קאמף מיטן גורל (ר' משה אפטערגוט ז''ל)

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

קאמף מיטן גורל (ר' משה אפטערגוט ז''ל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

און ווידער א פאעזיע פון ר' משה:

כ'וויל נישט קעמפן מיט דיר גורל
ווען אין ענגשאפט פלאגסטו מיך
קוק אריין דורך מיין הארצ'ס טירל
ווען רחמנות ביי דיר זי בעט זיך.

ווען נמאס'דיג קוק'סט אויף מיין גוף
ביינער האבן ביי דיר נישט קיין ווערט
הער זיך צו דער נשמה'ס רוף
ווייל זי איז נישט פון ערד.

אויב דיין ציל איז מיך צו שטראפן
כאטש איוב'דיג איך לאז דיך הערן מיין שטים
נאך יושר צום הימל כ'וועל רופן
ווייל כ'בין דער צלם אלוקים...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”