נאר ליכט, נאר ליכט!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס״ד

נאך א יאר דערלעבט חנוכה געקומען,
צינדן מנורה, זמירות אונטערברומען,
ליכטעלעך! אראפ פון הארץ א שיכט,
וואס בעטן מיר - נאר ליכט.

ליכט שיינען באלייכטן די נאכט,
שטארקן פלאמען אפגעשוואכט,
שוואכע איבער שטארקע, דער חנוכה געריכט,
אלס באזיגט מיט - נאר ליכט.

א פלעמעלע צאנקעט זיך אונטער,
עס בוזשעוועט א פראסטיגער ווינטער,
א ווינט דראעט צו געבן א פארניכט,
זי איז דאך - נאר ליכט.

א ווארעמע פלעמל זיך דערפרישט,
לאזט פארלעשן איר נישט,
אויפן הויכן פלאם איך איבערזיכט,
איך זעה דערין - נאר ליכט.

א נר נשמה, א נר תמיד,
א נר שעוה, א נר ביים עמוד,
איבער אלעם איינזייטיג שליכט,
ברענען ווי - נאר ליכט.

דורות לאנג א מנורה שיינט,
פון יוון ביז היינט,
דאס הארץ פאדערט, פארריכט,
עס איז טאקע - נאר ליכט.

דאס געזאנג איז ריין,
צום שיין פון ליכט לויבן איז שיין,
אין ביהמ״ק א קרבן תודה פארזוכט,
צום שיין פון - נאר ליכט.

דיין ארעם אויפצודעקן,
דעם קץ צו אנטפלעקן,
די שעה איז לאנג און די ישועה מ׳זוכט,
דאס ליכטיגקייט - נאר ליכט.

די טרערן טרוקן געמאכט,
ווייניג ליכט גרויס טונקל באלייכט,
און דערמיט פארטיג איך מיין געדיכט,
איך דארף - נאר ליכט, נאר ליכט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5036
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווארעם!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

הערליך און ווארעם
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער זייער שיין און ווארעם!

טאלאנטפול!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

די אונטערשטע פאר שטיקלעך זענען מבוסס אויף מעוז צור און חשוף.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נאר ליכט, נאר ליכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך און ליכטיג!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”