עוקר הרים - א בארג רייסער

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

געבויעט אויפן ניגון "עוקר הרים" פון שולי רנד

געקומען נישט איך בין
צו פסק'נען דעם דין,
אויסרייסן גרויסע בערג
צומאלן קליינע ווערק,

זיכער נישט קיין קלער
זאגן דיבורים ליידיג לער,
וואס מיין קאפ טראכט
ווען איך בין נאך פארמאכט,

אויך קלאר ווי מיט לעכט,
נישט געקומען צום וועלט געדעכט
טון וואס נישט מ'מעג
עס בלייבט נישט אויפן וועג,

איך בין געבוירן
געשוואוירן
אינעם הייליג שאטן דארטן זיין
טראכט אריין...

געקומען איך בין ניין,
גיבן טשעפע אדער וויין
פאר מיין חבר מיט א ריט
גיסן זיין בלוט בלוט בלוט,

זיכער נישט פאר דעם
צו זיין א גנב א פראבלעם,
גרינג מאכן פרנסינו הכן
און נעמען פון מיין שכן,

זיך אפרעדן און קלאגן
נישט העלפן טו איך זאגן,
איך קען פראבירן אסאך
איך וועל אייביג פילן שוואך,

איך בין געבוירן
געשוואוירן
אינעם הייליג שאטן דארטן זיין
טראכט אריין...

געקומען נישט מ'האט
דן צו זיין אויפן ג-ט
זיין קלאר הנהגה מ'זעט
אויף אלעס וואס געשעט,

אדער וואס איך קען אלס
מיט אן אויגעהויבענע האלדז
שעלטן, אויף די וועלטן,
איך דארף נישט אויספירן

וואס גייט זיין, וואס נישט,
איך בין זייער צעמישט
פאלטש אדער גאר עכט
גוט אדער גאר שלעכט,

איך בין געבוירן
געשוואוירן
אינעם הייליג שאטן דארטן זיין
טראכט אריין...

כי אתה סובב כל עלמין,
ואתה מלא כל עלמין,
אין לי אלו-ה מבלעדיך
ולית אתר פנוי ממך
לפנות בוקר
שש ושמח

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שש ושמח »

בס''ד
מייסטערהאפטיג!
B-E-A-U-TIFUL
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

just wow
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

א דאנק פאר די באדאנקער!
לפנות בוקר
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

גוט!

הגם איך קען געווענליך נישט קוקן אביעקטיוו אויף פאעזיעס ואס זענען איבערגעטייטשט פון אנדערע שפּראַכן, און איך האב באמת ליב די ארגינעלע.

איז מיר אביסל שווער צו זעהן באמת אויב די פאעזיע איז גוט, ווייל איך איך קוק אלעמאל קאמפערד צו די ארגינעלע.

אבער דאס איז. באמת גוט.
עכט עכט גוט.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

WOW 5 STAR
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

טינט האט געשריבן:גוט!

הגם איך קען געווענליך נישט קוקן אביעקטיוו אויף פאעזיעס ואס זענען איבערגעטייטשט פון אנדערע שפּראַכן, און איך האב באמת ליב די ארגינעלע.

איז מיר אביסל שווער צו זעהן באמת אויב די פאעזיע איז גוט, ווייל איך איך קוק אלעמאל קאמפערד צו די ארגינעלע.

אבער דאס איז. באמת גוט.
עכט עכט גוט.

Rt
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

wow!!!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

הערליך הערליך!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

איימיצער מיט א לינק צו די ארגינעלע?
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: עוקר הרים - א בארג רייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א הערליכע שטיקל אזאנס וואס נאר @לפנות קען
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”