א טאטן און א מאמען.


- געשריבן אונטערן איינדרוק זעענדיג הרב אנגלארד שליט״א גיסן די אויל ביים הדלקה ביי אונז אין געגנט -
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »

לויטער!
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
איך בין נישט אליין
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 7:26 pm

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין נישט אליין »

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

איך בין נישט אליין האט געשריבן::-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אין מילים!
אזוי אפן און הארציג, רויע ווייטאג און געפילן רינט פון יעדע ווארט, אבער פון דער צווייטער זייט שרייט ארויס די אמונה וואס קען נישט שטארבן.
טישטוך דו האסט עס!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טרערעלעך טרערעלעך, רינען אהן אויפהערלעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

און דער אייבערשטער זאל העלפן, אז דו זאלסט נישט דארפן מער ארויסברענגען מיט דיין רייכע פעדער בלוטיגע געשעענישן, און זאלסט עס נוצן פאר ארויסצוברענגען געפילן פון שמחה און גליק.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טרערן׳דיג דורכאויס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

א שטיקל וואס נאר טישטוך קען!
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

רייסענד!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

farshlufen האט געשריבן:טרערעלעך טרערעלעך, רינען אהן אויפהערלעך.



טושטוך אייזן!

איך בעט דיר נאר איין טובה

קום אויך אריין שרייבן די געוואלדיגע חסדים פונעם אויבערשטען!

זיין גוטס;
אלעס פון אים איז לויטער גוטס, אבער בבחינת הראינו השם חסדך זאכן וואס אינזער פליישיגע אויגן קענען זעהן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געליינט און געוויינט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

רירענד ביז גאר. שפראכלאז.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הערליך..!
ש'כח טישטוך
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:טרערעלעך טרערעלעך, רינען אהן אויפהערלעך.



טושטוך אייזן!

איך בעט דיר נאר איין טובה

קום אויך אריין שרייבן די געוואלדיגע חסדים פונעם אויבערשטען!

זיין גוטס;
אלעס פון אים איז לויטער גוטס, אבער בבחינת הראינו השם חסדך זאכן וואס אינזער פליישיגע אויגן קענען זעהן.

כ׳גיי דיר פאלגן בעז״ה. קומט א פאזיטיווע פאעזיע.
אוועטאר
בעקעש טשאבע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 2:48 pm

Re: בר יוחאי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעש טשאבע »

מיינע פארשלאפענע געפילן, זוי הויך געטאן אויפשפילן.
דארטן שוין ווי פארלאזט יארן, מיט שטעכערס אריינגעפארן.
בעקעש טשאבע איז א שטאט אין אונגארן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”